פּובליציסטיק
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איך האָב אַ "גוגל" (google) געטאָן דעם ברײַטאָן-ביטשער און קאָני-אײַלענדער באָרדוואָק, און דאָס האָט מיך באַרײַכערט מיט אַזאַ אינפֿאָרמאַציע: מיט אַ יאָרהונדערט צוריק האָט מען גענומען רעדן וועגן אויפֿבויען אַזאַ קאָנסטרוקציע אין דרום-ברוקלין, פּאַזע דעם ים. אין 1922 זײַנען געווען גרייט די ערשטע סעקציעס פֿון דעם פּראָמענאַד, וווּ איך שפּאַציר זייער אָפֿט, ווײַל מײַן הויז — אַ קאָאָפּ, אַזוי אַז ס׳איז ניט אין גאַנצן "מײַן" הויז — שטייט גלײַך לעבן אָט די 2.5 מײַל-לאַנגער "פּאָדלאָגע", וועלכע טיילט אָפּ די פּליאַזשע פֿון דער שטאָט גופֿא.
דער באָרדוואָק ציט זיך פֿון ברײַטאָן-ביטש ביז קאָני-אײַלענד (אַ מאָל האָט מען אויף ייִדיש געשריבן "קוני-אײַלענד", ווי אין דעם ליד פֿון מענקע קאַץ "און דו ביסט אומעטיק ווי טויזנט קוני-אײַלענד זונען") און ווײַטער אַזש ביז סי-גייט, וווּ אַמאָליקע צײַטן האָבן געוווינט, בפֿרט זומערצײַט, אַ סך ייִדישע שרײַבער. עליזה גרינבלאַט, בשעתּו אַ באַקאַנטער נאָמען אין ייִדישע ליטעראַרישע קרײַזן, האָט אַ בוך "אין סי-גייט בײַם ים" (1957).
די ברײַטאָן-ביטשער מײַל פֿון דעם באָרדוואָק רעדט, דער עיקר, רוסיש, מיט אַ ביסל צומיש פֿון ענגליש, פּויליש, אוקראַיִניש, גרוזיניש. אַ רוסיש פֿון מאָסקווע אָדער אַנדערע רוסישע שטעט הערט זיך דאָרטן זעלטן. עס דאָמינירט דער אוקראַיִנישער נוסח פֿון דער שפּראַך, באַפֿאַרבט, אָפֿט מאָל, מיט ייִדישע אינטאָנאַציעס. וואָס נעענטער צו קאָני-אײַלענד, אַלץ מער הערט מען ענגליש, באַזונדערס שבת און זונטיק, ווען עס קומען אַהין טוריסטן אָדער סתּם ניו-יאָרקער תּושבֿים פֿון אַנדערע געגנטן. ייִדיש הערט זיך זעלטן. צו מאָל רעדן ייִדיש עלטערע ייִדן פֿון ברײַטאָן-בישט, אָדער דאָס זײַנען חסידים פֿון סי-גייט אָדער נאָך פֿון ערגעץ-וווּ.
חול-המועד פּסח וואַקסט אויס זייער שטאַרק די צאָל חסידים, וואָס שפּאַצירן אויפֿן באָרדוואָק. איך בין געפֿאָרן אין אונטערבאַן די טעג, און צופֿעליק האָט זיך אויף אַ באַנק אַנטקעגן מיר צוגעזעצט אַ פֿרוי מיט פֿיר קינדער. גערעדט האָבן זיי נאָר ייִדיש. די עלטערע טאָכטער, פֿון אַ יאָר 12, האָט שוין צום סוף פֿון דער נסיעה געפֿרעגט דער מוטער: "מאַמי! איך פֿאַרשטיי ווי די באַן פֿאָרט: יענער וואַגאָן שלעפּט אונדזער וואַגאָן, און אונדזער וואַגאָן שלעפּט דעם אַנדערן וואַגאָן. אָבער איך פֿאַרשטיי ניט, ווי אַזוי זיי שטעלן זיך אָפּ אַלע אין דעם זעלבן מאָמענט?" דעם ענטפֿער האָב איך ניט געהערט, ווײַל מיר זײַנען שוין אָנגעקומען אין ברײַטאָן-ביטש.
אַן אַנדער שמועס האָב איך "אונטערגעהערט" די טעג אויפֿן באָרדוואָק. עס האָט זיך באַקומען אַזוי, אַז איך האָב שפּאַצירט לעבן דרײַ ייִדן פֿון מײַן עלטער, פֿון אָדעס אָדער עפּעס פֿון אַן אָרט פֿון אַזאַ סאָרט. אַזוי האָט יעדנפֿאַלס געקלונגען זייער רוסיש. ס׳איז אויך געווען קלאָר, אַז דער בעל-דרשן אַרבעט ווי אַ טאַקסיסט צי, ריכטיקער, אָ שאָפֿער אין איינעם פֿון די "קאַר-סיאָרוויס"-געשעפֿטן. ניו-יאָרק איז דאָך אַ משוגענע שטאָט: טאַקסיס זײַנען נאָר אין מאַנהעטען, בעת אין אַנדערע געגנטן האָט מען אָט די כּמו-טאַקסיס.
זײַן מעשׂה האָט זיך געדרייט אַרום דעם, וואָס עמעצער האָט פֿאַרגעסן אין זײַן אויטאָ אַ טײַסטער מיט פֿופֿציק דאָלאַר און כּלערליי קאַרטלעך, און דער נײַער פּאַסאַזשיר האָט עס געפֿונען. האָבן זיי זיך אָפּגעשטעלט לעבן אַ פּאָליציאַנט, געוואָלט אים אָפּגעבן דעם טײַסטער. יענער האָט, אָבער, געזאָגט, אַז מע דאַרף עס אַרײַנפֿירן אין אַ פּריסינק (פּאָליציי-סטאַנציע). האָט דער בעל-דרשן אַרויסגעזעצט דעם פּאַסאַזשיר און זיך געלאָזט פֿאָרן אין אַ פּריסינק. דאָרטן האָט מען אים געזאָגט ער זאָל קומען מאָרגן, וואָס דער העלד פֿון דער אונטערגעהערטער געשיכטע האָט פֿאַרטײַטשט ווי "לאָז אונדז צו רו".
האָט זיך דער שאָפֿער ניט געפֿוילט און זיך אַוועקגעזעצט צום קאָמפּיוטער, געפּרוּווט אויסזוכן דעם טעלעפֿאָן. אַ נעכטיקער טאָג! האָט ער אָנגעקלונגען אין דער "וויזאַ", ווײַל אַזאַ קרעדיט-קאַרטל איז געלעגן אין דעם טײַסטער. האָט מיט אים קיינער ניט געוואָלט רעדן. סוף-כּל-סוף, האָט מען זיך אָפּגערופֿן אין דער כעמישער רייניקונג, לויט דער קבלה אין דעם טײַסטער. הקיצור, די מעשׂה האָט געהאַט אַ "העפּי ענד". בעסער ווי אַן ענלעכע געשיכטע, וואָס האָט זיך אָפּגעשפּילט מיט דעם בעל-דרשנס אַ קאָלעגע. יענער האָט אומגעקערט זײַן פּאַסאַזשירקע אַ טײַסטער מיט פֿינף הונדערט דאָלאַר, אָבער זי האָט אים אָנגעקלאָגט אין געריכט, טענהנדיק, אַז אין דעם טײַסטער זײַנען געווען זיבן הונדערט דאָלאַר...
אין ברײַטאָן-ביטש קומט תּמיד עפּעס פֿאָר. און ווען מע לעבט דאָרטן אָפּ נײַן יאָר — אַזאַ סטאַזש האָב איך שוין — דערקענט מען דיך. אין משך פֿון דרײַ יאָר בין איך ניט געווען אין דער אַפּטייק, וווּ איך האָב אַ מאָל פֿאַררעגעסטרירט מײַן פֿאַרזיכערונג-קאַרטל. אָבער נאָך אַזאַ איבעררײַס האָט מען מיך גלײַך דערקענט. אמת, קיין ריכטיקע מתּנה — אַ שטיקל זייף, וואָס קריגן די שטענדיקע קליענטן — האָב איך ניט באַקומען, אָבער אַ פֿרישן נומער פֿון דער צײַטונג "קאָמסאָמאָלסקאַיאַ פּראַוודאַ" האָט מען מיר יאָ געגעבן. און איך דאַרף זיך פֿאַרבאַהאַלטן פֿון עדיקן, דעם זון פֿון דער פֿריזירערין, צו וועלכער איך פֿלעגט גיין אין די ערשטע ברײַטאָן-ביטשער יאָרן. ער האָט צו מיר אַזעלכע טענות, גלײַך ווי איך האָב דעזערטירט ניט פֿון זייער סאַלאָן, נאָר פֿון דער אַרמיי.
מיר דאַכט זיך, אַז אין משך פֿון די נײַן יאָר איז ברײַטאָן-ביטש געוואָרן ווייניקער ייִדישלעך און מער קריסטלעך. דאָס וואַרפֿט זיך אין די אויגן אין די פּאַסכע-טעג, ווען אומעטום פֿאַרקויפֿט מען געפֿאַרבטע אייער און אַנדערע פּאַסכעדיקע זאַכן. און אפֿשר בין איך ניט גערעכט, פּרוּוונדיק אָפּשאַצן די דעמאָגראַפֿיע לויט דער צאָל פֿאַרקויפֿטע אייער.