ייִדיש־וועלט
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די פּראָספּעקט־פּראָגראַם פֿון דער אָפּאַטאָשו־קאָנפֿערענץ אין רעגענסבורג
די פּראָספּעקט־פּראָגראַם פֿון דער אָפּאַטאָשו־קאָנפֿערענץ אין רעגענסבורג
אַזוי האָט זיך עס שוין באַקומען, אַז אין אָט דער צײַט דריי איך זיך צווישן פֿאַרשיידענע קאָנפֿערענצן, אין פֿאַרשיידענע לענדער. סוף מאַרץ האָב איך זיך באַטייליקט אין דער אַקאַדעמישער צונויפֿקומעניש אין טאָראָנטאָ, אויף דער טעמע "דאָס ייִדישע לעבן און טויט אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה". אין אַפּריל בין איך געווען אויף צוויי קאָנפֿערענצן אין דײַטשלאַנד: אין גרײַפֿסוואַלד — וועגן סלאַוויש-ייִדישער ליטעראַטור, און אין רעגענסבורג — וועגן דעם ייִדישן שרײַבער יוסף אָפּאַטאָשו. און ווען דער דאָזיקער נומער פֿון "פֿאָרווערטס" וועט שוין זײַן אין אײַערע הענט, וועל איך זיך, אם-ירצה-השם, אומקערן פֿון אַ קאָנפֿערענץ אין סאַן-דיעגאָ, וועלכע איז געווידמעט באָגדאַן כמעלניצקי — אַ ייִדישער קוק, פֿאַרשטייט זיך, אויף דער טרויעריק־באַקאַנטער (פֿאַר ייִדן, לכל-הפּחות) פּערזענלעכקייט.
איך קלײַב זיך דאָ ניט געבן קיין באַריכט פֿון אָט די אַלע אינטערעסאַנטע קאָנפֿערענצן. כ׳וועל נאָר באַמערקן, און דאַכט זיך ניט צום ערשטן מאָל באַמערק איך עס, אַז אַזעלכע פֿאָרומס מאַכן אינטענסיווער דעם בלוט-דרוק (צי חכמה-דרוק) אין דער אַקאַדעמישער סבֿיבֿה, פֿאָדערן פֿון דיר אַ טראַכט טאָן, און אַ שרײַב טאָן, וועגן אַזעלכע זאַכן, וועלכע אַנדערש וואָלסטו אפֿשר וועגן זיי קיין מאָל ניט געטראַכט און ניט געשריבן. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס דו הערסט פֿרישע רעזולטאַטן פֿון דעם וואָס דײַנע קאָלעגן טוען, און דאָס איז אויך געוואַלדיק וויכטיק. און פּשוט טרעפֿן זיך, און באַקענען זיך, מיט קאָלעגן איז תּמיד אַ ממשותדיקער טייל פֿון דעם קאָנפֿערענץ-"געשעפֿט".
הגם אָט די אַלע קאָנפֿערענצן זײַנען טעמאַטיש זייער פֿאַרשיידענע, געפֿין איך אַ טעמע, אָדער — ריכטיקער — אַ פֿונקציע, וועלכע פֿאַראייניקט זיי אַלעמען, דהײַנו: דאָס אַרויסברענגען אויף דער אויבערפֿלאַך כּלערליי עד-היום פֿאַרגעסענע נעמען און געשעענישן. אַנדערש וואָלט עס געווען דאָך גאָר משוגע: צו לאָזן זיך אין וועג אַרײַן, פֿאָרן צי פֿליִען, לאַנגע שעהען אין עפּעס אַן אָרט, צו מאָל, אַזאַ אויסרײַסעניש (דווקא זייער אַ סימפּאַטישע) ווי, למשל, די צפֿון-דײַטשישע אוניווערסיטעטישע שטאָט גרײַפֿסוואַלד, כּדי דערציילן עפּעס, וואָס אַלע האָבן שוין וועגן דעם געהערט און געלייענט. אין דעם, אין עפֿענען אַ טיר — כאָטש אויף אַ שפּאַרונעלע — אין אַ פֿאַרגעסענעם ווינקל פֿון געשיכטע, באַשטייט טאַקע דער שׂכל פֿאַר אַזאַ ווילדן אַרומשלעפּן זיך איבער דער גאָרער אַקאַדעמישער וועלט.
איך בין באַזונדערס צופֿרידן מיט דער אָפּאַטאָשו-קאָנפֿערענץ, און ניט נאָר ווײַל איך האָב געהאַט עפּעס אַ (מינימאַלן) שײַכות צו איר אָרגאַניזאַציע — די הויפּט-אָרגאַניזאַטאָרין איז געווען סאַבינע קאָלער, וואָס אַרבעט, זייער הצלחהדיק, אין דעם אינסטיטוט פֿון סלאַוויסטיק בײַם רעגענסבורגער אוניווערסיטעט. רעגענסבורג איז אַ "באַרעכטיקט" אָרט פֿאַר אָפּאַטאָשו, כאָטש ער איז דאָרטן קיין מאָל ניט געווען. זײַן בוך "אַ טאָג אין רעגענסבורג" שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ וויכטיק זײַטל ניט נאָר אין אָפּאַטאָשוס פֿאָרשונג, נאָר בכלל אין דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור.
די טעמע "יוסף אָפּאַטאָשו, דער ייִדישער שרײַבער, דענקער און אַקטיוויסט צווישן אייראָפּע און אַמעריקע" האָט געבראַכט קיין בײַערן (אַ מאָל איז רעגענסבורג געווען די וויכטיקסטע בײַערישע שטאָט) געלערנטע פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, שווייץ, שוועדן, פּוילן, עסטרײַך און דײַטשלאַנד. פֿון לאָס-אַנדזשעלעס איז געקומען יוסף אָפּאַטאָשוס אייניקל, דן אָפּאַטאָשו. ער האָט אונדז אַרײַנגעפֿירט אין דעם פּערזענלעכן לעבן פֿון זײַן זיידן, געמאַכט לעבעדיק דעם מענטשן, וואָס האָט פֿאַר מיר און אַלע אַנדערע קאָנפֿערענץ-אָנטיילנעמער עקזיסטירט פֿריִער נאָר ווי אַן אימאַזש פֿון פֿאָטאָס, אַ מחבר.
מיטן תּוך פֿון דער אָפּאַטאָשו-פֿאָרשונג וועט זײַן אַ מעגלעכקייט צו באַקענען זיך אָנהייב 2013, ווען אין דעם אָקספֿאָרדער פֿאַרלאַג "לעגענדאַ" וועט אַרויסגיין אַ קאָלעקטיווער באַנד, באַזירט אויף די קאָנפֿערענץ-רעפֿעראַטן. די גאַנצע אָפּאַטאָשו־שאַפֿערישקייט וועט דאָס בוך, פֿאַרשטייט זיך, ניט אַרומנעמען. עס וועט אויך ניט אַרומרעדן אַלע פּרטים פֿון זײַן לעבנסוועג. אָבער מיר האָפֿן, אַז דער באַנד וועט העלפֿן אַרויסצופֿירן דעם מײַסטער פֿון ליטעראַרישן וואָרט, איינעם פֿון די בעסטע ייִדישע פּראָזאַיִקער, פֿון דער קאַטעגאָריע "פֿאַרגעסענע שרײַבער". הײַנט צו טאָג רעאַגירן דאָך אויף זײַן נאָמען נאָר געציילטע מענטשן, בעת אַ מאָל איז ער געווען אויף אַזוי פֿיל פּאָפּולער, אַז אַפֿילו אַ ברענטש אין "אַרבעטער-רינג" האָט געטראָגן זײַן נאָמען.
דעם מצבֿ פֿון אָפּאַטאָשו-פֿאָרשונג האָט אָפּגעשפּיגלט די קאָנפֿערענץ גופֿא. ס׳רובֿ אָנטיילנעמער האָבן זיך אַ קער געטאָן צו אָפּאַטאָשון ערשט דאַן ווען זיי האָבן באַקומען אַן אײַנלאַדונג צו באַטייליקן זיך אין דער קאָנפֿערענץ. אמת, איינע אַ סטודענטקע, וואָס איז ספּעציעל געקומען פֿון עסטרײַך (ס׳איז גאָר ניט ווײַט פֿון רעגענסבורג) צו הערן וועגן דעם , פֿאַר איר ניט-באַקאַנטן, ייִדישן מחבר, האָט מיר געזאָגט: "מיר געפֿעלט, אַז אַלע זײַנען ‘זײַטיקע’ מענטשן. עס פֿילט זיך פֿרישקייט אין זייער צוגאַנג, און קיינער דאָמינירט ניט." אפֿשר איז זי גערעכט. אָבער דעם געפֿיל פֿון טאַפּן די וואַנט האָבן, בלי-ספֿק, געהאַט אַלע אָנטיילנעמער.
בײַם פֿאָרשן אָפּאַטאָשו האָט דער קאָנפֿערענץ-עולם אויפֿגעטאָן מער ווי פּשוט צו רעדן וועגן איינעם פֿון די ייִדישע שרײַבער. מע האָט אויך באַרירט בשכנותדיקע פֿיגורן — אַנדערע שרײַבער און, בכלל, אינטעלעקטואַלן; די, וואָס זײַנען געווען אָפּאַטאָשוס נאָענטע פֿרײַנד (למשל, מאַרק שאַגאַל און ה. לייוויק), און די, וועלכע ער האָט ניט געקענט אָנקוקן (למשל, אַב. קאַהאַן און משה נאַדיר). אַרום אָפּאַטאָשו האָבן זיך באַוויזן קאָנטורן פֿון דער אַלגעמיינער ייִדישער ליטעראַרישער לאַנדשאַפֿט, קודם-כּל אין אַמעריקע, פּוילן און סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. הקיצור, דער עולם אין רעגענסבורג האָט הנאה געהאַט. האָף איך, אַז אין אַ צײַט אַרום וועט אַ פֿאַרגעניגן באַקומען אויך דער לייענער פֿון דעם בוך.