- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אַרײַנקוקנדיק דעם 8טן מײַ אין די נײַעס, וואָס שייך ישׂראל, האָט זיך דערמאָנט דער פֿאַרשפּרייטער ייִדישער זאָג: "זײַט מיר נאָך נישט געזונט, מיר גייען נאָך נישט אַוועק!" — וואָס איז? בשתּיקה האָט "ליכּוד" געמאַכט אַ יד־אַחת מיט דער "קדימה"־פּאַרטיי, פּינקטלעכער געזאָגט, דער פֿירער פֿון "ליכּוד" נתניהו און דער נײַ־אָפּגעבאַקענער פֿירער פֿון "קדימה" מופֿז. דערמיט איז צונויפֿגעקלאַפּט געוואָרן אַ נײַע רעגירונג פֿון "נאַציאָנאַלער אייניקייט". אַנדערש געזאָגט, האָט ביבי נתניהו זיך באַוואָרנט צו בלײַבן בײַ דער מאַכט, אויב אַפֿילו ש"ס וועט פֿאַרלאָזן די ביז־איצטיקע קאָאַליציע, צוזאַמען מיט דער פּאַרטיי "ישׂראל־ביתנו". די יאָרן לויפֿן פֿאַרבײַ, און עס ווערט פֿאַרנעפּלט און פֿאַרטונקלט די שאַרפֿקייט פֿון אונדזער זכּרון, דאָס געדענקען די טרויעריקע געשעענישן און איבערלעבונגען פֿון דער פֿאַרגאַנגענהייט, פֿון 70 יאָר צוריק... דערפֿאַר טאַקע זענען פֿאַר אונדז — די נאָך לעבן־געבליבענע פֿון יענע טראַגישע יאָרן — וויכטיק זיך צו טרעפֿן מיט אונדזערע קינדער און אייניקלעך, און זיי איבערגעבן דעם לעצטן אָנזאָג פֿון די אומגעבראַכטע קרבנות פֿון חורבן: זכרו — פֿאַרגעסט ניט וואָס די דײַטשע מערדער און זייערע קריסטלעכע אַרויסהעלפֿער האָבן געטאָן צו אונדזערע משפּחות, צו אונדזערע היימען בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. געדענקט זייער הייליקן אָנדענק! אין דער רשימה פֿון די חרובֿע שטעט און שטעטלעך געפֿינט זיך מײַן אייגנאַרטיק היימשטעטל זשעטל, וואָס געהערט איצט צו ווײַסרוסלאַנד, בשכנות מיט די געוועזענע גרעסערע באַוווּסטע ייִדישע קהילות, ווי נאָוואָגרודעק, ווילנע, לידע, סלאָנים און באַראַנאָוויטש. דורות־לאַנג האָט אין זשעטל עקזיסטירט אַ שטאַרק אַקטיווע נעץ פֿון געזעלשאַפֿטלעכע אינסטיטוציעס, שולן, חבֿרות און פּאַרטייען, וואָס זענען געווען אַ שם־דבֿר אין אַמאָליקן צאַרישן רוסלאַנד און שפּעטער אין דער באַפֿרײַטער פּוילישער רעפּובליק. אין דעם דאָזיקן קליינעם שטעטל זענען געבוירן געוואָרן באַקאַנטע שעפֿערישע פּערזענלעכקייטן, רבנים, ייִדישע שרײַבער און פּאָעטן, וועלכע זענען געווען באַרימט איבער דער גאָרער ייִדישער וועלט. דעם בולטן מיליטאַריסטישן מינהג האָט מען אויסגעטײַטשט מיט אַ מער "ייִדישלעכן" טעם — אַזוי ווי קיין רעגנבויגן האָט זיך נישט באַוויזן בעתן לעבן פֿון רב שמעון בר־יוחאי, אַ תּנא פֿון דער מישנה, דינט דער בויגן פֿונעם פֿײַל־און־בויגן ווי אַ דערמאָנונג נאָך זײַן טויט. ווי עס ווערט געזאָגט אינעם קבלה־ספֿר, דער "זוהר", וואָס, לויט דער טראַדיציע, האָט בר־יוחאי מחבר געווען, וועט אַ רעגנבויגן מיט כּלערליי קאָלירן זיך באַווײַזן איידער דער משיח וועט קומען. האָט דער בויגן, במילא, אויך אַ טײַטש ווי אַ טייל פֿון אונדזער ייִדישער אמונה אין משיחן. ל״ג־בעומר אינעם דאָרף מירון, נישט ווײַט פֿון צפֿת, פּראַוועט מען דעם יום־טובֿ מיט גרויס פּאַראַד; אַ מינהג, וואָס ציט זיך עטלעכע הונדערט יאָר צוריק און נעמט זיך פֿון דעם, וואָס רבֿ שמעון בר־יוחאיס קבֿר געפֿינט זיך דאָרטן. די געלערנטע האַלטן, אַז דעם "זוהר" האָט מען ערשט אָנגעשריבן מיט אַ טויזנט יאָר שפּעטער. אין שפּאַניע, אינעם 13טן יאָרהונדערט, האָט זיך צום ערשטן מאָל באַוויזן דאָס ווערק, אַרויסגעגעבן פֿון משה דעלעאָן, אָבער דעלעאָן האָט דאָרטן געשריבן, אַז בר־יוחאי האָט עס געשאַפֿן — יוחאי האָט געקליבן די אַנטפּלעקונגען וואָס משה רבינו האָט באַקומען פֿונעם אייבערשטן און זיי געדרוקט אינעם "זוהר". גרשון שלום האָט געהאַלטן, אַז דעלעאָן האָט נישט נאָר אַרויסגעגעבן דעם "זוהר", נאָר אים אויך אָנגעשריבן. די גרעסטע חסידישע גרופּע אין דער וועלט זענען די סאַטמאַרער חסידים. היסטאָריש גערעדט, שטאַמט די דאָזיקע חסידישע טראַדיציע נישט פֿון סאַטמאַר, נאָר פֿון גאַליציע. רבי משה טייטלבוים, דער מחבר פֿונעם ספֿר "ישׂמח משה", איז געווען אַ תּלמיד פֿונעם באַרימטן חוזה לובלינער, און געדינט, צו ערשט, ווי אַ רבֿ אין פּזשעמישל, פּוילן. שפּעטער, האָט דער "ישׂמח משה" זיך באַזעצט אין אוהעל, אַ שטעטל אינעם צפֿונדיקן טייל פֿון אונגאַרן, נישט ווײַט פֿון סלאָוואַקײַ. דעם "ישׂמח משהס" קינדער און אייניקלעך האָבן פֿאַרשפּרייט אַן אייגענע שיטה פֿון חסידות מיט אַן אונגאַרישן טעם ווײַטער אַרום דער עסטרײַך־אונגאַרישער אימפּעריע. די סאַטמאַרער חסידים זענען הײַנט באַרימט געוואָרן מיט אַזאַ נאָמען צוליב דער טעטיקייט פֿונעם רבין יואל טייטלבוים, וועלכער איז געווען אַ רבי אין סאַטמאַר, און געשאַפֿן אַ ריזיקע באַוועגונג נאָך זײַן אימיגראַציע קיין אַמעריקע. זײַן טאַטע און זיידע זענען אָבער געווען רביים אין אַן אַנדער טראַנסילוואַניש שטעטל, סיגעט. מיט די "תּולדות־אַהרנער" איז די מעשׂה פֿאַרקערט. אַהרן ראָט — באַקאַנט ווי רב אַרעלע — איז געבוירן געוואָרן אינעם קאַרפּאַטישן שטעטל אונגוואַר, אין 1894. זײַן משפּחה איז נישט געווען קיין חסידישע. ווי אַ יונגערמאַן, האָט רב אַרעלע זיך אָבער שטאַרק פֿאַראינטערעסירט מיט חסידות, און געלערנט מיטן בעלזער רבין, רבי ישׂשׂכר־דובֿ רוקח, און מיטן בלאָזשעווער רבין, צבֿי־אלימלך שפּיראָ. דער בלאָזשעווער רבי, אַ באַקאַנטער מקובל, האָט געגעבן דעם יונגערמאַן אַן אייגענע באַוועגונג. לודוויג וואַן בעטהאָווען סאָנאַטע נומ׳ 14 (לבֿנה־סאָנאַטע); סעמועל באַרבער פּיאַנע־סאָנאַטע פֿרעדעריק שאָפּען "נאָקטורן", לאַ־בעמאָל מאַזשאָר סאָנאַטע נומ׳ 3 דעם 3טן מײַ האָט אין קאַרנעגי־האָל געשפּילט דער פּיאַניסט יעווגעני קיסין. איך האָב בכּיוון אָנגערופֿן די דאַטע, ווײַל אַזעלכע געשעענישן מוזן אָנגעוויזן ווערן פּינקטלעך, בפֿרט אין אַזאַ קולטורעלן כּרך, ווי ניו־יאָרק מיט הונדערטער (אויב נישט טויזנטער) אונטערנעמונגען אין איין אָוונט. אַזאַ אָוונט פֿאַרגעדענקט זיך אויף לאַנגע יאָרן. איך, אַני־הקטן, נעם זיך נישט אונטער צו שרײַבן אַ רעצענזיע אויף קיסינס קאָנצערט; איך בין זיכער, ס׳וועלן עס טאָן מיט גלאַנץ די הויך־פּראָפֿעסיאָנעלע מוזיק־קאָמענטאַטאָרן פֿון דער בכּבֿודיקער "ניו־יאָרק טײַמס". איך קאָן נאָר נאָכבאָמבלען אונדזער גרויסן ייִדישן פּאָעט: "כ׳בין געשטאַנען פֿאַרגאַפֿט... ווי אַ שטילע שמונה־עשׂרה..." — און דערנאָך, ווען דער לעצטער קלאַנג איז אויסגעגאַנגען, האָב איך אַ טראַכט געטאָן: ניין, דער אייבערשטער האָט פֿון דעסטוועגן קודם געשאַפֿן דעם קלאַנג און שוין דערנאָך פֿון אים אויסגעפֿורעמט דאָס וואָרט. צוריק צו חיים גראַדע ווען חיים גראַדע איז געשטאָרבן אין 1982, האָט מען בכּבֿודיק אויפֿגעהאַלטן זײַן שאַפֿונג אין דער ייִדישער ליטעראַטור. אָבער פֿאַרן לייענער אויף ענגליש איז ער געווען ווייניקער באַקאַנט. נאָר געציילטע פֿון זײַנע ווערק האָט מען איבערגעזעצט, און זײַן פּאָעזיע האָט מען כּמעט ווי נישט געקאָנט איבערזעצן אויף ענגליש. זײַן וועלט־באַקאַנטער מיטצײַטלער יצחק באַשעוויס, וועלכער האָט געוווּנען דעם נאָבעל־פּריז אין 1978, האָט אים פֿאַרשטעלט מיט זײַן שם. מיט אַ טאָג צוריק, דאָנערשטיק, האָבן מיר אָפּגעמערקט ל״ג־בעומר. אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע ייִדישע יום־טובֿים, האָט ער נישט קיין אַנדערן, מער באַדײַטפֿולן נאָמען, און הייסט פּשוט "דער דרײַ־און־דרײַסיקסטער טאָג פֿון ספֿירת־העומר". Natan Sznaider. איך קלײַב זיך דאָ ניט געבן קיין באַריכט פֿון אָט די אַלע אינטערעסאַנטע קאָנפֿערענצן. כ׳וועל נאָר באַמערקן, און דאַכט זיך ניט צום ערשטן מאָל באַמערק איך עס, אַז אַזעלכע פֿאָרומס מאַכן אינטענסיווער דעם בלוט-דרוק (צי חכמה-דרוק) אין דער אַקאַדעמישער סבֿיבֿה, פֿאָדערן פֿון דיר אַ טראַכט טאָן, און אַ שרײַב טאָן, וועגן אַזעלכע זאַכן, וועלכע אַנדערש וואָלסטו אפֿשר וועגן זיי קיין מאָל ניט געטראַכט און ניט געשריבן. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס דו הערסט פֿרישע רעזולטאַטן פֿון דעם וואָס דײַנע קאָלעגן טוען, און דאָס איז אויך געוואַלדיק וויכטיק. און פּשוט טרעפֿן זיך, און באַקענען זיך, מיט קאָלעגן איז תּמיד אַ ממשותדיקער טייל פֿון דעם קאָנפֿערענץ-"געשעפֿט". די ייִדיש-קאַטעדרע אין ירושלים באַמיט זיך שוין זינט יאָרן צו פֿאַרברייטערן דעם וויסן וועגן דער חורבן-תּקופֿה מיט דער הילף פֿון יונגע פֿאָרשער, וואָס שטייען צו צו די רייען און זוכן אַ תּיקון פֿאַר זייער דורשט וואָס מער און טיפֿער צו פֿאַרשטיין און געבן צו פֿאַרשטיין. די טעג דאַרף מען דערמאָנען אַ דאָקטאָראַט, וואָס ווערט געשריבן פֿון מרים טרין, אויף דער טעמע: "די איבערלעבונגען בעתן חורבן אין ליכט פֿון די מולטי־קולטורעלע און פֿילשפּראַכיקע פּאָעטישע שאַפֿונגען, געשריבן אין געטאָס און לאַגערן אונטער דער נאַצי-הערשאַפֿט". ביז איצט האָבן פֿאָרשער אין ישׂראל און אין אויסלאַנד זיך באַצויגן צו די לידער, אָנגעשריבן אין געטאָס און לאַגערן, בדרך-כּלל, פֿון אַן איין שפּראַכיקער פּערספּעקטיוו, אָדער העכסטנס — פֿון אַ צוויי־שפּראַכיקער (ייִדיש אָדער ייִדיש-העברעיִש, אָדער ייִדיש-פּויליש, אד״גל). אַ דערפֿרישנדיקער חידוש איז מרים טרינס דיסערטאַציע, וואָס באַהאַנדלט די לידער, אָנגעשריבן פֿון ייִדן אין געטאָס און לאַגערן, סײַ אויף ייִדיש, סײַ אויף פּויליש, סײַ אויף דײַטש און סײַ אויף העברעיִש — פֿון אַ פֿאַרגלײַכלעכער פּערספּעקטיוו. — קוקט נישט אַרײַן אין מײַן צײַטונג, איר גנבֿעט בײַ מיר פֿון מויל אַרויס די שענסטע תּשובֿות... אַ גילגול פֿון אַ תּשובֿה אַ בינטל מחשבֿות צום וואָרט וועל איך אָנהייבן קודם מיטן צווייטן סדר, וווּ עס האָט מיך אײַנגעלאַדן שׂרה־רחל שעכטער, די מיטאַרבעטערין פֿון "פֿאָרווערטס" און איך בין זיכער, אַז אונדזערע לייענער זײַנען גוט באַקאַנט מיט אירע שריפֿטן. דער אמת איז, אַז איך קען די גאַנצע שעכטער־משפּחה שוין מזמן, זינט זייער פֿריסטן עלטער. געקענט דעם טאַטן, ד״ר מרדכי שעכטער ע"ה, די מאַמע, טשאַרנע, די פֿיר שעכטער־קינדער, שׂרה־רחל שעכטער־איידלמאַן, דאָבריש־גיטל שעכטער־ווישנאַוואַט, פֿרימעט־איידל שעכטער און פֿאַרשטייט זיך בנימין שעכטער, דעם גאָר, גאָר באַגאַבטן קאָמפּאָזיטאָר, פּיאַניסט און דיריגענט פֿון ייִדישן פֿילהאַרמאָנישן כאָר. אַלע זײַנען שוין הײַנט דערוואַקסענע מענטשן, אָבער איין זאַך איז בײַ זיי פֿאַרבליבן פֿון דער היים — דאָס מאַמע־לשון. אַלע, אַלע שעכטער־קינדער און אייניקלעך רעדן אַ געשמאַקן ייִדיש. זיי האַלטן ממש אויף אַ ייִדיש־לאַנד. איז דער סדר בײַ שׂרה־רחלען געווען מײַן ערשטער הויכפּונקט דעם פּסח. ערשטנס, האָבן זיך צונויפֿגעזאַמלט אַ חבֿרה יונגוואַרג, געראָטענע שעכטער־קינדער און אייניקלעך, און אַלע ווי איינער האָבן גערעדט אַ פּרעכטיקן און נאַטירלעכן ייִדיש בײַם טיש. און אויב דאָס איז נישט געווען גענוג, האָבן שׂרה־רחלס בנים אַוועקגעלייגט אַ דבֿר־תּורה, אַז מען האָט געקאָנט לעקן די פֿינגער דערפֿון. און איצט די לידער, דעם גאַנצן ייִדישן רעפּערטואַר, מיט דעם פּסחדיקן טראָפּ. מען האָט געזונגען און זיך משׂמח געווען ביז די שפּעטע שעהען פֿון דער נאַכט. |