‫פֿון רעדאַקציע

די לעצטע צוויי וואָכן האָט זיך געביטן אויף אונדזער ייִדישן קאַלענדאַר איין דאַטע אויף אַ צווייטער: דער חורבן־טאָג, און ווײַטער "יום־הזכּרון" און באַלד נאָך אים — "יום־העצמאות"... און אין יעדער אַזאַ דאַטע פֿעלן נישט אויס קיין טרערן. אין דעם גאַנצן ים פֿון ייִדישע טרערן איז פֿון דעסטוועגן דאָ אַ זיס טראָפּנדל טרייסט: אין די טעג, וווּ די ייִדן זאָלן נישט וווינען, גיט זיי פֿון דעסטוועגן אַ צופּ בײַם האַרצן: "כּל ישׂראל חבֿרים" — אַלע ייִדן זײַנען פֿאַרבונדן צווישן זיך. אָבער נישט דאָס בין איך אויסן...
וואָס זשע דען? הערט זשע אַן אַלט קינדער־מעשׂהלע: אַמאָל, נאָך אין די אַלטע צײַטן, ווען אין ליטע זײַנען געווען ייִדישע שטעטלעך, האָבן אין אַזאַ שטעטל געוווינט צוויי ברידערלעך. איין מאָל, דורכגייענדיק אַ פּויערישן הויף, האָבן זיי דערזען אַ בייזן הונט. וואָס טוט מען דאָ? זיך אומקערן — איז שוין געווען שפּעט, דער הונט וועט זיי סײַ־ווי אָניאָגן. גיין ווײַטער, וועט ער זיך אויף זיי אַרויפֿוואַרפֿן. זאָגט דאָס עלטערע ברודערל דעם קלענערן: "לאָמיר רעדן צווישן זיך ליטוויש, נישט ייִדיש, וועט דער הונט מיינען, אַז מיר זײַנען ליטווישע קינדער, און ער וועט אונדז נישט טשעפּען". עס האָט נישט געהאָלפֿן...
אין פּוילן פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט אַ היפּשער טייל פֿון דער ייִדישער אינטעליגענץ געפּריידיקט אַריבערצוגיין אויף פּויליש; עס האָט עקזיסטירט אַ צעצווײַגטע נעץ פֿון "זשידאָווסקע וויאַדאָמאָשטשי", "זשידאָווסקע גאַזעטי" וכּדומה (ייִדישע פּרעסע). עס האָט נישט געהאָלפֿן...
אין דײַטשלאַנד, ווי באַוווּסט, האָבן ס’רובֿ דײַטשישע ייִדן זיך געהאַלטן פֿאַר גרויסע משׂכּילים; קולטור־טרעגערס פֿון דער מערבֿדיקער ציוויליזאַציע, און מיט אומחן געקוקט אויף די "אָסט־יודן" — אָפּגעשטאַנענע פֿאַנאַטיקער, נעבעך. עס האָט נישט געהאָלפֿן...
אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָבן נישט ווייניק פֿון דער ייִדישער אינטעליגענץ געביטן זייערע ייִדישע נעמען אויף רוסישע, געווען גרויסע מומחים אין דער רוסישער שפּראַך, ליטעראַטור, געשיכטע; און ווען עס פֿלעגט זיך טרעפֿן, אַז עמעצער האָט לעבן זיי אַרויסגעבראַכט אַ ייִדיש וואָרט, האָבן זיי מיט חידוש און צו מאָל מיט פּחד שטילערהייט באַמערקט: "דו קעסט די שפּראַך" — זיי האָבן אַפֿילו נישט געוואַגט אַרויסצוברענגען דעם נאָמען פֿון דער דאָזיקער "שפּראַך". עס האָט נישט געהאָלפֿן...
די ייִדן אין אַמעריקע האָבן זיך בפֿירוש געפֿונען אין בעסערע באַדינגונגען ווי די ייִדן אין אייראָפּע און ראַטן־פֿאַרבאַנד; אָבער דווקא די "אָל־רײַטניקעס" און דאָס בעסערע לעבן האָבן "צוגעשפּילט" דער אַסימילאַציע, וואָס מאַכט פֿון ייִדן גרויסע ספּעציאַליסטן אין פֿאַרשידענע תּחומים פֿון וויסנשאַפֿט, קונסט, ליטעראַטור וכּדומה און לאָזט זיי בלײַבן "נאַציאָנאַלע עם־הארצים". עס העלפֿט ווייניק די אַזוי גערופֿענע "דזשויִש" ׳פּרעס׳ און ׳קולטור׳. "אַ ים פֿון ׳דזשויִש׳ אין אַ טראָפּן ייִדישקייט", ווי ס’האָט עס אָנגערופֿן דער גרויסער אַמעריקאַנער ייִדישער פּאָעט.
נו, און אין הײַנטיקן ישׂראל? ס’איז אונדז אויסגעקומען נישט איין מאָל צו הערן, אַז קיין ישׂראל קומט מען נישט צו בלײַבן אַ ייִד, נאָר צו ווערן אַ ישׂראלי. "דאָרט, אין גלות, זײַנען מיר געווען ייִדן און דערפֿון געליטן. דאָ זײַנען מיר ישׂראלים — אויס ייִדן!" איז וואָס זשע, לײַדט מען הײַנט ווייניקער אין ישׂראל? צי איז עס אפֿשר אַזאַ מין נײַער מוטאַנט פֿון אַסימילאַציע. וויל זיך טאַקע וויסן: שוין זשע וועט פֿון דער גרויסער ציוויליזאַציע פֿונעם מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום פֿאַרבלײַבן בלויז שילדלעך אויף די גאַסן מיט נעמען פֿון אונדזערע גרויסע חכמים, געלערנטע, קולטור־טוער, און זייערע חכמות וועלן בלײַבן באַגראָבן אין די גניזות פֿון דער נאַציאָנאַלער פֿאַרגאַנגענהייט און אין... דער ווירטועלער וועלט פֿון "גוגל"?