געזעלשאַפֿט

פֿידלערין חיה ליבֿני און כאָר פֿון "אַרבעטער־רינג", תּל־אָבֿיבֿ
פֿידלערין חיה ליבֿני און כאָר פֿון "אַרבעטער־רינג", תּל־אָבֿיבֿ
Credit: Bella Bryks-Klein
מיט פּאַפּיערניקאָווס פּאָעמע "וואַרשע אָן ייִדן", אויסגעפֿירט דורך שוראַ גרינהויז־טורקאָוו, מיט איר אָנערקענטער מײַסטערשאַפֿט, איז אין "אַרבעטער־רינג" אָפּגעמערקט געוואָרן די הײַיאָריקע טרויער־אַקאַדעמיע צום אָנדענק פֿון דעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ.
אַן אומעטיקע אײַנגעהאַלטנקייט האָט געהערשט יענעם מיטוואָכדיקן פֿרימאָרגן אין "אַרבעטער־רינג". קיין שום אַפּלאָדיסמענטן האָבן נישט באַגלייט דעם אויפֿטריט פֿון די פֿאַרשיידענע אָנטייל־נעמער, נישט די קינסטלערישע אויפֿפֿירונגען, אויך נישט די מינדלעכע אויפֿטריטן, אַזוי ווי ס’איז אָנגענומען בײַ טרויער־פֿאַרזאַמלונגען, און דער דאָזיקער מינהג האָט נאָך מער פֿאַרשווערט די סײַ ווי דריקנדיקע שטימונג. די באַקאַנטע פֿידלערין חיה ליבֿני האָט זיך גוט אַרײַנגעפּאַסט אין דער טרויער־אַטמאָספֿער, שפּילנדיק מאָריס ראַוועלס "קדיש" און נאָך דעם אַ פּאָפּורי פֿון ייִדישע לידער וואָס, דאַכט זיך, זיי וויינען אַרויס פֿון איר "ייִדיש פֿידעלע".
אַן אַקטיווע באַטייליקונג האָט יענעם פֿרימאָרגן געהאַט דער כאָר פֿון "אַרבעטער־רינג" אויפֿן נאָמען פֿון מיכאל קלעפּפֿיש, אונטער דער אָנפֿירונג פֿון אַליזאַ בלעכעראָוויטש מיט דער פּיאַנע־באַגלייטונג פֿון אַנאַ סמאָלאָוו; געזונגען האָט דער כאָר אַן אָפּקלײַב פֿון צוגעפּאַסטע ייִדישע לידער, וואָס האָבן באַקומען דאָס מאָל אַן אומעטיקע צוגאָב־דימענסיע. די טרויער־ליכט האָבן ווי שטענדיק אָנגעצונדן די חורבן־לעבנס־געבליבענע, וואָס זײַנען כּמעט אַלע זינגערס פֿונעם כאָר.
די אינאָוואַציע פֿון דער טרויער־אַקאַדעמיע איז געווען דער אינטערעסאַנטער און באַלערנדיקער פֿאָרטראָג וועגן דעם לעבן און שאַפֿן פֿון רחל אויערבאַך, וואָס ס׳האָט געהאַלטן קערי פֿרידמאַן, לעקטאָרין פֿונעם העברעיִשן אוניווערסיטעט. דורך די ווערטער פֿון דער רעדנערין לעבט אויף פֿאַר אונדזערע אויגן די געשטאַלט פֿון אַ זעלטענער ייִדישער פֿרוי, אַ ווויל־געלערנטער און אומאָפּהענגיקער שרײַבערין, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין 1903, אין אַ קליין שטעטל אין גאַליציע. רחל אויערבאַך איז געווען אַ שרײַבערין און אַ זשורנאַליסטקע אין דער ערשטער העלפֿט פֿון 20סטן יאָרהונדערט. שוין דעמאָלט האָט זי זיך אויסגעצייכנט מיט איר אָריגינעלן צוציִענדיקן שרײַבערישן סטיל און אירע שריפֿטן זײַנען געווען אָפּגעדרוקט אין די אָנגעזעענסטע ייִדישע צײַטשריפֿטן אין יענער צײַט.
פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט זי זיך באַזעצט אין וואַרשע און אויך דאָרט פֿאָרגעזעצט איר פֿאַרצווײַגטע ליטעראַרישע אַרבעט.
און דאַן איז אויסגעבראָכן די מלחמה, די נאַציס האָבן פֿאַרנומען פּוילן; זיי האָבן אויפֿגעשטעלט די וואַרשעווער געטאָ, און רחל אויערבאַך איז געוואָרן אַ טעטיקער מיטגליד אין דער אונטערערדישער באַוועגונג. צוליב איר אויסערלעכן נישט־ייִדישן אויסזען איז זי אַריבער אויף דער אַרישער זײַט און אויך פֿון דאָרטן פֿאָרגעזעצט איר פֿאַרצווײַגטע סכּנותדיקע טעטיקייט. זי האָט טאַלאַנטפֿול באַשריבן די תּקופֿה און די קעמפֿער, מיט וועלכע זי האָט מיטגעאַרבעט. זי אונטערשטרײַכט אין אירע שריפֿטן די ייִדישע קולטורעלע דערגרייכונגען אין געטאָ און אויף דער אַרישער זײַט. אין אירע באַשרײַבונגען און אַנאַליזן זײַנען שטענדיק פֿאַרבאָרגן היסטאָרישע מסקנות. צווישן ביידע וועלט־מלחמות שטעלט זי מיט זיך פֿאָר, קודם־כּל, דעם ווילן צו לעבן און שאַפֿן אין דער ייִדישער קולטור אין גאַליציע. נאָך דער באַפֿרײַונג האָט זי אויסגעלעבט אירע יאָרן אין מדינת־ישׂראל, וווּ זי האָט באַשריבן דעם גורל פֿון די אומגעקומענע ליטעראַרישע און קולטורעלע פּערזענלעכקייטן, "וועלכע זי האָט אין איר שרײַבן און פֿאָרשן קיין מאָל נישט פֿאַרלאָזט".
דער שרײַבער און זשורנאַליסט יצחק לודען האָט דערציילט וועגן זײַנעם אַן אַרטיקל, וואָס ער האָט אָנגעשריבן מיט 50 יאָר צוריק מיטן טיטל "דער פּרײַז פֿון אַ קויל אין וואַרשעווער געטאָ". אַ סך פֿון לודענס קולטורעלן און זשורנאַליסטישן באַגאַזש, ווי אויך זײַן פֿעיִקייט צו אַנאַליזירן פּאָליטישע געשעענישן און אויסווירקונגען, באַקומען דאָ, אין דעם כּלומרשט פּשוטן אַרטיקל אַ באַשײַמפּערלעכן אויסדרוק פֿון זײַן קעמפֿערישער נשמה. כ’וויל נאָך באַמערקן, אַז בײַם לייענען זײַן אַרטיקל האָט זיך לודענס שטים פּלוצעם געענדערט און זײַנע אויגן האָבן זיך אָנגעפֿילט מיט טרערן.
דעם פּאָעטיש־לירישן אַקצענט פֿון דער טרויער־אַקאַדעמיע האָט אַרײַנגעבראַכט רבֿקה באַסמאַן בן־חיים מיט דער פֿאָרלעזונג פֿון צוויי נײַע שאַפֿונגען אירע. מיר ברענגען דאָ ווײַטער דאָס ליד "זיי".


זיי

מאָדנע גענג האָבן זיי די פֿאַרבליבענע,
די פֿון פֿײַער אַנטרונענע,
די אויף ס’נײַ דאָס לעבן געפֿונענע, —
מאָדנע גענג.
זיי קושן אַיעדן פֿרימאָרגן זײַן ליכט
און זאָגן אַ דאַנק פֿאַר אַ מענטשלעכן פֿרײַנד,
וואָס ברענגט זיי אַ בלומיקן טאָג,
זיי טרעטן אין וועג מיט גלייביקע טריט
וואָס האָבן ניט מורא צו גיין און ווייסן וווּהין
און צוריק —
און זעען אַנטקעגן אין הימלישער הויך
אַ פֿייגל־געפֿלי, ניט יענעם קוימען מיט סמיקן רויך —
און אויך ווען די שקיעה אין אָוונט איז רויט
אַנטרינט די געפֿאַר פֿון טרײַבן צום טויט
און מיט ליפּן־געדענקשאַפֿט קושן זיי שטיל
זייער פּענעצל ברויט. —
מאָדנע גענג האָבן זיי די פֿאַרבליבענע.