- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
מיט אַ טאָג צוריק, דאָנערשטיק, האָבן מיר אָפּגעמערקט ל״ג־בעומר. אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע ייִדישע יום־טובֿים, האָט ער נישט קיין אַנדערן, מער באַדײַטפֿולן נאָמען, און הייסט פּשוט "דער דרײַ־און־דרײַסיקסטער טאָג פֿון ספֿירת־העומר". בײַם אָנהייב פֿון דער הײַנטיקער פּרשה האָט משה-רבינו איבערגערעכנט אַלע טובֿות, וואָס דער אייבערשטער האָט צוגעזאָגט צו געבן דעם ייִדישן פֿאָלק פֿאַר מקיים זײַן די מיצוות. משה-רבינו האָט אָבער געוואָרנט, אַז ווען די ייִדן וועלן אָנקומען קיין ארץ-ישׂראל און וועלן "זאַט ווערן" מיט די אַלע טובֿות, טאָרן זיי נישט פֿאַרגעסן דעם אייבערשטן, און נישט זאָגן, אַז "כּוחי ועוצם ידי עשׂה לי את החיל הזה" — "מײַן כּוח און שטאַרקייט האָט מיר געבראַכט אָט-דעם רײַכטום". אַ ייִד דאַרף תּמיד געדענקען, אַז זײַן אייגענער כּוח, אָן דער ג-טלעכער הילף, איז גאָרנישט ווערט. די ליטעראַרישע ירושה פֿון דער העברעיִש־ייִדישער שרײַבערין דבֿורה באַראָן (1887—1956) האָט זיך בהדרגה אַרײַנגערוקט אינעם צענטער פֿון דעם העברעיִשן ליטעראַרישן קאַנאָן. באַראָנס ווערק ווערן אויסגעטײַטשט אונטער פֿאַרשידענע קוקווינקלען, אָבער אַלע מפֿרשים זײַנען אײַנשטימיק אין איין פּונקט׃ ווי אַ ליטעראַרישע און קולטורעלע דערשײַנונג, איז באַראָן אַ יוצא מן הכּלל אין דער מאָדערנער העברעיִשער ליטעראַטור. ויקהל אין אָנהייב פֿון אונדזער פּרשה, דערציילט די תּורה, אַז משה רבינו האָט צונויפֿגעזאַמלט אַלע ייִדן און זיי אָנגעהויבן אָנזאָגן וועגן אָפּהיטן דעם שבת. צווישן די אַנדערע רייד זאָגט דאָ דער פּסוק: "ששת ימים תּיעשׂה מלאָכה, ובֿיום השבֿיעי יהי׳ לכם קודש וגו׳" — זעקס טעג זאָל געטאָן ווערן מלאָכה, און אינעם זיבעטן טאָג זאָל בײַ אײַך זײַן ׳קודש׳, הייליק... אין אונדזער פּרשה דערציילט די תּורה וועגן דעם ׳חטא העגל׳ — די זינד פֿון מאַכן און בוקן זיך צו אַ גאָלדענער קאַלב — וואָס אין דעם זײַנען די ייִדן געשטרויכלט געוואָרן נאָך דעם ווי זיי האָבן מקבל געווען די תּורה אויפֿן הר סיני. און אין דער זעלבער פּרשה דערשײַנט אויך דער דרך ווי צו מתקן זײַן דעם חטא — דער אָנזאָג, אַז ייִדן זאָלן געבן אַ ׳מחצית השקל׳ פֿאַר השי״ת. אין אונדזער פּרשה איז דאָ דער אָנזאָג פֿון דער תּורה וועגן די אַכט ספּעציעלע בגדים, וואָס דער כּהן־גדול האָט געדאַרפֿט טראָגן; און דערבײַ קומען צוויי וואָרענונגען: א) אַז ער טאָר נישט טאָן די עבֿודה אין בית־המקדש אָן די אַכט בגדים; ב) אַז ער טאָר נישט אַרײַנגיין אין "קודש" (אין משכּן אָדער אין בית־המקדש) אָן די דרײַ בגדים — "חושן", "אפֿוד", "מעיל". אין דעם "חושן" זײַנען געווען אײַנגערעמט צוועלף איידלשטיינער, אויף וועלכע עס זײַנען געווען אויסגעקריצט די נעמען פֿון די צוועלף שבֿטים: ראובֿן, שמעון, לוי, יהודה אאַ״וו, און דער "חושן" איז געהאָנגען אַנטקעגן האַרץ פֿונעם כּהן־גדול. די חז״ל לערנען אַרויס פֿון די פּסוקים אין דער פּרשה, אַז אייגנטלעך ריידן די פּסוקים וועגן דרײַ תּרומות, וואָס ייִדן האָבן געגעבן בײַם בויען דעם משכּן, ווי רש״י זאָגט (כה, ב): "אמרו רבותינו, ג׳ תּרומות אמורות כּאַן, אַחת תּרומת בקע לגולגולת שנעשׂו מהם האַדנים כו׳, ואַחת תּרומת המזבח בקע לגולגולת לקופּות לקנות מהן קרבנות ציבור, ואַחת תּרומת המשכּן נדבֿת כל א׳ וא׳ כּפֿי שהתנדבֿו" — רבותינו האָבן געזאָגט, אַז דרײַ תּרומות זײַנען דאָ געזאָגט געוואָרן: איינס איז די תּרומה פֿון אַ האַלבן שקל פֿאַר יעדן ייִד, וואָס די תּרומה (׳תּרומת האַדנים׳) איז פֿאַרנוצט געוואָרן פֿאַר די זילבערנע "אַדנים", איינע פון די מצוות, וועלכע ווערן אָנגעזאָגט אין אונדזער פּרשה, ווערט אויסגעדריקט אין די ווערטער: "כּי תראה חמור שׂונאך רובֿץ תּחת משׂאו, וחדלתּ מעזובֿ לו? עזובֿ תּעזובֿ עמו" — אַז דו וועסט זען ווי אַן אייזל פֿון דײַן שׂונא ליגט (אַ געפֿאַלענער) אונטער זײַן משׂא — וועסטו זיך פֿאַרמײַדן פֿון צו העלפֿן אים? (ניין! טאָרסט אַזוי נישט טאָן, נאָר) העלפֿן זאָלסטו (אים אויסלאָדן פֿונעם אייזל אָדער אָנלאָדן) מיט אים. ס׳איז קלאָר פֿאַרשטענדלעך וואָס די תּורה זאָגט דאָ אָן: אַז אַפֿילו ווען ראובֿן (למשל) זעט אין וועג ווי דער אייזל פֿון שמעונען, וואָס האָט אַ שׂנאה צו ראובֿנען, איז געפֿאַלן אונטער זײַן שווערער משׂא און שמעון נייטיקט זיך אין הילף בײַם אויסלאָדן די משׂא, בײַ מתּן־תּורה, ווען דער אויבערשטער האָט געגעבן די תּורה צו די ייִדן, איז געגעבן געוואָרן די גאַנצע תּורה — דער טייל פֿון ׳נגלה׳ — דער אָפֿענער, אַנטפּלעקטער טייל (חומש, תּלמוד, פּוסקים אאַ״וו), און אויך דער טייל פֿון ׳נסתּר׳ — דער געהיימער, באַהאַלטענער טייל (קבלה, חסידות, די סודות פֿון דער תּורה). עס זײַנען פֿאַראַן ייִדן וועלכע זײַנען קעגנעריש צום לערנען תּורת החסידות. זיי אַרגומענטירן: אויב דאָס לערנען חסידות וואָלט געווען אַזוי נייטיק אין ייִדישן לעבן, וואָלט דער טייל פֿון דער תּורה נישט געווען פֿאַרהוילן אין די פֿריִערדיקע ערשטיקע דורות, און וואָלט דעמאָלט אַנטפּלעקט געוואָרן פֿאַרן גאַנצן ייִדישן פֿאָלק, און נישט ערשט אין אונדזערע לעצטע דורות. אין אונדזער פּרשה ווערט דערציילט וועגן איינעם פֿון די גרעסטע נסים, וואָס זײַנען געשען ווען די ייִדן זײַנען אַרויס פֿון מצרים — דאָס איז דער גרויסער נס פֿון קריעת־ים־סוף: ווען די ייִדן זײַנען צוגעקומען צום ים־סוף און זיי האָבן געדאַרפֿט גיין ווײַטער, האָט דער אויבערשטער געוויזן דעם וווּנדער־נס פֿון קריעת־ים־סוף — דער ים האָט זיך געשפּאָלטן און די ייִדן זײַנען דורכגעגאַנגען דעם ים אין דער טריקעניש. דערציילן די חז״ל אין גמרא און אין מדרש (סוטה לז, א. במדבר רבה יג, ו) אַז דער נס איז פֿאָרגעקומען אין זכות פֿון נחשון בן עמינדבֿ, דער צוקונפֿטיקער נשׂיא פֿון שבֿט יהודה. די ערשטע מצוה, וואָס דער אויבערשטער האָט אָנגעזאָגט די ייִדן ווערנדיק אַ פֿאָלק, איז די מצוה פֿון מקדש זײַן די חדשים, און די מצוה דערשײַנט אין אונדזער פּרשה אין דעם פּסוק (יב, ב): "החודש הזה לכם ראָש חדשים, ראשון הוא לכם לחדשי השנה" — אָט דער חודש, ניסן, איז דער "קאָפּ" פֿון די חדשים, ער איז דער ערשטער פֿון די חדשים פֿון יאָר. דערמיט האָט דער אויבערשטער אויפֿגעפֿאָדערט די ייִדן אײַנצוטיילן די חדשים און צו באַשטימען דעם ראָש־חודש פֿון יעדן מאָנאַט דורך עדות, וואָס האָבן געזען דעם מולד פֿון דער לבֿנה, וועלכע קומען צום בית־דין און זיי, דער בית־דין, באַשטימען און הייליקן דעם ראָש־חודש פֿון יעדן מאָנאַט. אין אונדזער פּרשה ווערט דערציילט, אַז ווען משה רבנו און אַהרן הכּהן האָבן געדאַרפֿט גיין צו פּרעה מלך מצרים און בײַ אים מאָנען ער זאָל אַרויסלאָזן די ייִדן פֿון מצרים, האָט דער אויבערשטער געזאָגט צו משהן: אויב פּרעה וועט פֿון זיי בעטן אַ מופֿת, אַן איבערנאַטירלעכן אַקט ווי אַ באַווײַז, אַז דער אויבערשטער האָט זיי טאַקע געשיקט — זאָל דעמאָלט אַהרן וואַרפֿן פֿאַר פּרעהן דעם שטעקן און ער וועט פֿאַרוואַנדלט ווערן אין אַ שלאַנג. אַזוי האָט טאַקע אַהרן געטאָן — ער האָט געוואָרפֿן דעם שטעקן און ער איז געוואָרן אַ שלאַנג. אָבער פּרעה האָט דאַן גערופֿן זײַנע "חכמים" און די כּישוף־מאַכער, וועלכע האָבן אויך געוואָרפֿן זייערע שטעקנס און זיי זײַנען געוואָרן שלענג. דער סוף איז אָבער געווען, אַז ווען די שלאַנגען זײַנען צוריק געוואָרן שטעקנס, האָט אַהרנס שטעקן אײַנגעשלונגען די שטעקנס פֿון די כּישוף־מאַכער. |