װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

האָלגער נאַט
האָלגער נאַט
אין די 1980ער יאָרן, ווען האָלגער נאַט האָט שטודירט אין דער ייִדיש־פּראָגראַם בײַם קאָלומביע־אוניווערסיטעט, האָט ער זיך קונה שם געווען ווי דער איינציקער קלעזמער־לירע־שפּילער [hurdy gurdy] אויף דער וועלט. האָלגער האָט אַליין געבויט דעם אינסטרומענט, וואָס האָט שוין אַ טויזנט־יאָריקע געשיכטע, און איז נאָך געשפּילט געוואָרן פֿון הויף־זינגערס אין דער אוקראַיִנע און רײַסן אינעם 20סטן יאָרהונדערט. אַ מאָל, אין דער צײַט פֿונעם רענעסאַנס האָט אויף דער כּלי געשפּילט די אַריסטאָקראַטיע, אָבער שוין עטלעכע יאָרהונדערט, וואָס דער אינסטרומענט ווערט אידענטיפֿיצירט מיטן פּויער און אַרבעטער; און אויף דײַטש האָט מען אים אַפֿילו אָנגערופֿן דעם "באַוערן [פּויער]־לײַער" אָדער דעם "בעטלער־לײַער". כאָטש די לירע ווערט נישט באַטראַכט ווי אַ ייִדישער אינסטרומענט, קען נישט אויסגעשלאָסן ווערן די מעגלעכקייט, אַז ייִדישע בעטלערס האָבן דאָס געשפּילט זיך צו באַגלייטן בײַם זינגען אין די גאַסן.
בײַ איין פּורים אין די 1980ער יאָרן אינעם "שלום־עליכם־צענטער" אין בראָנקס, האָבן מיר געבעטן אַ פֿרײַנד פֿון דער געגנט, משה נוסבוים, אַ פֿידלער אין דער אַלטער היים, אָבער, אין דער נײַער היים, אַן אַרבעטער אין דער באַקלייד־אינדוסטריע, ער זאָל אָנפֿירן מיט אַ קאַפּעליע לכּבֿוד דעם יום־טובֿ, דער עולם זאָל קאָנען טאַנצן. האָט ער און מיישקע אַלפּערט געשפּילט פֿידל, האָלגער נאַט האָט געשפּילט אויף זײַן לירע, און איך האָב געקלאַפּט אויף אַ "ברום־באַס" — אַ קלאַפּ־אינסטרומענט, וואָס נוסבוים האָט אַליין געבויט פֿון אַ בעזעם־שטעקן, אַ דראָט, און די בלעכענע דעקלעך פֿון צוקערקע־פּודעלעך. נוסבוים האָט געשטאַמט פֿונעם פּוילישן שטעטל ריפּין לעבן דער גרענעץ מיט פּרײַסן, דײַטשלאַנד. די גרענעץ איז געווען אַזוי נאָענט, אַז ער פֿלעגט אַרײַנשפּאַצירן און שפּילן מיט דײַטשע מוזיקער אין אַ שטעטל אויף דער צווייטער זײַט. דאָרטן האָט ער זיך באַקענט מיטן "ברום־באַס", און דאָס צוריקגעבראַכט צו זײַן קאַפּעליע אין ריפּין.
האָלגער האָט אונדז אויסגעלערנט אַן אַלטן "יודענטאַנץ", וואָס ער האָט געפֿונען אין אַן אַלט דײַטש מוזיקביכל און מיר האָבן דאָס געשפּילט צווישן אַנדערע ניגונים, און דער עולם האָט פֿריילעך געטאַנצט. די וואָך איז האָלגער נאַט, הײַנט אַ פֿאָרשער און לערער פֿון ייִדיש אין דײַטשלאַנד, געקומען צו גאַסט קיין ניו־יאָרק, און איך האָב אים געפֿרעגט וועגן דער לירע — "איך ווייס אַפֿילו נישט וווּ זי ליגט", האָט ער זיך מודה געווען. האָבן מיר גערעדט וועגן זײַן איצטיקער פֿאָרשונג און אַרבעט.
אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט האָט ער פֿאַרענדיקט זײַן מאַגיסטער־אַרבעט וועגן דער ייִדישער לינגוויסטיק, און איז צוויי יאָר געווען דער ייִדיש־לערער אין מישיגענער אוניווערסיטעט. דערנאָך איז ער געפֿאָרן צוריק קיין דײַטשלאַנד. אין דיסלדאָרף האָט ער געהאָלפֿן אויפֿבויען אַ נײַעם ייִדיש־אָפּטייל און געשאַפֿן דאָרטן אַ גוטע פּראָגראַם; איינער פֿון די צענטערס פֿון ייִדיש אין דײַטשלאַנד, אויב נישט אויף דער גאַנצער וועלט.
צוזאַמען מיט פּראָפֿעסאָר מאַריאָן אַפּטרוט האָט האָלגער נאַט מחבר געווען דאָס לערנבוך "אַרײַנפֿיר אין דער ייִדישער שפּראַך און קולטור", וואָס דער העלמוט בוסקע־פֿאַרלאַג האָט אַרויסגעגעבן אין 2002. דער "אַרײַנפֿיר" שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ וויכטיקן טראָט פֿאָרויס פֿאַרן לימוד פֿון ייִדיש אין דײַטשלאַנד, און באַשטייט פֿון אַ סך מער ווי אַן "אַרײַנפֿיר". דאָס בוך פֿאַרנעמט כּמעט 500 זײַטן און נעמט אַרײַן אַ סך לייענוואַרג פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. אַ חוץ די ווערטער, וואָס מע פֿאַרטײַטשט אין די גלאָסאַרן פֿון יעדן קאַפּיטל, איז דאָס בוך אין גאַנצן אויף ייִדיש. דער סטודענט וואָס פֿאַרענדיקט דאָס ווערק, וועט שוין קענען ייִדיש אויף אַן אַוואַנסירטער מדרגה — הלוואַי אויף אַלע ייִדיש־סטודענטן געזאָגט געוואָרן!
נאָך דיסלדאָרף איז נאַט געפֿאָרן קיין טריער, וווּ ער האָט געלערנט די שפּראַך עטלעכע יאָר אינעם טריער אוניווערסיטעט און הײַנט וווינט ער און זײַן פֿרוי אין דער שטאָט. ער פֿאָרשט פֿאַרשיידענע טעמעס וועגן ייִדיש און דער ייִדישער קולטור מיט פֿאַרשיידענע פּראָפֿעסאָרן. פֿאַר פּראָפֿ׳ עריקע טימס בוך וועגן ד״ר שלמה בירנבוים, האָט ער געפֿאָרשט די אויסשעפּיקע ביבליאָגראַפֿיע. (דאָס בוך איז אַרויס מיט אַ יאָר צוריק). מיט פּראָפֿ׳ וואַלטער ראָל האָט ער געהאָלפֿן צוזאַמענשטעלן זײַן ווערטערבוך פֿון אַלט־ייִדיש (דאָס בוך איז נאָך נישט אַרויס). בכלל האַלט האָלגער נאַט, אַז דער מצבֿ פֿון ייִדיש־שטודיעס אין דײַטשלאַנד איז נאָך אַלץ אַ גוטער, און פֿינאַנציעלע שטיצע פֿאַר פֿאָרש־פּראָיעקטן קאָן מען באַקומען.
הײַנט פֿאָרט ער 6 שעה קיין רעגענסבורג מיט דער באַן, וווּ ער לערנט ייִדיש און פֿאָרשט ייִדישע טעמעס בײַם אוניווערסיטעט. איינע פֿון די סיבות וואָס ער איז געקומען קיין ניו־יאָרק איז צו פֿאָרשן וועגן יוסף אָפּאַטאָשו אינעם ייִוואָ־אַרכיוו (פּונקט אין דער וואָך, ווען אַ קאָנפֿערענץ וועגן אָפּאַטאָשו קומט פֿאָר אין דײַטשלאַנד.)
אין רעגענסבורג האָט ער געאַרבעט אויפֿן פּראָיעקט "קאָרפּוס פֿון מאָדערנעם ייִדיש"; אַ בשותּפֿותדיקע אַרבעט פֿון רעגענסבורג מיט אַקאַדעמיקער אין מאָסקווע און פּעטער-בורג. ד״ר זאַבינע קאָלער האָט ער געהאָלפֿן אין איר שטודיע וועגן מאַרק שאַגאַל און דער ייִדישער ליטעראַטור בכלל. נאַט וועט איצט פֿאָרשן צוויי אינטערעסאַנטע פּראָיעקטן: איינעם וועגן דער פּאָגראָם־ליטעראַטור און דעם מאָלער ישׂשׂכר ריבאַק, און אַ צווייטן וועגן דוד האָפֿשטיין און זײַנע איבערזעצונגען פֿון סלאַווישע פּאָעמעס. אַ דריטן פּראָיעקט העלפֿט ער צוגרייטן פֿאַר פּראָפֿ׳ קאָשמאַל: וועגן דער רעגענסבורגער צײַטונג "דער נײַער מאָנעט" פֿון דעם שארית־הפּליטה־לאַגער, וואָס איז געדרוקט געוואָרן פֿון 1946—1948. וועגן דער צײַטונג און דער קולטור אַרום איר וועט מען לערנען אין אַ סעמינאַר אויף צוויי זמנים אינעם רעגענסבורגער אוניווערסיטעט.
האָלגער נאַט קומט פֿון אַ שטעטל אין דײַטשלאַנד, מיט ווייניק ייִדן. זײַן טאַטע האָט געשטאַמט פֿון דער שטאָט מינסטער, און אינעם דײַטשן דיאַלעקט פֿון מינסטער מישט מען אַרײַן אַ סך ייִדישע און לשון־קודשדיקע ווערטער. ווען עס רעגנט שטאַרק, זאָגט מען "עס מײַמלט" (פֿון "מים"). אַ קינדערהויז רופֿט מען אַ קאַטאַנבייז (פֿון "קטן־בית"). ערשט אין אוניווערסיטעט האָט האָלגער זיך געכאַפּט, אַז דאָס איז אַ זשאַרגאָן, און דער דיאַלעקט האָט אים אינספּירירט ווײַטער צו לערנען ייִדיש אין דער אָקספֿאָרדער פּראָגראַם מיט ד״ר דוד קאַץ. דערנאָך האָט ער באַשלאָסן צו באַקומען אַ מאַגיסטער אין ניו־יאָרק.
אַ דאַנק האָלגער נאַט פֿאַרן גרוס פֿון דײַטשלאַנד, און לאָמיר הערן ווײַטער וועגן די ייִדיש־שטודיעס אין די פֿאַרשיידענע דײַטשע שטעט.


א. ג.