- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין רוסלאַנד איז פֿאַרשפּרייט אַזאַ ווערטל: אַן אומגעבעטענער גאַסט איז ערגער פֿון אַ טאָטער. האָבן די טאָטערן זיך באַליידיקט און דערלאַנגט אַן אָנקלאָג אין דער "יו־ען". אין דער "יו־ען" האָט מען, ווי עס פֿירט זיך, לאַנג אַרומגערעדט די פּראָבלעם און באַשלאָסן, אַז זינט איצט זאָל דאָס ווערטל קלינגען אַזוי: אַן אומדערוואַרטער גאַסט איז בעסער פֿון אַ טאָטער. אַנטקעגן וואָס האָבן מיר דערמאָנט דעם וויץ? טאַקע אַנטקעגן די אומפֿאַרבעטענע געסט; און נישט, חלילה, די טאָטערן. אויף אַ שבתדיקער מאָלצײַט האָב איך לעצטנס געכאַפּט אַ שמועס מיט אַ פֿרומער פֿרוי, אַ מאַמע פֿון זעקס קינדערלעך, וועגן דעם ענין דערציִונג. זי האָט זיך געראַנגלט מיט דער פֿראַגע, אין וואָסער חרדישער ישיבֿה צו שיקן די קינדער, זיי זאָלן קריגן אַ פֿעסטן יסוד אין ייִדישקייט, אַרײַנגערעכנט די ייִדישע שפּראַך, אָבער גלײַכצײַטיק אויך קענען גיין אין קאָלעדזש און האָבן אַ פֿאַך, ווען זיי וואַקסן אויס. ס׳איז אײַנגעפֿירט בײַ די ישיבֿה־ייִדן, אַז די בחורים גייען נישט אָפֿט אין קאָלעדזש און זיי אַרבעטן אויך נישט, נאָר יאָרן לאַנג נאָך דער חתונה קוועטשן זיי די באַנק, זיצן און לערנען תּורה. זיכער, ברענגט דאָס גוואַלדיקע זכותים, די עלטערן און דער רבונו־של־עולם שעפּן פֿון דעם אַ סך נחת. דער געדאַנק, אַז מדינת־ישׂראל דאַרף זיך באַזאָרגן מיט אַטאָמישע מעגלעכקייטן איז געבוירן געוואָרן מיט דער אַנטשטייונג פֿון דער מדינה. הינטער דעם דאָזיקן אַמביציעזן פּראָיעקט זענען געשטאַנען דרײַ מענטשן: פּרעמיער־מיניסטער פֿון ישׂראל דוד בן־גוריון, זײַן געהילף שמעון פּערעס און דער וויסנשאַפֿטלעכער פּראָפֿעסאָר ערנסט־דוד בערגמאַן. דער ישׂראלדיקער רעאַקטאָר איז אויפֿגעבויט געוואָרן אין 1958, לויט די פֿראַנצויזישע קענטענישן, אויפֿן יסוד פֿון אַן אָפּמאַך מיט פֿראַנקרײַך פֿון יאָר 1957. פּרעזידענט שאַרל דע־גאָל האָט אין 1960 פּרובירט צו צעשטערן דעם אָפּמאַך, אָבער ישׂראל האָט שוין צו יענער צײַט באַקומען אַלע נויטווענדיקע מאַטעריאַלן און פֿאַרענדיקט דאָס אויפֿבויען דעם רעאַקטאָר. ווען די מחברטע אילת וואַלדמאַן האָט אָנגעשריבן אין אַן עסיי, אַז זי האָט מער ליב איר מאַן ווי אירע קינדער, האָט די ווײַטערדיקע דיסקוסיע און קאָנטראָווערסיע געהאָלפֿן צו פֿאַרשפּרייטן איר נאָמען אין דער הײַנטיקער ליטעראַרישער געזעלשאַפֿט. אַפֿשר ווי אַן ענטפֿער צו אירע קריטיקער האָט זי אָנגעשריבן אַ רירנדיקן ראָמאַן "Love and Other Impossible Pursuits" [ליבע און אַנדערע אוממעגלעכע שטרעבונגען] אין וועלכן די ייִדישע הויפּט־העלדין, עמיליע, פֿאַרלירט אַן עופֿעלע אַ וואָך נאָך דעם, ווי עס ווערט געבוירן. די טראַגישע אַבֿדה נעמט איבער איר לעבן און צעשטערט די באַציִונג צווישן איר און איר מאַן. (המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער) 5 אין גיכן נאָך פֿירוניען האָט אָנגעקלונגען איליק פֿון דײַטשלאַנד: די שוועסטער האָט אים געזאָגט, אַז איר געפֿעלט נישט ווי די מאַמע רעדט. שׂרוניע האָט זיך אײַנגעהערט אינעם זונס קול, און זיך געפּרוּווט פֿאָרצושטעלן זײַן פּנים. זי האָט נישט געזען איליקן שוין איבער זעקס יאָר. דער מחותּן מיט זײַן הויזגעזינד האָבן וועגן פֿאָרן קיין ישׂראל נישט געוואָלט הערן — אָדער אין אַמעריקע, אָדער אין דײַטשלאַנד. אין אַמעריקע איז נישט געווען ווער עס זאָל זיי אַרויסרופֿן, האָבן די דײַטשן געקראָגן אויף זיי רחמנות. אין אונדזער פּרשה איז דאָ דער אָנזאָג פֿון דער תּורה וועגן די אַכט ספּעציעלע בגדים, וואָס דער כּהן־גדול האָט געדאַרפֿט טראָגן; און דערבײַ קומען צוויי וואָרענונגען: א) אַז ער טאָר נישט טאָן די עבֿודה אין בית־המקדש אָן די אַכט בגדים; ב) אַז ער טאָר נישט אַרײַנגיין אין "קודש" (אין משכּן אָדער אין בית־המקדש) אָן די דרײַ בגדים — "חושן", "אפֿוד", "מעיל". אין דעם "חושן" זײַנען געווען אײַנגערעמט צוועלף איידלשטיינער, אויף וועלכע עס זײַנען געווען אויסגעקריצט די נעמען פֿון די צוועלף שבֿטים: ראובֿן, שמעון, לוי, יהודה אאַ״וו, און דער "חושן" איז געהאָנגען אַנטקעגן האַרץ פֿונעם כּהן־גדול. דוד אַלבאַהאַרי איז אַ ייִד, וואָס וווינט אין קאַנאַדע און שרײַבט אויף דער סערבישער שפּראַך. דאָס איז אַ קאָמבינאַציע, וועלכע פֿאַרזיכערט אים אַ מאַרגינאַלע פּאָזיציע אין יעדן פּרט. אַלבאַהאַרי איז גאַנץ צופֿרידן מיט זײַן מצבֿ. ער פּראַוועט זײַן גלות אין דער קאַלטער קאַנאַדע, וווּ ער וווינט שוין מער ווי צען יאָר אין דער שטאָט קאַלגאַרי. אָבער זײַנע ווערק, סײַ די אָריגינעלע, און סײַ איבערזעצונגען פֿון ענגליש, ווערן רעגולער פֿאַרעפֿנטלעכט אין סערבישע פֿאַרלאַגן. אַלבאַהאַרי האָט זיך שוין לאַנג קונה־שם געווען ווי איינער פֿון די פֿײַנסטע מײַסטערס פֿון דער הײַנטיקער סערבישער ליטעראַטור. צי האָט זיך אײַך פֿאַרבענקט נאָך אַ היימישער אַשכּנזישער הבֿרה (האַוואָרע — אַרויסרעד, אויסשפּראַך) בײַם תּורה־לייענען צי בײַם מאַכן אַ ברכה? אויב יאָ, פֿאַרבעט איך אײַך צו אונדז אין שיל, וועט איר קענען הנאה האָבן פֿון אַ באמת זעלטן־שיינעם אַשכּנזישן תּורה־לייענען. געסט פֿרעגן אַ מאָל בײַ אונדזער בעל־קורא, פֿאַר וואָס לייענט ער גראָד אויף אַשכּנזיש. אייניקע האָבן אַפֿילו געמיינט, אַז אַזאַ אַרויסרעד איז שוין געבליבן בלויז בײַ חרדים. און אָט טרעפֿט מען אים גאָר אין אַ שיינער און מאָדערנער אָרטאָדאָקסישער שיל וווּ מען שרעקט זיך גראָד ניט צו בײַטן דאָ און דאָרט דעם נוסח־התּפֿילה. ווען אין 1943 זײַנען שלמה מיכאָעלס, דער אָנפֿירער פֿונעם מאָסקווער ייִדישן טעאַטער, און איציק פֿעפֿער, דער דיכטער, געקומען קיין ניו-יאָרק, האָט מען וועגן זיי געשריבן ווי וועגן פֿאָרשטייער פֿון סאָוועטישע ייִדן. מיכאָעלס איז דאָך געווען דער פֿאָרזיצער פֿון דעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט, און פֿעפֿער איז געווען אַ פֿירנדיקער מיטגליד אינעם קאָמיטעט. אין דער רעדאַקציע פֿון "פֿאָרווערטס", אָבער, האָט מען געהאַלטן, אַז ס׳איז געווען ניט באַרעכטיקט צו קוקן אויף די צוויי קולטור-טוער ווי אויף לעגיטימע פֿאָרשטייער פֿון די סאָוועטישע ייִדן. צו איר 55סטן יאָרצײַט איינע פֿון די שענסטע לידער פֿון אַננאַ מאַרגאָלין, די אַמעריקאַנער ייִדישע דיכטערין, איז אַ ליבעליד, אין וועלכן זי דערציילט וועגן דער גאָלדענער פּאַווע. אין דער ייִדישער פּאָעזיע פֿאַרנעמט די גאָלדענע פּאַווע אַ באַדײַטנדיקע ראָלע, ווי אַ שליח פֿאַר געליבטע, ווי אַ שליח פֿאַרן פֿאָלק, א״אַנד. אין דעם אָריגינעלן פֿאָלקסליד האָט די גאָלדענע פּאַווע געבראַכט טרויעריקע גרוסן פֿון דער טאָכטער בײַ שווער און שוויגער, צו דער מאַמען. |