פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק

צו איר 55סטן יאָרצײַט

איינע פֿון די שענסטע לידער פֿון אַננאַ מאַרגאָלין, די אַמעריקאַנער ייִדישע דיכטערין, איז אַ ליבעליד, אין וועלכן זי דערציילט וועגן דער גאָלדענער פּאַווע. אין דער ייִדישער פּאָעזיע פֿאַרנעמט די גאָלדענע פּאַווע אַ באַדײַטנדיקע ראָלע, ווי אַ שליח פֿאַר געליבטע, ווי אַ שליח פֿאַרן פֿאָלק, א״אַנד. אין דעם אָריגינעלן פֿאָלקסליד האָט די גאָלדענע פּאַווע געבראַכט טרויעריקע גרוסן פֿון דער טאָכטער בײַ שווער און שוויגער, צו דער מאַמען.

עס קומט צו פֿליִען די גאָלדענע פּאַווע
פֿון אַ פֿרעמדן לאַנד,
האָט זי פֿאַרלוירן דעם גילדערנעם פֿעדער
מיט אַ גרויסן שאַנד (...)

ווי עס איז ביטער, מײַן ליבע מיטער,
אַ פֿייגעלע אָן אַ נעסט,
אַזוי איז ביטער, מײַן ליבע מיטער,
שווער און שוויגערס קעסט.

בײַ חיים־נחמן ביאַליק איז די פּאַווע אויך אַ שליח פֿאַר געליבטע. איציק מאַנגער האָט צום אָפֿטסטן זיך באַניצט מיטן אימאַזש פֿון דער גאָלדענער פּאַווע, וועלכע ער האָט גערופֿן דעם סימבאָל פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע.

אין אַננאַ מאַרגאָלינס ליד, צו וועלכן לייבו לעווין האָט געשאַפֿן מוזיק, איז די פּאַווע אַ טייל פֿון אַ געליבטערס טרויעריק וויגליד, וועלכע מאַרגאָלין האָט קאָנסטרויִרט אין טערצעטן:

איז די גאָלדענע פּאַווע געפֿלויגן, געפֿלויגן,
און די נאַכט האָט געעפֿנט די גאָלדענע אויגן,
ליכטיקער מײַנער, שלאָף אײַן.

די נאַכט האָט געעפֿנט די גאָלדענע אויגן,
בין איך פֿידל געוואָרן און דו דער בויגן.
אומרויִקער מײַנער, שלאָף אײַן.

בין איך פֿידל געוואָרן און דו דער בויגן,
און דאָס גליק איבער אונדז האָט פֿאַרליבט זיך געבויגן.
צערטלעכער מײַנער, שלאָף אײַן.

און דאָס גליק איבער אונדז האָט פֿאַרליבט זיך געבויגן,
געלאָזט אונדז אַליין און פֿאַרפֿלויגן, פֿאַרפֿלויגן.
טרויעריקער מײַנער, שלאָף אײַן.

אַננאַ מאַרגאָלין — דער פּסעוודאָנים פֿון ראָזע לעבענסבוים — איז געבוירן געוואָרן אין בריסק אין 1887. זי האָט זיך געלערנט אין אַן אָדעסער גימנאַזיע. אין 1906 איז זי צום ערשטן מאָל געקומען קיין אַמעריקע. זי איז געשטאַנען (אין ניו־יאָרק) נאָענט צו דעם קרײַז פֿון דער ייִדישער אינטעליגענץ, וואָס האָט זיך גרופּירט אַרום ד״ר חיים זשיטלאָווסקין. זי איז געוואָרן זײַן סעקרעטאַרין און האָט זיך גענומען באַטייליקן אין דער ייִדישער פּרעסע. זי איז געווען סעקרעטאַרין פֿון דער "פֿרײַער אַרבעטער־שטימע" און האָט דאָרט פֿאַרעפֿנטלעכט דערציילונגען אונטערן פּען־נאָמען חוה גראָס. זי האָט געלעבט אין לאָנדאָן, פּאַריז און וואַרשע. נאָך דעם ווי זי האָט חתונה געהאַט מיטן שרײַבער משה סטאַווסקי, איז זי מיט אים אַריבערגעפֿאָרן קיין ארץ־ישׂראל און נאָך דעם, ווי זי האָט זיך מיט אים צעשיידט, איז זי געקומען צוריק קיין וואַרשע און פֿון דאָרט, אין 1914, צום צווייטן מאָל געקומען קיין אַמעריקע, וווּ זי איז שוין געבליבן. זי איז געוואָרן אַ מיטאַרבעטערין פֿון "טאָג" און געשריבן אַרטיקלען וועגן פֿרויען־ענינים. אין 1919 האָט זי חתונה געהאַט מיט דעם דיכטער ראובֿן אײַזלאַנד. זי האָט אָנגעהויבן שרײַבן לידער אונטערן נאָמען אַננאַ מאַרגאָלין, וועלכע זי האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אין פֿאַרשיידענע זשורנאַלן. זי האָט אַרויסגעגעבן אַ באַנד "לידער" אין 1929 און האָט באַקומען די וואַרעמסטע אָפּרופֿן אין די שרײַבער־קרײַזן. זי איז געשטאָרבן אין 1952.

אַננאַ מאַרגאָלינס לידער זײַנען אימאַזשפֿול, ברענגען אַרויס איר אַרײַנגעלעבטקייט אין צוויי צי דרײַ פֿאַרשיידענע קולטורן. זי דערציילט וועגן דעם ייִדישן טראַדיציאָנעלן לעבן אין דער אַלגעמיינער לאַנדשאַפֿט, וואָס זי מאָלט פֿון איר היימשטאָט.

בריסק

די אַלטע שטאָט, אַ שטאָט אי קליין אי גרוי,
איז טויט אַצינד ווי אַטהען און ווי טראָי.
נאָר ליבנדיק, פֿאַרצערט, מיט ווייכן אָטעם
כּישוף איך פֿון זיך אַרויס אַ מאָל איר שאָטן:
די גאַסן אין פּאַמעלעכדיקן גאַנג אָן ווילן,
די שרעקיקע און אייביק פּלוצלינגע אַפּרילן,
די רעגנס פֿול מיט זון, די פֿאַסטונג דראָענד־שטום,
די מידע פֿליגל פֿון צוויי אַלטע מילן,
די דעמבעס וואַנדערן אַרויס פֿון קיסר־סאָד,
דער רודער צוקט איבער טײַך, דער רודער שאָרכט: "אַ שאָד, אַ שאָד".
און ס׳גענעצן די ליידיקע בולוואַרן,
מעכטיק שטראָמט דער טיי פֿון בלישטשענדיקע סאַמאָוואַרן,
איבער בענטשליכט, תּחינות, אייניקלעך —
אין אַן אָרגיע די שלייפֿלעך פֿון די באָבעס,
און דינע ליפּן שעפּטשען אַלץ די נעמען פֿון די אָבֿות,
אויף טישן פֿינגער אין די בערד און אויפֿגעמישטער ש״ס,
און ס׳פֿלעכט דער ניגון זיך מיט אַ סטודענטס אַ באַס.
אין גערטלעך — זונבלומען, רעזעדע, מאָן,
בלאָנדע צעפּ, קאָקאַרדעס, פּושקין און נאַדסאָן,
און אין רויטער דעמערונג, מיט רייד אַלץ נעפּלדיקער, שטילער,
ווי נאָך אַן אומזיכטבאַרן פֿידל־שפּילער
ציִען פּאָרלעך זיך אין פֿעלד,
און איבער אַלץ אַזוי פֿיל פֿרילינגדיקער טרויער, שימער,
דער ריח פֿון בעז.

די גאַסן זײַנען פֿול מיט צער, וווּ זי האָט געוויינט פֿיל טרערן, וועלכע זי פֿאַרגלײַכט מיט גאָלגאָטע, מחוץ ירושלים, וווּ מע האָט יעזוסן געפֿירט פֿאַרגאָסן מיט בלוט. פֿון דעסטוועגן האָט זי די גלייבונג אין גאָט, אַז זי וועט פֿאָרט דערהערן אַ צערטלעך וואָרט.

דאָ אַ וואָרט מיט שרעק און דאָ פֿול מיט חרטה,
דאָ האָב איך געוויינט און דאָ אין צער גערוט,
האָסט אַלע גאַסן דאָך פֿאַרוואַנדלט אין גאָלגאָטע,
אין אַלע גאַסן רינט מײַן בלוט.

דאָ האָב איך געוויינט, עס האָבן דומפּ די מויערן
געברומט דעם גזר־דין אויף שוואַכע און פֿאַרלאָרענע,
און ס׳האָבן נאָכגעקוקט פֿיל דאַמען און פֿיל הערן,
ווי ס׳גייט אַ פֿרוי דורך דעמערונג אין טרערן.

געווען געבעט און צאָרן, געווען חרטה,
און איצט שרײַט אויף די לעצטע שרעקנפֿולע נאָטע
פֿון לעבן, זינקענדיק אין שטויב.
און דאָך, אַ גאָט, אַ פּײַניקער, איך גלייב:
איך וועל מיט פֿינגער [גוססע] נאָך אָנרירן אַ שטערן
און אַן אומענדלעך טיף, אומענדלעך צערטלעך וואָרט דערהערן.

מאַרגאָלין איז ניט צופֿרידן פֿון אַ סך זאַכן, פֿון איר צימער, פֿון פֿאָרן צו דער אַרבעט, פֿון די נעכט, אפֿשר ווײַל זי "טרוימט" לידער. זי באַניצט דערבײַ אַ ייִדישן פֿאַרגלײַך:

... און די מענטשן קוקן אויף מיר קרום,
אַזוי אַז כאָטש נעם און צעוויין זיך...
איך בין ניט צופֿרידן מיט מײַן "פֿוירנישד רום",
איך בין ניט צופֿרידן מיט קיין זאַך.

געוויגט זיך הײַנט אויפֿן "סטרעפּ" אין "על"
צום טאַקט מיט פֿאַרשוואַרצטע ייִדן,
ס׳איז די נאַכט געווען שוואַרץ, ווי דאָס געמיט פֿון אַ קנעכט,
איך בין מיט די נעכט ניט צופֿרידן.

און די טעג זענען הייליק און געל,
ווי פּסוקים אין אַלטן סידור,
אפֿשר וואָלט מיר ניט געווען אַזוי שלעכט,
ווען איך טרוים ניט קיין לידער.

אין אַ שיין ליד דערציילט זי ווי זי הערט ווי שטומע זאַכן ריידן:

עס ריידן הײַנט אַלע שטומע זאַכן,
עס רינט ווי טוי
דאָס בלויע פֿליסטערן פֿון שלאַנקן וואָלקן.
הויכע קלוגע ווערטער רוישן אין די קרוינען פֿון די בוימער,
פֿון די אַלטע, געוואַלטיקע טרוימער,
און פֿאַלן אין מײַן האַרץ מיט יעדן בלאַט און יעדן שטערן.
און קענסטו הערן,
ווי עס ציטערט דער זאַמד
אונטער די איינזאַמע לאַנגזאַמע טריט פֿון דער נאַכט?
און פֿײַערלעך און גרויס
קײַקלט זיך אַרויס
אַ ברייט געזאַנג
פֿון דעם גרויען, מיט שאָטנס אומרינגלטן שטיין.
און, מײַן ליבער, מײַן ליבער,
דו שווײַגסט.

אַננאַ מאַרגאָלין איז געווען אַן אייגנאַרטיקע דיכטערין, וואָס האָט פֿאַרבונדן איר לירישקייט מיט איר אַרום און מיט איר טראַדיציאָנעלער און מאָדערנער ייִדישקייט. ווי י. י. סיגאַל שרײַבט: "דאָס, וואָס איז אַ מאָל געווען שטייגער, טראַדיציע פֿון אַ דורס לעבן, איז אין אַננאַ מאַרגאָלין געוואָרן קינסטלעריש־פּאָעטישע לאַנדשאַפֿט. דאָס ייִדישע בריסק, וווּ צוויי אָדער דרײַ קולטורן האָבן זיך באַגעגנט אין אַ טראַדיציאָנעל־וועלטלעכער ייִדישער קולטור, האָבן אין דעם געמיט פֿון דער זייער פֿײַנפֿיליקער, יונגער, יוגנטלעכער אַננאַ מאַרגאָלין איבערגעלאָזט צייכנס פֿון עקזאָטישע אוזאָרן".