מוזיק

יעווגעני קיסין
יעווגעני קיסין
Credit: Getty Images
די פּראָגראַם:
לודוויג וואַן בעטהאָווען
סאָנאַטע נומ׳ 14
(לבֿנה־סאָנאַטע);
סעמועל באַרבער
פּיאַנע־סאָנאַטע
פֿרעדעריק שאָפּען
"נאָקטורן", לאַ־בעמאָל מאַזשאָר
סאָנאַטע נומ׳ 3

דעם 3טן מײַ האָט אין קאַרנעגי־האָל געשפּילט דער פּיאַניסט יעווגעני קיסין. איך האָב בכּיוון אָנגערופֿן די דאַטע, ווײַל אַזעלכע געשעענישן מוזן אָנגעוויזן ווערן פּינקטלעך, בפֿרט אין אַזאַ קולטורעלן כּרך, ווי ניו־יאָרק מיט הונדערטער (אויב נישט טויזנטער) אונטערנעמונגען אין איין אָוונט. אַזאַ אָוונט פֿאַרגעדענקט זיך אויף לאַנגע יאָרן.
איך, אַני־הקטן, נעם זיך נישט אונטער צו שרײַבן אַ רעצענזיע אויף קיסינס קאָנצערט; איך בין זיכער, ס׳וועלן עס טאָן מיט גלאַנץ די הויך־פּראָפֿעסיאָנעלע מוזיק־קאָמענטאַטאָרן פֿון דער בכּבֿודיקער "ניו־יאָרק טײַמס". איך קאָן נאָר נאָכבאָמבלען אונדזער גרויסן ייִדישן פּאָעט: "כ׳בין געשטאַנען פֿאַרגאַפֿט... ווי אַ שטילע שמונה־עשׂרה..." — און דערנאָך, ווען דער לעצטער קלאַנג איז אויסגעגאַנגען, האָב איך אַ טראַכט געטאָן: ניין, דער אייבערשטער האָט פֿון דעסטוועגן קודם געשאַפֿן דעם קלאַנג און שוין דערנאָך פֿון אים אויסגעפֿורעמט דאָס וואָרט.
עכטע קונסט פֿאַרבינדט דורות און צײַט; אַ גרויסער קינסטלער פֿאַרבינדט דעם יחיד מיט דער גײַסטלעכער וועלט פֿון אַן אַנדער גרויסן יחיד־הקינסטלער. במשך פֿון דעם אָוונט האָט קיסין געשאַפֿן אַ מעטאַפֿיזישע ספֿערע, וווּ יעדער פֿונעם עולם איז געקומען אין באַריר מיט דער גײַסטיקייט פֿון בעטהאָווען, שאָפּען און באַרבער.
איך האָב באַמערקט, אַז אויף ס׳רובֿ קאָנצערטן, ווי נאָר עס הערט אויף צו קלינגען די מוזיק, הייבט מען גלײַך אָן הוסטן און ניסן, גלײַך ווי מע וואָלט ביז אַהער זיך בצוואַנג אײַנגעהאַלטן און שוין אַרויסגעקוקט אויף דער קורצער פּויזע צווישן איין טייל פֿונעם ווערק און אַ צווייטן טייל. דער כּישוף פֿון קיסינס קונסט, איז אַזוי שטאַרק, אַז דער עולם פֿאַרטײַעט דעם אָטעם, ווי ער וואָלט זיך געפֿונען אין אַ מין פֿאַרחלשטקייט. מע וויל זיך נישט אויפֿכאַפּן פֿון אָט דעם צושטאַנד און אַפֿילו אַרויסלאָזן אַ פּיפּס. סײַדן, די שטורמישע אַפּלאָדיסמענטן נאָכן סוף פֿון ווערק צערײַסן דעם רוים. שטעלט זיך פֿאָר — אַ פֿול געפּאַקטער זאַל, איבער 2,800 פּלעצער, און דערצו נאָך אַ 6—7 טוצן מעלאָמאַנען אויסגעזעצט אויף דער בינע — און אַלע פֿאַראייניקט זיי איין כּוח־המושך, די צוציִונגס־קראַפֿט פֿון דעם שיינעם מענטש מיט אַ געדיכטן קאָפּ האָר בײַם "סטײַנוויין" מיט אַ צעשפּרייטן שוואַרצן פֿליגל.
מײַנער אַ באַקאַנטער איז גראָד געווען צווישן יענעם טייל פּובליקום אויף דער בינע. האָט ער מיר געזאָגט: "דו פֿאַרשטייסט, מע זעט ממש פֿאַר זיך זײַנע הענט, ווי זיי מאַכן דעם וווּנדער אויף די קלאַווישן, און דו טראַכסט — ס׳איז דאָך אַזוי פּשוט, אַז דו אַליין קאָנסט זיך באַלד צוזעצן און עס אויסשפּילן!"
טאַקע דאָס איז דער כּישוף פֿון גרויסער קונסט — זיך לאָזן אַרײַנגעכאַפּט צו ווערן אין דער נעץ פֿון אילוזיעס; באַפֿרײַען זיך, כאָטש אויף אַ ווײַלע, פֿון די נישטיקע פּענטעס פֿון אונדזער טאָג־טעגלעכער האַוועניש.
עמעצער פֿון די אָנגעזעענע קריטיקער האָט אָנגערופֿן קיסינען "כּמעט אַ גאָון". ווען כ׳האָב עס איבערגעלייענט, האָב איך אַ טראַכט געטאָן: פֿאַר וואָס "כּמעט"? שוין זשע פֿאַרגינט ער נישט, דער קאַרגער קריטיקער, אָנצורופֿן דעם יחיד־בדור — גאָון?! שפּעטער האָב איך עס פֿאַרשטאַנען — דער "כּמעט" טראָגט אין זיך אַ ברייטן מהלך, וואָס גיט דעם אַרטיסט אָנצוגיין ווײַטער מיט זײַן קונסט, אויסצורײַפֿן. דער "כּמעט" איז אַ שטאַפּל צו גאונות. נאָך מער, מיר האָבן שוין געזען זעלטענע וווּנדער־קינדער, וועלכע האָבן פֿאַרלוירן זייער קינדשאַפֿט, אָבער קיין וווּנדער איז נישט געשען.
יעווגעני קיסין האָט שוין פֿון זײַנע ערשטע קאָנצערטן אָן, ווי אַ וווּנדער־קינד, זיך אײַנגעשפּאַנט אין אַ לאַנגן וועג צו גאונות פֿון פּיאַניזם; און ס׳איז אַ נס פֿאַר אונדז, די פּשוטע מענטשן פֿונעם קאָנצערט־זאַל, אַז מיר האָבן דאָס מזל, כאָטש איין מאָל אין יאָר, זײַן אַן עדות ווי דער דאָזיקער "כּמעט" ווערט אַלץ שמעלער און שמעלער.
איך האָב געהאַט דעם זכות צו זיצן בעתן קאָנצערט נישט ווײַט פֿון קיסינס מוטער, עמאַ קיסין; אירע פֿינגער, קערפּער, מימיק זײַנען צונויפֿגעפֿאַלן מיט די באַוועגונגען פֿונעם זון; און מסתּמא האָט אויך איר האַרץ געקלאַפּט צום טאַקט מיטן זונס האַרץ (סײַדן מיט אַ צאַפּל — פֿאָרט אַ ייִדישע מאַמע). און קוקנדיק אויף איר און אויפֿן זון, האָב איך אַ טראַכט געטאָן: זיי זײַנען נאָך אַלץ געקניפּט און געבונדן מיט איין נאָפּלשנור.
נאָכן קאָנצערט פֿון יעווגעני קיסין גייט מען אַרויס אַ באַנײַטער, ווי מע וואָלט זיך אַראָפּגערעדט פֿון האַרץ, געזאָגט סליחות יום־כּיפּור. די נשמה איז ווידער ריין און אָפֿן...
איך גלייב נאָך אַלץ אין דער שיינער לעגענדע, אַז די וועלט האַלט זיך אויף למד־וואָווניקעס; פּשוט זיי פֿאַרשטעלן זיך שוין מער נישט ווי שוסטערס, שנײַדערס, וואַסער־טרעגערס אָדער האָלצהעקערס... — מלאָכות, וואָס זײַנען שוין לאַנג אונטערגעגאַנגען. די הײַנטיקע למד־וואָווניקעס זעען אין מײַנע אויגן אויס, ווי יעווגעני קיסין — אַ מוזיקער, וואָס טראָגט אַ גרויס שליחות — צו געבן מענטשן בטחון און אַ ביסל אויסגלײַכן דעם הויקער פֿון דער וועלט.