ליטעראַטור

(‫המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער)

5

אין גיכן נאָך פֿירוניען האָט אָנגעקלונגען איליק פֿון דײַטשלאַנד: די שוועסטער האָט אים געזאָגט, אַז איר געפֿעלט נישט ווי די מאַמע רעדט. שׂרוניע האָט זיך אײַנגעהערט אינעם זונס קול, און זיך געפּרוּווט פֿאָרצושטעלן זײַן פּנים. זי האָט נישט געזען איליקן שוין איבער זעקס יאָר. דער מחותּן מיט זײַן הויזגעזינד האָבן וועגן פֿאָרן קיין ישׂראל נישט געוואָלט הערן — אָדער אין אַמעריקע, אָדער אין דײַטשלאַנד. אין אַמעריקע איז נישט געווען ווער עס זאָל זיי אַרויסרופֿן, האָבן די דײַטשן געקראָגן אויף זיי רחמנות. איליק האָט פֿאָרגעלייגט אויך די עלטערן מיט דער שוועסטער צו פֿאָרן אין איינעם, נישט צערײַסן די משפּחה. האָט אים דוד דעמאָלט געענטפֿערט: "כ׳בין שוין איין מאָל דאָרט געווען, און צוויי מאָל אין איין טײַך גייט מען נישט אַרײַן". צי האָט דער זון פֿאַרשטאַנען, אַז געמיינט האָט זײַן טאַטע די טײַכן בלוט, וואָס די דײַטשן האָבן פֿאַרגאָסן? — האָט געטראַכט שׂרוניע. פֿאַרשטאַנען, צי נישט — זיי זײַנען אַלע אַוועקגעפֿאָרן. שׂרוניע אַליין וואָלט געשטאָרבן פֿאַר שוידער, אַרויסצוקוקן אין פֿענצטער און זען יעדן טאָג די דײַטשישע צורות.

און דאָך, איז איליק געבליבן איר ליבלינג. מיט זײַן געבוירן ווערן האָט שׂרוניע זיך נוקם געווען אין די וויסטע, שוואַרצע כּוחות, וואָס האָבן געוואָלט אויסוואָרצלען פֿון דער וועלט דעם ייִדישן שורש. מעגלעך, אַז זי אַליין האָט דעמאָלט נישט געמיינט אַזוי ווײַט, אָבער איר האַרץ האָט אַזוי יאָ געפֿילט. איליק האָט פֿאַרקערפּערט אין זיך נישט איין לעבן, נאָר, קודם־כּל, האָט שׂרוניע געזען אין אים אַ המשך פֿון איר פּלימעניק, כאַיוסיעס זונדעלע.

— כ׳בין זייער צופֿרידן, איליק, וואָס דו האָסט אָנגעקלונגען, — איר קול האָט זיך אָנגעפֿילט מיט פֿרייד. זי האָט אָפּגערוקט מיטן טרײַבל די פֿאַטשיילקע און נאָך שטאַרקער עס צוגעדריקט צום אויער, אַזוי אַז די באַק האָט דערפֿילט דעם צוריר. — דאַרפֿסט נישט איבערלעבן... אַוודאי, בענק איך נאָך אײַך אַלעמען... זאָג מיר, בעסער, וואָס האָט דיר געזאָגט דער דאָקטער? נו, דאַנקען גאָט... דאָ שרײַבט מען, אַז צו כאָלעסטעראָל איז גוט עסן געפּרעגלטע גרינע ניס... בײַ אײַך דאָרט זײַנען דאָ ניס?... און ווי פֿילט זיך רימעטשקע? ווען? די טעג?... הלוואַי, זאָל בײַ איר אַלץ דורכגיין בשלום...

דער שוואַכער קנופּ אויף דער גרינער פֿאַטשיילקע האָט נאָך מער נאָכגעגעבן און אָפּגעלאָזט די צוויי שפּיצן. דאָס טיכל האָט זיך פּאַמעלעך אַראָפּגעגליטשט און געבליבן הענגען אויף אַן אַקסל. די אַקוראַט אונטערגעשוירענע האָר האָבן זיך צעשויבערט.

דאָס האַרץ בײַ שׂרוניען האָט אָנגעקוואָלן: איר איליק וועט, מירטשעם, אָט־אָט ווערן אַ זיידע. ער איז דאָך אַליין ערשט־אָ געווען אַ שנעקל; זי האָט אים דערזען אַרומלויפֿן איבערן הויף אין זײַנע רויטע "פּאַנטאַלאָנעס"[1], אַ פֿאַרפֿלאַמטער, רײַטנדיק אויף אַ שטעקן. זיי האָבן דעמאָלט געוווינט אינעם דאָרף סינזשערע, נישט ווײַט פֿון בעלץ, וווּ מ׳האָט דודן געשיקט אײַנצושטעלן אַן אָנפֿאַנג־שול. די רויטע הייזלעך איליקס האָבן, אַפּנים, אויפֿגערייצט דעם אינדיק, וואָס האָט אַן אָנגעבלאָזענער זיך אַרומגעדרייט איבערן זעלבן הויף, ווי דער איינציקער באַלעבאָס. זיי זײַנען געווען כּמעט איין גרייס — איליק און דער אינדיק. ווען שׂרוניע איז אַרויסגעלאָפֿן פֿון שטוב, איז שוין דער אינדיק געזעסן אויף איליקן; אָבער דער קליינער האָט זיך נישט אונטערגעגעבן: דאָ האָט ער גערופֿן צו הילף, און דאָ געפֿאָכעט מיטן שטעקן אין דער לופֿטן, זיך באַמיט צו טרעפֿן דעם אינדיק אין קאָפּ אַרײַן.

— דו געדענקסט דײַנע רויטע פּאַנטאַלאָנעס און דעם אינדיק, איליק? — האָט שׂרוניע געפֿרעגט, אומדערוואַרט פֿאַר זיך און נאָך מער — פֿאַרן זון. זי האָט אָבער באַלד געכאַפּט זיך אויף צוריק — נישט דאָס האָט זי געמיינט אים צו זאָגן: — כ׳וויל דיך בעטן, זאָלסט געדענקען, אַז דער טאַטע האָט אַ סך געטאָן פֿאַר דיר, און אויב ס׳וועט, מירטשעם, געבוירן ווערן אַ ייִנגעלע... הער מיך אויס, איליק... דוד איז זייער אַ שיינער נאָמען, אַפֿילו אין דײַטשלאַנד... ווי דו פֿאַרשטייסט אַליין, איליק...

שוין עטלעכע ווײַלעס, ווי זיי האָבן זיך געזעגנט, אָבער שׂרוניע האָט נאָך געהאַלטן צוגעדריקט דאָס טרײַבל צום אויער. די קורצע איינטאָניקע קלאַנגען האָבן זי אַלץ מער און מער דערווײַטערט פֿון דער עטוואָס נערוועזער שטים דעם זונס. ער איז תּמיד געווען אַ היציקער, אַ ספּילטשיווער[2] — נישט קיין גרינג קינד פֿון קליינערהייט אָן. אַוודאי, וואָלט דוד געפֿונען וואָס אים צו ענטפֿערן...

זי האָט ממשיך געווען דעם שמועס, שוין מיט זיך אַליין. איליק האָט געהאַט אַ גוט קעפּל צום לערנען, און כאָטש שׂרוניע האָט קיין מאָל נישט געוווּסט ווען ער מאַכט די לימודים, האָבן אים די לערער אויף אַלע פֿאַרזאַמלונגען געלויבט. אַן אַנדער זאַך, דאָס אויפֿפֿירן זיך זײַנס אין שול. זי פֿלעגט נישט איין מאָל באַקומען צעטעלעך פֿון די לערער, אַז איליק האָט אונטערגעריסן דעם לימוד פֿון געאָגראַפֿיע, אָדער זיך געשלאָגן בעתן איבעררײַס; אַז מ׳האָט אים געכאַפּט מיט נאָך צוויי ייִנגעלעך רייכערן אין טואַלעט, און אַז ער איז שוין עטלעכע מאָל אַנטלאָפֿן פֿון די לימודים... שׂרוניע פֿלעגט אויסבאַהאַלטן פֿון דודן די "גוטע צעטעלעך" סײַ ווײַל זי האָט געשאַנעוועט דעם מאַן — טאָג און נאַכט פֿאַרטאָן און פֿאַרמאַטערט בײַ זײַן אַרבעט, סײַ פֿאַר מורא, אַז דעם פֿאָטערס שטראָף וועט זײַן צו האַרב; און מיט איליקס כאַראַקטער, קאָן עס ברענגען נאָך מער שאָדן. און מיט אַ מאָל האָט מען איליקן ווי אונטערגעביטן. אין אַכטן קלאַס האָט ער זיך פֿאַרליבט. דאָס מיידעלע, בעלע, איז געווען מיט אַ יאָר עלטער, אָבער זיך געלערנט אין דער זעלבער שול. שׂרוניע האָט גוט געקענט אירע עלטערן, ווי עס טרעפֿט זיך אָפֿט אין די נישט גרויסע שטעט. דער טאַטע האָט געאַרבעט אין מאַרק, אין אַ בופֿעט, און די פֿרוי פֿלעגט אים דאָרט צוהעלפֿן. נישט גאָר קיין וואַזשנער ייִחוס. צוריק גערעדט, ווער האָט דען דעמאָלט געטראַכט וועגן עפּעס ערנסטע זאַכן? יונגע קינדער: הײַנט פֿאַרליבט מען זיך, מאָרגן אַנטוישט מען זיך! יוגנט איז ווי אַ פֿריש ווינטל: עס רירט אָן און אַנטלויפֿט. שׂרוניע אַליין האָט אַמאָל דעם צוריר דערפֿילט, ס׳איז אָבער געווען אַ שׂרפֿה־ווינט, נישט קיין ווינטל, וואָס האָט פֿון איר גאַנצן דור געמאַכט אַש און פּאָרעך...

בעלע איז נאָכן פֿאַרענדיקן די שול אַוועקגעפֿאָרן קיין סיביר זיך לערנען אויף אַ דאָקטער — אירע צוויי עלטערע ברידער האָבן זיך שוין דאָרט געהאַט געלערנט. אין אַ יאָר אַרום האָט אַהין ממש אַוועקגעיאָגט איליק. אַפֿילו דוד האָט אים נישט געקאָנט איבעררעדן צו פֿאָרן זיך לערנען ערגעץ נעענטער, נישט אין אַזאַ אויסרײַסעניש; בפֿרט, אַז ער האָט פֿאַרענדיקט די שול מיט אַ גאָלדענעם מעדאַל... און אָט וועט שוין, מירטשעם, זייער טעכטערל, רימעטשקע, אין גיכן ווערן אַ מאַמע...

שׂרוניע האָט אַרײַנגעלייגט די טרוקענע רעפֿטלעך ברויט אין אַ ציכטיק ציכל. זי האָט עס געטאָן פּאַמעלעך, באַטראַכט יעדעס רעפֿטל פֿון ביידע זײַטן, ווי עפּעס אַ פּגימהלע וואָלט געקאָנט, חלילה, טריף מאַכן איר אַרבעט. צוגעשאָקלט מיטן קאָפּ, האָט זי אַ צופֿרידענע, מיט קורצע טריטעלעך, זיך באַוועגט לענג־אויס די ברויט־שורות — פֿון דער קיך צום "סאַלאָן" — און בײַ זיך געטראַכט ווײַטער: זי האָט גוטע קינדער — איליק, פֿירוניע; ביידע האָבן זיי באַקומען אַ גוטע בילדונג, געוואָרן גוטע ספּעציאַליסטן אין זייער פֿאַך, חתונה געהאַט מיט הצלחה, זיך געשטעלט אויף די פֿיס... אויף אַ רגע האָט זי זיך אָפּגעשטעלט, ווי די שורות טרוקן ברויט וואָלטן זיך פּלוצעם צעשאָטן, זיך צעקרישלט, און דערמיט איבערגעריסן דעם מונטערנדיקן גאַנג פֿון אירע געדאַנקען. וווּ זשע האַלט זי איצט? נו, יאָ... קאָמאָרינע... דאָס וואָרט איז ווידער אויפֿגעשוווּמען, ווי אַ פֿעטער פֿלעק אויפֿן וואַסער, און פֿאַרשטעלט מיט זיך די ליבע נעמען און פּנימער... נו, יאָ... זיי זײַנען איצט אַלע אין וועג, שאריתן[3] אָן אַן אייגן ווינקל. גייען קאָמאָרינע איבער דער וועלט... שוין זשע איז דאָס די דאָזיקע ברירה, וועגן וועלכער ס׳האָט געטענהט איר דוד, עליו־השלום?

6

דודן האָט זי געקענט נאָך פֿון די קינדער־יאָרן. זיי זײַנען אַפֿילו געווען שטיקלעך קרובֿים. ער האָט געוווינט מיט די עלטערן אין אונגען — איין שפּרונג קיין יאַס. אייגנטלעך, האָט שׂרוניע געזען דעמאָלט דודן איין מאָל, און פֿאַרגעדענקט האָט ער זיך איר ווי אַ שטשופּלע[4], שעמעוודיק בחורל, מיט צוויי קײַלעכדיקע גרויסע ברילן, און אַ הויכן שטערן, וואָס אויף אים איז געפֿאַלן אַ סמאָלענע טשופּרינקע. ער איז געווען עלטער פֿון איר, און נאָך איידער שׂרוניע האָט אים דערזען, האָט זי שוין געהערט וועגן אים צוויי זאַכן, אַז "ער איז אַ גאָון" און אַז "אינעם בחורל שפּיגלט זיך די גאַנצע משפּחה". וואָס די צוויי מבֿינותן מיינען, האָט שׂרוניע מער דערפֿילט ווי פֿאַרשטאַנען; איר טאַטע האָט זיי אַרויסגעזאָגט מיט עפּעס אַ האַרציקן קוועטש, זיי האָבן ממש אַרויסגעקוועלט פֿון אים, וואָס עס פֿלעגט זיך טרעפֿן גאָר זעלטן. דאָס דאָזיקע געפֿיל האָט טאַקע אויפֿגערייצט בײַם מיידעלע דעם נײַגער.

די געסט פֿון אונגען זײַנען בײַ זיי לאַנג נישט געזעסן; זיי האָבן זיך געאײַלט צו דער אײַזנבאַן־סטאַנציע, וועלכע האָט זיך געפֿונען דרײַ גאַסן פֿון זייער הויז. אַזעלכע "פּאַסאַזשירן" פֿלעגן צו זיי אַרײַנקוקן נישט זעלטן, אָפּגעבן אַ "שלום־עליכם" און צו מאָל אויסטרינקען אַ גלעזל טיי מיט אײַנגעמאַכטס. פֿאַר וואָס איז דער טאַטע אַזוי נתפּעל געווען פֿון דעם בחורל, האָט שׂרוניע טאַקע נישט פֿאַרשטאַנען; ער איז געזעסן די גאַנצע צײַט, כּל־זמן זייערע טאַטעס האָבן עפּעס אַרומגערעדט, און אָפּגעצופּט ברעקלעך לעקעך פֿונעם רעפֿטל, וואָס איז געלעגן פֿאַר אים אויף אַ שאָלעכל. סײַדן, איר טאַטע האָט אַמאָל אַ זאָג געטאָן: "אַ בחור איז אַ קדיש, און צוויי מוידן וועלן אַפֿילו קיין איין קדיש נישט קענען זאָגן!"

דאָס שעמעוודיקע ייִנגעלע איז אַוועקגעפֿאָרן, און שׂרוניע האָט אין אים באַלד פֿאַרגעסן, ווי מע פֿאַרגעסט דעם פֿײַף פֿון דער אַוועקיאָגנדיקער באַן. שפּעטער האָט זי נאָך אַ פּאָר מאָל געהערט וועגן דודן — און אויך מיט אַ באַזונדערן שטאָלץ אין טאַטנס קול — אַז דאָס בחורל לערנט זיך איצט אין דער בעסטער גימנאַזיע אין יאַס, צווישן די צוויי פּראָצענט ייִדישע קינדער, וואָס איז דאָרט דערלויבט געוואָרן אָנצונעמען. "דו געדענקסט אים אַוודאי, שׂרוניע?" — האָט געפֿרעגט דער טאַטע, און שׂרוניע, מיט אַן אָנשטעל, אַז זי באַמיט זיך עס צו דערמאָנען, האָט אַ שאָקל געטאָן מיטן קאָפּ אויף "ניין", און צוגעגעבן: "כ׳דערמאָן זיך נישט". אַקוראַט פֿאַר דעם, ווי די סאָוועטן זײַנען געקומען, האָט איר די מאַמע דערציילט, אַז פֿון אונגען איז אָנגעקומען אַ נישט קיין גוטע בשׂורה. זי האָט זיך אָנגעבויגן צו שׂרוניען, איידער צו פֿאַרטרויען עס דער טאָכטער: "דודלען, דו ווייסט וועמען איך מיין, האָט די סיגוראַנצע[5] אַרעסטירט..." — און שוין גאָר מיט אַ שעפּטש געזאָגט: "זיך פֿאַרדרייט מיט די לינקע".

דודן האָבן געראַטעוועט פֿונעם מישפּט די סאָוועטן. וועגן דעם האָט שׂרוניע זיך דערוווּסט מיט יאָרן שפּעטער, שוין נאָך דער מלחמה. דוד האָט זיך דעמאָביליזירט פֿון דער אַרמיי און איז געקומען קיין בעלץ צו זוכן אַרבעט. שׂרוניע האָט צו יענער צײַט שוין געאַרבעט ווי אַ דיסקאָנט־פֿירערין אין דער שטאָט־מיל. וועגן יענער איינציקער באַגעגעניש בײַ שׂרוניעס עלטערן אין שטוב, האָט ער אַוודאי אויך קוים געדענקט, אָבער זײַן טאַטע, וואָס איז דערווײַל געבליבן אין אונגען, האָט אים געגעבן דעם אַדרעס פֿון זײַנע בעלצער קרובֿים — אויף מאַלע וואָס. צי עמעצער איז געבליבן לעבן פֿון די נוסנבוימס, האָט ער באמת נישט געוווּסט.

זיי האָבן זיך געטראָפֿן בײַ איר אין שטוב. אָנגעטאָן אין די אַרמיייִשע כאַקי־קליידער און כאָליעווע־שטיוול, אָנגעפּוצט ביז אַ פֿיאָלעטן־גלאַנץ, האָט דאָס טונקעלע ציווילע רעקל, שמאָל אין די אַקסלען, געמאַכט דודן ענלעך צו אַ סך אַנדערע דעמאָביליזירטע ייִדישע חבֿרה־לײַט, וואָס מ׳האָט זיי געקאָנט טרעפֿן אויף די בעלצער גאַסן. זיך אומגעקערט אין די אַרומיקע שטעטלעך, וווּ זיי זײַנען אויפֿגעוואַקסן, האָבן זיי דאָרט געפֿונען פּוסטע, פֿאַרשׂרפֿטע ווינקלען פֿון טאַטע־מאַמעס צעראַבעוועטע היימען; ווי אויך אויסגעהערט פֿון די גוייִשע שכנים די האַלב־אמתדיקע געשיכטעס וועגן דעם אומקום פֿון זייער הויזגעזינד. מיט אַן אײַנגעבאַקענעם אויף שטענדיק ווייטיק און דערשטיקטער קללה צום אַרום, האָבן זיי פֿאַרלאָזט די ערטער, וואָס זײַנען מיט אַ מאָל אָפּגעפֿרעמדט און אָפּגעווײַטערט געוואָרן אויף אַ מהלך, וואָס נאָר דער אָנדענק האָט אים געקאָנט אַרײַננעמען אין זיך, און דאָרט אויסבאַהאַלטן אויף זײַנע טויזנטער פֿאַרדרייטע סטעזשקעס. דאָרט, אין זכּרון, האָבן זיי אויפֿגעשטעלט די שטאַרקסטע מצבֿות פֿאַר זייערע טאַטע־מאַמעס, קלענערע שוועסטערלעך און ברידערלעך, מומעס און פֿעטערס, אַ כאָפּטע שוועסטערקינדער, — מצבֿות, וואָס האָבן אויסגעפֿעלט אויף די ברידער־קבֿרים, פֿאַרוואַקסן מיט הויך, זאַפֿטיק גראָז. פֿאַראָבֿלטע, זײַנען זיי געקומען אין די גרעסערע שטעט צו זוכן אַ נײַעם אָנהייב.

שׂרוניע און דוד האָבן געטרונקען טיי מיט ביסקוויטלעך, וואָס שׂרוניע האָט אַנומלטן באַקומען אויף דער אַרבעט, ווי אַ פּרעמיע, לכּבֿוד דעם 30סטן יאָרטאָג פֿון דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע. דוד האָט אַראָפּגענומען זײַנע ברילן און זיי אַוועקגעלייגט לעבן זיך אויפֿן טיש. אַזוי טוט אויך איר הויפּט־בוכהאַלטער בײַ דער אַרבעט, אַבראַם יאַקאָוולעוויטש קאַץ, איידער ער קוקט אַרײַן אין די דיקע חשבון־ביכער. מיט זײַן פֿויגלשער נאָז שאַרט ער שיִער נישט איבער די זײַטן. שׂרוניע האַלט זיך קוים אײַן נישט צו פֿרעגן אים, הלמאַי טראָגט ער ברילן, אַז לייענען לייענט ער אָן זיי. זי האָט אָבער פֿאַר אים מורא געהאַט, ווײַל ער איז זייער אַ שטרענגער און פֿאַרשטייט נישט קיין חכמות.

דוד האָט נישט אויסגעזען צו זײַן שטרענג, אָבער דאָס זיצן אַזוי זאַלבע־צוויי, שפּעט פֿאַר נאַכט, מיט אַ פֿרעמדן יונגער־מאַן, זאָל ער אַפֿילו זײַן אַ ווײַטער קרובֿ, האָט געשאַפֿן צווישן זיי אַ געוויסע געשפּאַנטקייט. זי האָט זיך פּלוצעם דערמאָנט, ווי מיט יאָרן צוריק זײַנען זיי אַזוי געזעסן בײַם טיש און געטרונקען טיי: אירע טאַטע־מאַמע, כאַיוסיע און כאַיוסיעס חתן, סעמיאָן. די מאַמע האָט שפּעטער אָנגערופֿן יענעם טיי־טרינקען — "סאָוועטישע תּנאָים"... די אויפֿגעקומענע דערמאָנונג האָט אַ שווינדל געטאָן, ווי ס׳וואָלט געווען אַ שפּליטער פֿון אַ צעבראָכן שפּיגעלע. שׂרוניע האָט אויפֿגעציטערט, אָפּגעבריט זיך דאָס מויל מיט אָקרעפּ. טרערן האָבן זיך איר געשטעלט אין די אויגן. זי האָט פֿאַרקוועטשט זיך דאָס מויל מיט דער דלאָניע, נישט וויסנדיק, נעבעך, וואָס צו טאָן ווײַטער, אַזוי נאַריש האָט דאָס אַלץ אויסגעזען.

דוד האָט אויפֿגעהויבן צו איר דעם קאָפּ. אָנגעטאָן די ברילן, האָט ער זיך אָנגערופֿן: "גיט זיך אַ רײַב עטלעכע מאָל מיט דער רעכטער האַנט דאָס לעפּל פֿונעם לינקן אויער". שׂרוניע, ווי אַ גוטע תּלמידה, האָט פּינקטלעך אויסגעפֿירט די געשטעלטע אויפֿגאַבע. אַ ווײַלע האָט זי אַזוי געריבן איר אויער און מיט אַ מאָל האָבן זיי ביידע אויסגעפּלאַצט אַ געלעכטער.

דער וויץ איז שוין פֿאַרבליבן אין זייער משפּחה אויף שטענדיק, און ווען עמעצער פֿון די קינדער, איליק אָדער פֿירוניע, פֿלעגן זיך אָפּבריִען די צונג, האָט זיך באַלד געהערט: "גיב זיך אַ רײַב מיט דער רעכטער האַנט דעם לינקן אויער!". אָבער יענער שפּעטער האַרבסטיקער אָוונט איז געווען דער אָנהייב פֿון זייער ווײַטערדיקן וועג, וואָס דעמאָלט האָט ער אויסגעזען ווי דער גלײַכסטער. אין אַ וואָך אַרום האָט דוד געפֿונען אַן אַרבעט אין דער צוקער־פֿאַבריק, און נאָך מיט אַ חודש שפּעטער האָבן זיי זיך פֿאַרשריבן אין "זאַגס", ווי מאַן און ווײַב. זיי האָבן געבראַכט צו זיך פֿון אונגען דודס פֿאָטער, און ס׳איז אַוועק אַ לעבן. ווי פֿלעגט זאָגן שׂרוניעס מאַמע, עליה־השלום, דער גלײַכסטער וועג איז ערשט פֿול מיט שטיינער.

גאָר אין גיכן האָט מען דודן געשיקט אין אַ דאָרף, סינזשערע, צו אַגיטירן די פּויערים זיך צו פֿאַרשרײַבן אין קאָלכאָז[6]. זיך אָפּצוזאָגן פֿון אַזאַ וויכטיק שליחות איז אים אַפֿילו נישט אײַנגעפֿאַלן. ער איז דאָך אַ קאָמוניסט, און זײַן פּאַרטיי־בילעט האָט ער באַקומען אין סאַמע ברען, אויפֿן פֿראָנט, אין 1943. און כאָטש דאָס דאָרף האָט זיך געפֿונען נישט ווײַט פֿון בעלץ, האָבן זיי זיך געדאַרפֿט צעשיידן. מסתּמא פֿאַרשטייט זי עפּעס נישט אַזוינס, מיט איר ווײַבערישן קאָפּ, וואָס איר דוד ווייסט אויף זיכער. שׂרוניע האָט אָבער געהערט אין דער קאַנטאָר פֿון דער מיל, וווּ זי אַרבעט, אַז די פּויערים שטעלן זיך קעגן; אַז ביזן אויפֿהייבן די קאָלכאָזן, הייבט מען דערווײַל אויף גאַנצע פֿאַמיליעס אין די דערפֿער, און מע ברענגט זיי בײַ נאַכט אויף פֿורלעך צו דער סטאַנציע, וווּ עס וואַרטן שוין פֿראַכט־וואַגאָנען, באַוואַכטע מיט סאָלדאַטן...

צו מאָל, אויף זונטיק, האָט דוד זיך אַרײַנגעכאַפּט אַהיים. פֿאַרשוואַרצט און אויסגעמאַטערט, פֿלעגט ער זיך, קודם־כּל, אָפּבאָדן אין דער גרויסער, ברייטער צינקענער באַליע. שׂרוניע האָט קיינמאָל נישט געוווּסט אויף זיכער, צי ער וועט דעם זונטיק קומען, צי נישט, אָבער אַ באַק[7] הייס וואַסער איז שוין בײַ איר געשטאַנען צוגעגרייט אויף דער פּליטע. זיך צוגעשאַרט הינטן, האָט זי אים אויפֿגעגאָסן וואַרעם וואַסער אויף זײַן ביינערדיק־סוטולער[8] פּלייצע, און דערנאָך, מיט אַ האַרטן, געדיכט־אָנגעזייפֿטן ליקע־וויכעטש זי גענומען אָפּצורײַבן. דוד האָט געקרעכצט, צונויפֿגעדריקט די ליפּן, און צו ביסלעך געקומען צו זיך. קוים עפּעס איבערגעכאַפּט, איז ער אַוועקגעפֿאַלן אויפֿן געלעגער אַ טויטער. אין מיטן דער נאַכט פֿלעגט דוד זיך אויפֿכאַפּן. שׂרוניע איז געלעגן מיט די פֿאַרמאַכטע אויגן, אין אַ האַלבן דרעמל און געוואַרט אַ פֿאַרציטערטע און אויסגעבענקטע, ער זאָל זיך צו איר צורירן. ס׳איז גענוג געווען איין גלעט, איר לײַב זאָל אויף דעם באַלד ענטפֿערן, און זיך גלוסטיק צוטוליען צו זײַן לײַב.

דער בלייכער קאַיאָר, ווי אַ פֿאַרחלשטער חולה, איז אַרײַנגעפֿאַלן דורכן פֿענצטער אין זייער שלאָף־צימער, און זיך פּאַמעלעך איבערגערוקט פֿונעם דיל צו דער וואַנט, לעבן וועלכער ס׳איז געשטאַנען זייער בעט. זי האָט געוווּסט, אַז געציילטע מינוטן זײַנען געבליבן איר צו צעטיילן זיי מיט אים, אין זייער בשותּפֿותדיקער נאָענטשאַפֿט. די צײַט וועט אויסגיין. ער וועט זיך אויפֿהייבן און ווידער, ווי יעדעס מאָל, אַ זאָג טאָן: "קיין אַנדער ברירה איז נישטאָ". און אַזוי וועט זיך עס ציִען חדשים לאַנג.

דערווײַל איז שׂרוניע פֿאַרגאַנגען אין טראָגן, און איר שווער, נחום, וואָס זי האָט אים געאירצט, אָבער גערופֿן "טאַטע", האָט איר זייער אַרויסגעהאָלפֿן בײַ דער שטוביקער אַרבעט. די צײַטן זײַנען געווען גאָר נישט קיין גרינגע. זומער זײַנען געשטאַנען מסוכּנע היצן, די פֿעלדער זײַנען ממש אויסגעברענט געוואָרן און דאָס ביסל זאַפּאַס, וואָס די פּויערים האָבן אָפּגעשפּאָרט און אויסבאַהאַלטן, האָט מען בײַ זיי אויסגערייניקט, ביז אַ פּאַפּשוי־קאַטשן, אויפֿן חשבון פֿונעם פּלאַן, וואָס די נײַ־געשאַפֿענע קאָלכאָזן האָבן געמוזט געבן דער מלוכה. אין די דערפֿער האָט זיך אָנגעהויבן אַ שרעקלעכער הונגער. אין שטאָט, אויף די גאַסן, נאָענט צו דער אײַזנבאַן־סטאַנציע האָבן זיך באַוויזן מענגעס מאָלדאַוואַנען מיט אַליין־געוועבטע מאָגערע סאַקוועס־זעק איבער די אַקסלען. זייערע שעפּסענע קוטשמעס האָבן זיך קוים געהאַלטן אויפֿן קאָפּ, מער ענלעך צו אײַנגעטריקנטע שאַרבנס, פֿאַרוואַקסן מיט האָר. זיי האָבן זיך געריבן בײַ די פּלויטן, אויפֿרייצנדיק די הינט, וועלכע האָבן, זעט אויס, אַ באַזונדערן חוש פֿאַר בעטלערס, — אַרויסקוקנדיק מער אויף עפּעס וואָס מע קאָן קײַען, איידער אויף אַ מטבע.

איין מאָל, זיך אומקערנדיק אַהיים פֿון דער אַרבעט, האָט שׂרוניע זיך אָנגעשטויסן אין אַ פּאַרשוין. יענער איז געזעסן אויף דער ערד, זיך אָנשפּאַרנדיק מיט דער פּלייצע אין אַ בוים. דער ערשטער געדאַנק איז געווען, אַז ס׳איז אַ שיכּור; ווען דער פּאַרשוין האָט אָבער שווער אויפֿגעהויבן צו איר דעם קאָפּ, האָט זי תּיכּף אַלץ פֿאַרשטאַנען. געקומען אַהיים, האָט שׂרוניע אויסגעזוכט דעם גרויסן טשוהונענעם קעסל אויף פֿינעף ליטער וואַסער און זיך געשטעלט קאָכן אַ מאַמעליגע. דער שווער האָט זיך פֿאַרחידושט: "וואָס איז געשען? עס קומט אַ כאַליאַסטרע געסט?" שׂרוניע האָט געמישט די מאַמעליגע מיט אַ קאַטשלקע[9] און געפֿילט, אַז עס קלעקטשעט אין איר אינעווייניק אַ כּעס, ווי די מאַמעליגע אינעם קעסל. זי האָט אַליין נישט געקאָנט פֿאַרשטיין, פֿאַר וואָס האָט אין איר אויפֿגעזאָטן אַזאַ כּעס, און אויף וועמען דאַרף זי אים אויסגיסן. דער שווער איז געפֿאַלן אַן אומזיסטיקער קרבן. זי האָט אויסגעשריגן מיט האַרץ, נישט קוקנדיק אין זײַן זײַט: "מענטשן אויף דער גאַס פֿאַלן ווי פֿליגן, און קיינעם אַרט עס נישט!". דודס טאַטע האָט אַוודאי פֿאַרשטאַנען וואָס שׂרוניע מיינט. ער וואָלט מסתּמא געקאָנט אָפּשווײַגן, אָדער נאָכגעבן דער טראָגעדיקער שנור, אָבער ווען זי האָט אויסגעדרייט צו אים דעם קאָפּ, האָט ער, קוקנדיק שׂרוניען אין די אויגן, שטיל נאָר פֿעסט אַרויסגעבראַכט אויף דער צונג: "און ווען אַ סך פֿון זייעריקע האָבן געקוילעט אונדזערע ווײַבער און קינדער, האָט עס עמעצן געאַרט?"

דעם קעסל מיט דער אָפּגעקאָכטער מאַמעליגע האָט אַרויסגעטראָגן אין דרויסן דער שווער. שׂרוניע האָט שוין געהאַט צוגעגרייט אַ טאַבורעטל, פֿאַרשפּרייט מיט אַ ווײַס האַנטעכל, אויף וועלכן נחום האָט איבערגעקערט די געדיכט־פֿאַרקאָכטע מאַמעליגע. דער ייִד האָט זיך אָנגעבויגן איבער דעם גאָלדענעם לעבל פּראָסט פּויעריש פּאַפּשוי־ברויט, וואָס ס׳האָט נאָך פֿון אים געצויגן אַ פֿרישע פּאַרע, און עס צעשניטן אויף שטיקער מיט אַ ווײַסן גראָבן פֿאָדעם, ווי ס׳וואָלט עס געטאָן יעדער בעסאַראַבער. פֿאַרראָכטן אויפֿן קאָפּ זײַן היטל, האָט ער זיך געלאָזט צו דער טיר, וואָס האָט זיך ערשט פֿאַרמאַכט נאָך שׂרוניען.

די מאַמעליגע פֿלעגט זיך איצט באַווײַזן בײַם הויף־טירל פֿון זייער שטוב צוויי און טייל מאָל דרײַ מאָל אַ וואָך, כּל־זמן עס האָט זיך נישט פֿאַרענדיקט דער האַלבער זאַק פּאַפּשוי־מעל, וואָס שׂרוניע האָט באַקומען, ווי אַ צוגאָב, צו איר געהאַלט.


[1] "פּאַנטאַלאָנעס" — ברייטע הויזן
[2] ספּילטשעווער — גיך אויפֿרעגנדיקער
[3] שארית(ן) — איבערבלײַבעניש(ן)
[4] שטשופּלע — דאַרער, איידעלער
[5] סיגוראַנצע (רומ׳) — געהיים־פּאָליציי אין רומעניע
[6] קאָלכאָז (רוס. אַברעוויאַטור) - קאָלווירט, קאָלעקטיווע וורטשאַפֿט
[7] באַק - רעזערוווּאַר
[8] סוטולער - אײַ נגעהויקערטער
[9] קאַטשלקע - וואַלגערהאָלץ