"מיט אַ בלויען פֿאָדעם" פֿון שמואל באַק |
By Samuel Bak (Image Courtesy of Pucker Gallery – www.puckergallery.com) |
די ייִדיש-קאַטעדרע אין ירושלים באַמיט זיך שוין זינט יאָרן צו פֿאַרברייטערן דעם וויסן וועגן דער חורבן-תּקופֿה מיט דער הילף פֿון יונגע פֿאָרשער, וואָס שטייען צו צו די רייען און זוכן אַ תּיקון פֿאַר זייער דורשט וואָס מער און טיפֿער צו פֿאַרשטיין און געבן צו פֿאַרשטיין. די טעג דאַרף מען דערמאָנען אַ דאָקטאָראַט, וואָס ווערט געשריבן פֿון מרים טרין, אויף דער טעמע: "די איבערלעבונגען בעתן חורבן אין ליכט פֿון די מולטי־קולטורעלע און פֿילשפּראַכיקע פּאָעטישע שאַפֿונגען, געשריבן אין געטאָס און לאַגערן אונטער דער נאַצי-הערשאַפֿט".
ביז איצט האָבן פֿאָרשער אין ישׂראל און אין אויסלאַנד זיך באַצויגן צו די לידער, אָנגעשריבן אין געטאָס און לאַגערן, בדרך-כּלל, פֿון אַן איין שפּראַכיקער פּערספּעקטיוו, אָדער העכסטנס — פֿון אַ צוויי־שפּראַכיקער (ייִדיש אָדער ייִדיש-העברעיִש, אָדער ייִדיש-פּויליש, אד״גל). אַ דערפֿרישנדיקער חידוש איז מרים טרינס דיסערטאַציע, וואָס באַהאַנדלט די לידער, אָנגעשריבן פֿון ייִדן אין געטאָס און לאַגערן, סײַ אויף ייִדיש, סײַ אויף פּויליש, סײַ אויף דײַטש און סײַ אויף העברעיִש — פֿון אַ פֿאַרגלײַכלעכער פּערספּעקטיוו.
די דיסערטאַציע נעמט אַרײַן צוויי בענדער: דער ערשטער באַנד פֿון 298 זײַטן ברענגט אַ כּוללדיקע באַשרײַבונג, צעטיילט אין פֿינף קאַפּיטלען און בײַם סוף אַ תּמצית אויף ענגליש (12 זײַטן); דער צווייטער באַנד פֿון 181 זײַטן נעמט אַרײַן דרײַ סאָרטן צוהאַנגען: 1. אַן אָפּקלײַב פֿון טעקסטן פֿון געטאָס און לאַגערן (די געטאָס: לאָדזש, וואַרשע, קראָקע און טערעזיענשטאַט; די לאַגערן: אוישוויץ, מיטלשטיין, בוכנוואַלד און זאַקסענהאַוזען), אין די שייכדיקע אָריגינאַל-שפּראַכן (ייִדיש, פּויליש, דײַטש און העברעיִש) מיטן צוגאָב פֿון אַ העברעיִשער איבערזעצונג פֿון די פּויליש־שפּראַכיקע טעקסטן; 2. אַ רשימה פֿון די געניצטע אַרכיוון און פֿון מינדלעכע עדותשאַפֿטן, וועלכע זײַנען דורכגעפֿירט געוואָרן פֿון דער מחברטע אין דער ראַם פֿון איר פֿאָרשונג; 3. אַ ביבליאָגראַפֿיע פֿון ביכער און אַרטיקלען אין זעקס שפּראַכן, צו וועלכע די מחברטע באַציט זיך אין איר דאָקטאָר-אַרבעט.
אין פֿיר קאַפּיטלען פֿון ערשטן באַנד (קאַפּיטלען ב’-ה’) באַהאַנדלט מרים טרין — פֿון אַ פֿאַרגלײַכלעכער פּערספּעקטיוו — דעם פֿענאָמען פֿון פֿילשפּראַכיקייט און מולטי־קולטורעלע אַספּעקטן פֿון דער פּאָעטישער שאַפֿונג בײַ ייִדן אונטער דער נאַצישער הערשאַפֿט, סײַ אין די געטאָס און סײַ אין די לאַגערן. יעדער איינער פֿון אָט די פֿיר פּרקים פֿאַרטיפֿט אונדזער פֿאַרשטאַנד און באַנעם וועגן דעם אוניווערסאַלן פֿענאָמען בײַ ייִדן אין יענער צײַט — דהײַנו: דער פֿאַקט, אַז די לידער געשריבן האָבן אַלע שיכטן פֿון פֿאָלק — יונג ווי אַלט, פֿרויען און מענער, רעליגיעזע ייִדן און וועלטלעכע, מער און ווייניקער געבילדעטע. אין אָט דער דיסערטאַציע ווערט צום ערשטן מאָל צונויפֿגעזאַמלט אַ פּאָעטישער קאָרפּוס געשאַפֿן פֿון עמך. אָט דער קאָרפּוס איז דעשיפֿרירט און אַנאַליזירט געוואָרן סײַ פֿון אַ ליטעראַרישן קוקווינקל און סײַ פֿון אַ קולטורעל-היסטאָרישן, באַגלייט פֿון הונדערטער באַמערקונגען צו פֿוסנס פֿונעם הויפּט־טעקסט.
מרים טרינס פֿאָרש־אַרבעט איז מצליח צו באַלײַכטן און פֿאַרפֿולקומען פֿון אַ גאָר אַנדערן קוקווינקל די ליטעראַרישע (פּאָעטישע) שאַפֿונג בײַ ייִדן אונטערן נאַציזם — ווי אַ קולטור-היסטאָרישער געביט פֿאַר זיך, וואָס איז אַנדערש פֿון דער ליטעראַרישער שאַפֿונג, געשריבן אין געטאָס און לאַגערן דורך באַוווּסטע ייִדישע שרײַבער, וואָס אויך זיי האָבן געשריבן אויף ייִדיש, פּויליש, דײַטש און העברעיִש. וועגן אָט די באַוווּסטע שרײַבער זענען שוין דערשינען וויכטיקע פֿאָרש־אַרבעטן. אין ערשטן קאַפּיטל פֿון דער דיסערטאַציע באַציט זיך די מחברטע צו ביידע סאָרטן שאַפֿער, סײַ צו די מחברים און סײַ צו די באַוווּסטע שרײַבער, אין דער ראַם פֿון איר איבערבליק און אַנאַליז פֿון דער אַנטוויקלונג פֿון דער חורבן-ליטעראַטור-פֿאָרשונג, און אירע שטאַפּלען. די פֿאָלקס-פּאָעזיע בײַ ייִדן, געשאַפֿן פֿון די מחברים אין דער צײַט פֿון אומקום, האָט ביז הײַנט זיך נישט אָנגעטראָפֿן מיט איר פֿאָרשער — ביז עס איז געקומען מרים טרין און האָט אויפֿגעשטעלט מיט איר דאָקטאָראַט אַן אייגנאַרטיקן פֿאָרש־געביט, וואָס וועט אויך אויף ווײַטער אַרויסגעבן פֿון זיך וויכטיקע פּירות. אַ דאַנק אָט דעם אויפֿטו איז צושטאַנד געקומען אַ ליטעראַרישער קאָרפּוס פֿון אָריגינעלע פּאָעטישע שאַפֿונגען, וואָס זענען געבליבן אומבאַקאַנט ביז הײַנט צו טאָג און אָפּגעלעגן במשך צענדליקער יאָרן אין אַרכיוון איבער דער גאָרער וועלט און אין פּריוואַטע קאָלעקציעס.
די פֿאַרגלײַכלעכע פּערספּעקטיוו אין מרים טרינס אַרבעט, אַנטפּלעקט די אַנדערשקייטן און די ענלעכקייטן פֿון די טעקסטן אָנגעשריבן אין יעדער איינער פֿון די פֿיר שפּראַכן; ווײַל מרים טרין באַהערשט נײַן שפּראַכן און פֿאַרמאָגט אַ טיפֿע קענטעניש פֿון דער פּוילישער קולטור און איר לשון, פֿון דער דײַטשער קולטור און איר שפּראַך, און נישט ווינציקער פֿון דער ייִדישער און העברעיִשער קולטור, מעג געזאָגט ווערן, אַז די דאָזיקע דיסערטאַציע שטעלט מיט זיך פֿאָר אַן אייגנאַרטיקן חיבור אין דער פֿאָרשונג פֿון דער קולטור-געשיכטע בײַ ייִדן אונטער דער נאַצי-הערשאַפֿט אין 20סטן יאָרהונדערט. זי איז בפֿירוש אַ באַנײַערישער און זעלטענער דערגרייך אין דעם פֿאָרש־געביט פֿון דער חורבן-תּקופֿה.
ווי אַ נאַדערויף צו מרים טרינס קענטענישן פֿון דער אייראָפּעיִשער קולטור און די יודאַיִסטישע וויסנשאַפֿטן, געפֿינט מען אין איר אַרבעט אַ טאַלאַנט פֿאַר פּרטימדיקע אַנאַליזן פֿון ליטעראַרישע טעקסטן — סײַ וואָס שייך דעם באַנעם פֿון די שפּראַכלעכע שיכטן, אין וועלכע די לידער טובֿלען זיך, און סײַ וואָס שייך די אײַנפֿלוסן פֿון פֿאַרשיידענע אייראָפּעיִשע קולטורן בײַ די ייִדן, וואָס האָבן געשריבן אויף פּויליש, אין פֿאַרגלײַך מיט די וואָס האָבן געשריבן אויף דײַטש און אַנטקעגן די, וואָס האָבן געשריבן אויף העברעיִש און ייִדיש. אָט די אַנאַליטישע פֿעיִקייט קומט צום אויסדרוק אויף אַ מעכטיקן און קאָנצענטרירטן אופֿן אין דעם אָפּשליסנדיקן קאַפּיטל און אין דעם ענגלישן תּמצית.
מרים טרינס אַנאַליז גיט זיך ספּעציעל אָפּ מיט דער דיפֿערענציאַלער סטרוקטור פֿון דער זעלבסט-אידענטיטעט בכלל און פֿון דער ייִדישער אידענטיטעט בפֿרט בײַ די מחברים, ווי זיי דריקן זיך אויס אין יעדער איינער פֿון די באַהאַנדלטע שפּראַכן פֿון דער פּאָעטישער שאַפֿונג בײַ ייִדן בעתן חורבן. עס ווערט אַנאַליזירט דאָס בשותּפֿותדיקע, וואָס איז פֿאַראַן אין דער שאַפֿונג אונטער דעם נאַצי-רעזשים, ווי אויך די אַנטוויקלונג פֿון די איינצלנע אידענטיטעט-סטרוקטורן, אָנהייבנדיק בײַ די כּתבֿים פֿון די געטאָס און ביז דער ליטעראַרישער שאַפֿונג פֿון די לאַגערן — נישט זעלטן בײַ איין און דעם זעלביקן מחבר.
פֿון מעטאָדאָלאָגישן שטאַנדפּונקט באַזירט זיך איר פֿאָרש־אַרבעט אויף אַ פּרטימדיקער אונטערזוכונג פֿון דער אויטענטישקייט פֿון די כּתבֿ-ידן, וואָס האָבן זיך אָפּגעהיט אין די פֿאַרשיידענע אַרכיוון אין ישׂראל און אין דער גאָרער וועלט. דאָס האָט זי געטאָן שטעלנדיק דעם טראָפּ אויף אַן אונטערזוכונג פֿון די אָנגעגעבענע דאַטעס אין די טעקסטן און פֿון דער פֿראָבלעמאַטיק וואָס איז פֿאַרבונדן דערמיט. אויך האָט זי זיך באַצויגן צו די טעאָרעטישע אַספּעקטן פֿון דער פּאָעטישער שאַפֿונג פֿאַר און נאָך דער באַפֿרײַונג און אַנאַליזירט דעם אונטערשייד אין אינהאַלט, טאָן און שפּראַך צווישן לידער געשריבן אונטער דער נאַצי-הערשאַפֿט און לידער געשריבן נאָך דער באַפֿרײַונג; אַפֿילו פֿון זעלבן מחבר.
אין דעם צווייטן באַנד ווערט, צווישן אַנדערע, געבראַכט אַן אָפּקלײַב פֿון טעקסטן, וועלכע דינען ווי אַן יסוד פֿאַר דער אונטערזוכונג און אַנאַליז, וואָס די מחברטע שטעלט פֿאָר אין דעם ערשטן באַנד. אין אָט די טעקסטן פֿון צווייטן באַנד איז אַרײַנגעלייגט געוואָרן אַ ים מיט אַרבעט בײַם דעשיפֿרירן די כּתבֿ-ידן געשריבן אויף ייִדיש, פּויליש, דײַטש און העברעיִש. ערטערווײַז קומען דאָרט קולטור-היסטאָרישע און שפּראַכלעכע דערקלערונגען וועגן ספּעציפֿישע טערמינען אין אָט די אייראָפּעיִשע שפּראַכן. אָט די טעקסטן זענען אַן אָפּקלײַב פֿון אַ קײַמא-לן פֿון מער ווי 1,000 לידער און פּאָעמעס, וואָס ייִדן האָבן געשריבן אין געטאָס און לאַגערן אין די אומקום-יאָרן. ווידער און אָבער שיקט די מחברטע אָפּ צו אירע אַנאַליזן אין ערשטן באַנד דעם אָפּקלײַב פֿון די טעקסטן אין צווייטן באַנד, מיט דער הילף פֿון הונדערטער הערות, כּדי דער לייענער זאָל אַקוראַט לאָקאַליזירן די באַטרעפֿנדיקע שורות אין די לידער וועגן וועלכע זי שרײַבט. דערפֿאַר דאַרף איר חיבור געלייענט ווערן בעת ביידע בענדער ליגן אָפֿן פֿאַרן לייענער, כּדי נאָכצופֿאָלגן פּראָדוקטיוו אירע אַנאַליזן אין ערשטן באַנד, אויפֿן סמך פֿון די באַטרעפֿנדיקע טעקסטן אינעם צווייטן באַנד. לאָמיר האָפֿן, אַז כּדי דער בידנער לייענער זאָל נישט ווערן קאַסאָקע, וועט מרים טרין, אין דער צוקונפֿט, ווען זי וועט אַרויסגעבן אַ בוך, אַרײַנפֿלעכטן די טעקסטן אין די אַנאַליזן פֿון ערשטן באַנד און פֿאַראייניקן ביידע בענדער אין איין פֿולקומען טעקסט, וואָס פֿליסט נאָכאַנאַנדיק, און וועט צוגעבן אַ נומעראַטאָר צו די שורות פֿון די לידער, כּדי דער אַנאַליז זאָל האָבן אין וואָס זיך אָנצוהאַלטן טעכניש.
אין איר חיבור לעבט אויף די מחברטע, צום ערשטן מאָל אין אַ גרויסן פֿאַרנעם, דעם קול פֿון דעם דערשטיקטן, פֿאַרגאַזטן און דערמאָרדעטן פֿאָלק אין אייראָפּע, דעם קול פֿון ייִדישן צײַט-קאָלעקטיוו. דאָס איז אַ פֿאָרשערישע און דערציִערישע דערגרייכונג, טײַער ווי גאָלד. מרים טרינס חיבור עפֿנט צום ערשטן מאָל אַ ברייטן פֿענצטער, דורך וועלכן מיר זענען בכּוח אַרײַנצודרינגען אין ייִדישע מוחות און טיפֿער פֿאַרשטיין די רעאַקציעס פֿון ייִדן פּנים-אל-פּנים מיט דער נאַצישער ממשלה פֿון רשעות און מאָרד.
פֿון זינט דעם סוף פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה, עקזיסטירט בײַ אונדז, ייִדן, אַ טאָפּלטער בלויז אויפֿן געביט פֿון דער פֿאָרשונג און דעם לימוד פֿון דער קולטור-געשיכטע בײַ ייִדן בעתן חורבן: סײַ איבער דער נישט באַרעכטיקטער מעטאָדישער אָפּזונדערונג בײַ די היסטאָריקער, וועלכע שליסן אויס פֿון זייערע פֿאָרש־אַרבעטן די ליטעראַרישע מקורים געשאַפֿן בעתן חורבן, און סײַ איבערן מאַנגל פֿון וועזנטלעכע טעאָרעטישע באַטראַכטונגען, וואָס שייך די וויכטיקייט פֿון דער ליטעראַרישער שאַפֿונג אין געטאָס און לאַגערן ווי אַן עדותשאַפֿט און אַ היסטאָרישער דאָקומענט. דערפֿאַר האָט די מחברטע פֿון דער דיסערטאַציע געמוזט אַנטוויקלען טעאָרעטישע כּלים און אַן אייגענעם דרך הלימוד, כּדי עפֿעקטיוו אָנגיין מיטן אַנאַליז פֿון די פּאָעטישע טעקסטן בײַם אָפּשאַצן דעם ווערט און דעם בײַשטײַער פֿון איר פֿאַרגלײַכיקער מעטאָדע, וואָס אונטערליגט איר גאַנצע פֿאָרשערישע אַרבעט. און טאַקע אַזוי, מיט די אַלע פּראָבלעמען פֿאַרנעמט זי זיך אין איר חיבור, פֿאַרטיפֿנדיק זיך אין די טעאָרעטישע פּרינציפּן לויט וועלכע זי ריכט זיך לענגאויס איר גאַנצער אַרבעט, באַטאָנענדיק די מעלות פֿון דער פֿאַרגלײַכיקער מעטאָדע, וועלכע איז מפֿרנס, דער עיקר, איר פֿאָרש־אַרבעט און אירע מסקנות. זע, למשל, אירע דערקלערונגען וועגן כאַראַקטער פֿון פּאָעטישע טעקסטן און זייער פֿונקציע ווי אַ היסטאָרישער דאָקומענט, וואָס זאָגט עדות וועגן דעם אופֿן ווי אַזוי ייִדן האָבן איבערגעלעבט די פֿאַרשיידענע שטופֿעס פֿון דעם דײַטשן מאַסנמאָרד, ווי אויך — אירע דערקלערונגען וועגן דער באַפֿרײַונגס-איבערלעבונג, וואָס זאָל דינען ווי אַ לאַקמוס-פּרוּוול כּדי אונטערצושיידן צווישן טעקסטן וואָס זענען געשריבן געוואָרן אָן שום ספֿק אין געטאָס און לאַגערן, און טעקסטן, וואָס זענען אויפֿגעקומען גלײַך נאָכן סוף פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה אין באַפֿרײַטן אייראָפּע.
אויפֿן יסוד פֿון דעם טעאָרעטישן הינטערגרונט און דעם פֿאַרגלײַכיקן אַרײַנקלער אין איר אַרבעט, עקזאַמינירט די מחברטע מאָדעלן פֿון ייִדישער אידענטיטעט אויפֿן פֿאָן פֿון דער חורבן-איבערלעבונג און כאַראַקטעריזירט זיי. די רעזולטאַטן פֿון אָט דער אונטערזוכונג פֿאָרמולירט זי אין דעם פֿינפֿטן און אָפּשליסנדיקן קאַפּיטל. לסוף פֿאַרסכהכּלט זי איר פֿאָרשונג, באַשרײַבנדיק דעם בײַשטײַער פֿון דער פֿאַרגלײַכיקער אַרבעט צו דער פֿאָרשונג פֿון דער ליטעראַרישער שאַפֿונג בעתן חורבן און דער רעאַקציע פֿון ייִדן אויף די נאַצישע רדיפֿות.
אַחוץ אויף די מאַטעריאַלן פֿון די אָפֿיציעלע אַרכיוון, וואָס גיבן זיך אָפּ מיט דער פֿאַראייביקונג פֿון זכּרון נאָכן חורבן, האָט מרים טרין באַזירט איר פֿאָרשונג אויפֿן סמך פֿון דער הײַנט צו טאָג גרעסטער פֿאַראַנענער פּריוואַטער קאָלעקציע. עס האַנדלט זיך וועגן דער נחמן-בלומענטאַל-קאָלעקציע, וועלכע אַנטהאַלט צווישן אַנדערע אַרום 1,000 פּאָעטישע איינסן — אָריגינעלע כּתבֿ-ידן, ווי אויך זייערע מאַשין-געשריבענע קאָפּיעס. נחמן בלומענטאַל איז געווען, צוזאַמען מיט ד״ר יוסף קערמיש, פֿון די אָנפֿירער פֿון דער ייִדישער היסטאָרישער קאָמיסיע אין פּוילן, גלײַך נאָך דער באַפֿרײַונג. מיט אַ פּיסטויל אין דער קעשענע, איז ער אַרומגעגאַנגען איבער פּוילן, פֿון איין שטאָט צו דער צווייטער, און האָט אייגנהענטיק צונויפֿגעקליבן ווערטפֿולע דאָקומענטאַציע, וואָס איז איבערגעבליבן נאָך די חורבן-יאָרן. נחמן בלומענטאַל איז געווען איינער פֿון די ערשטע און וויכטיקסטע חורבן-פֿאָרשער און זײַן קאָלעקציע איז ענג פֿאַרבונדן מיט אַ טייל פֿון די זאַמלונגען פֿון ייִדישן היסטאָרישן אינסטיטוט אין וואַרשע. נאָכן עולה זײַן איז ער צוזאַמען מיט ד״ר יוסף קערמיש געווען פֿון די מיטבאַגרינדער פֿון דעם אַרכיוו אין בית-לוחמי-הגטאות, ווי אויך אַ מיטאַרבעטער פֿון יד ושם. זײַן פּריוואַטע קאָלעקציע איז אָבער פֿאַרבליבן אין באַזיץ פֿון דער משפּחה און נאָך זײַן טויט האָט זיך קיינער נישט פֿאַרנומען מיט איר. נאָכן אָפּגעפֿינען בלומענטאַלס זון און יורש, דעם אַדוואָקאַט מירון בלומענטאַל, וואָס לעבט הײַנט אין לאָנדאָן, האָט מרים טרין מצליח געווען זיך מיט אים צו טרעפֿן אין ישׂראל, אַרײַנצוקוקן אין זײַן טאַטנס פּריוואַטן אַרכיוו און צו באַקומען פֿון דעם זון אַ פֿולע קאָפּיע פֿון נחמן בלומענטאַלס לידער-זאַמלונג, כּדי צו קענען דורכפֿירן איר פֿאָרשונג. אַ טייל פֿון נחמן בלומענטאַלס ליטעראַרישע און פֿילאָלאָגישע פֿאָרשונגען זענען באַזירט אויף זײַן פּריוואַטן אַרכיוו. האָָפֿנטלעך וועט מרים טרינס חיבור געפֿינען זײַן וועג צו דער עפֿנטלעכקייט, און וועט באַרײַכערן די פּאָליצעס פֿון יענע ביבליאָטעקן וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט דער קולטור-געשיכטע פֿון ייִדן בעתן חורבן.
(סוף אין קומענדיקן נומער)