ערגעץ אויפֿן האַלבוועג
פֿון בענקשאַפֿט
‫(נאָװעלע)
פֿון באָריס סאַנדלער

(‫המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער)

3

זי האָט זיך איצט געפּאָרעט אין קיך בײַ די טיש־קעסטלעך, געזוכט דעם שליסל צו דער טיר פֿון אַ צווייטן צימער, וואָס זי ניצט נישט. דאָרט אין דער דירה בײַ די קינדער, וואָס זיי האָבן אַלע געדונגען נאָכן קומען קיין ישׂראל, איז אויך געווען אַזאַ צימער אָן פֿענצטער, ריכטיקער געזאָגט, אַ פֿינצטערער אַלקער; די קינדער האָבן אים גערופֿן, ווי מע רופֿט עס דאָ, "חדר בטחון"[1], אָבער זי האָט דעם אַלקער גערופֿן אויף איר אייגענעם אופֿן — "מע־זאָל־עס־נישט־באַדאַרפֿן". אַזוי פֿלעגט מען נאָך בײַ אירע עלטערן אין דער היים רופֿן זאַכן, וואָס מע האָט זיי תּמיד געהאַלטן ערגעץ פֿאַררוקט פֿונעם טאָג־טעגלעכן אויג — אין אַ שאַפֿקעלע, אָדער אינעם מאַגאַזאָן[2] — און זיך דערמאָנט אין זיי, ווען ס׳איז עפּעס געשען נישט גוטס. פֿון יענע יאָרן האָט זיך איר פֿאַרגעדענקט אַ מין מאָדנע מאַשינעריע, וואָס מ׳האָט עס גערופֿן "פּאָמפּע", און ווי דער טאַטע האָט איר דערקלערט, קאָן מען אָן דער דאָזיקער פּאָמפּע זיך נישט באַגיין בעת אַ שׂרפֿה, חס־וחלילה — "מע־זאָל־עס־נישט־באַדאַרפֿן!". געווען נאָך אַנדערע זאַכן — סם קעגן מײַז און שטשורעס אין אַ טונקל־גרינער פֿלאַש, אָדער די ווײַסע קאַרטאָן־פּושקע, דאָס אַפּטייקל, ווי די מאַמע האָט עס גערופֿן, אָנגעשטאָפּט מיט פֿאַרשידענע פּעקעלעך וואַטע, מאַרליע און עטלעכע קליינע פֿלעשעלעך מיט יאָד — "מע־זאָל־עס־נישט־באַדאַרפֿן!"

עס זײַנען אָבער געווען אין שטוב זאַכן, וואָס די קליינע שׂרוניע פֿלעגט נישט אָנהייבן צו פֿאַרשטיין, הלמאַי האַלט מען זיי באַהאַלטן פֿון איר און איר שוועסטער, און פֿאַר וואָס געהערן זיי אויך צו דעם מין "מע־זאָל־עס־נישט־באַדאַרפֿן" — זיי זײַנען דאָך אַזוי געשמאַק?! גלעזערנע סלאָייִקלעך מיט אײַנגעמאַכטס — געדיכט פֿאַרקאָכטע מאַלענעס, אָדער איבערגעריבענע מיט מעלעץ[3] שוואַרצע ווײַמפּערלעך, אָדער דרען־פּילטע[4] און ביטערע קאַרשן — די אַלע סלאָייִקלעך, פֿאַרדעקט מיט האַרט ווײַס־פּאַפּיר און אַרומגעבונדן בײַם ראַנד מיט אַ גראָבן, זײַדענעם פֿאָדעם, האָט די מאַמע געהאַלטן אינעם שאַפֿקעלע אויף דער אייבערשטער פּאָליצע, אַז אַפֿילו זייער דינסט־מיידל, מאַניע, האָט געמוזט זיך שטעלן אויף אַ טאַבורעטל[5], כּדי אַראָפּצונעמען פֿון אויבן אַ סלאָייִקל "מע־זאָל־עס־נישט־באַדאַרפֿן". מע האָט עס געטאָן, ווען עמעצער אין שטוב איז נישט געזונט געוואָרן — אַ פֿאַרקילעכץ, דער מאָגן איז צו לויז, נאָך עפּעס... דעם מינהג צו האַלטן אַזעלכע מינים "מע־זאָל־עס־נישט־באַדאַרפֿן" האָט שׂרוניע נאָך דער חתונה אײַנגעפֿירט אין איר אייגענער היים. בײַ דער טאָכטער אין שטוב האָט זי עס שוין נישט געזען; פֿירוניע איז מער פֿאַרטאָן געווען מיט איר לערנען, מיט איר אַרבעט, איז איר דער קאָפּ צו אַזעלכע "סלאָייִקלעך" נישט געלעגן. צוריק גערעדט, האָט איר די מוטער געקאָנט עס ברענגען ווען נאָר, חלילה, מע האָט עס באַדאַרפֿט האָבן.

דאָ אין ישׂראל האָט מען נישט געוווּסט פֿון די אַלע זאַכן; זיי זײַנען דאָ פּשוט נישט געווען — נישט קיין ביטערע קאַרשן, נישט קיין דרען, נישט קיין ווײַמפּערלעך און אַפֿילו נישט קיין מאַלענעס. בײַם אָנהייב האָט זי זיך געחידושט: ווי קאָן אַזוינס זײַן, אַז אין ארץ־ישׂראל, וווּ עס וואַקסן אויף שריט און טריט מאַראַנצן און לימענעס, קאָן מען נישט קריגן קיין זשמעניע דרען אויף אַ רפֿואה־שלמה. אָבער קיין אַנדערע זאַכן "מע־זאָל־עס־נישט־באַדאַרפֿן" האָבן דאָ נישט אויסגעפֿעלט; מ׳האָט זיי טאַקע געהאַלטן אין דעם פֿינצטערן אַלקער צווישן דעם באַגאַזש, געבראַכט פֿון דאָרטן, נאָך אײַנגעפּאַקעוועט — אויף שפּעטער, ווען מע וועט זיך קויפֿן אַן אייגענע וווינונג — פֿיר גאַז־מאַסקעס פֿאַר יעדן איינעם, אַ ווײַסע פּושקע מיט אַ רויט מגן־דודל אויפֿן אייבערשטן דעקל, אַ צענדליק פֿלעשלעך מינעראַל־וואַסער... שׂרוניע האָט אויסגעפֿירט עס זאָל דאָרט אויך זײַן אַ פּאָר פּעקלעך זאַלץ און אַ צען שטיקלעך וואַש־זייף. איר איידעם, מישע, האָט אַוודאי נישט געקאָנט עס לאָזן אָן אַ שפּילקע: "וואָס זשע, מאַמע, איר קלײַבט זיך מאַכן אינעם חדר בטחון אַ "פּאָסטירושקע?"[6]

זי האָט שוין אַרויסגעשאַרט פֿון די טיש־קעסטלעך אַלע קלייניקייטן, אָבער דעם שליסל נישט געפֿונען. שׂרוניע געדענקט גוט, אַז זי האָט אים אַהין אַליין אַרײַנגעלייגט, אַזאַ זילבערדיק שליסעלע... און אפֿשר האָט עס גענומען וואַליע, איר "מטפּלת"[7]? שׂרוניע האָט אויפֿגעהערט צו זוכן, וואָס האָט איר געדאַרפֿט, אַפּנים, העלפֿן זיך גיכער צו דערמאָנען. עס זאָל צו איר אַרײַנקומען אַ "מטפּלת" (שׂרוניע קאָן נאָך הײַנט ריכטיק נישט אַרויסרעדן דאָס וואָרט) האָט זיך פֿאַרן אַוועקפֿאָרן דערשלאָגן איר טאָכטער. שׂרוניע אַליין האָט עס נישט געוואָלט; זי איז נאָך בכּוח זיך אַליין צו באַדינען. פֿונדעסטוועגן, האָט מען איר, אַזוי ווי זי איז געווען אין לאַגער, געשיקט די פֿרוי וואַליע אויף פֿיר שעה אַ וואָך. קומט זי איין מאָל מאָנטיק, און דאָס צווייטע מאָל — דאָנערשטיק. איז זי, הייסט עס, געווען נעכטן, האָט זיך דערמאָנט שׂרוניע. שׂרוניען רופֿט זי נישט אַנדערש ווי סאַראַ זייליקאָוונאַ. אַזוי איז זי שוין געוווינט צו רופֿן עלטערע לײַט, בײַם נאָמען און פֿאָטער־נאָמען, ווי עס פֿירט זיך בײַ די רוסן. וואַליע איז געקומען קיין ישׂראל פֿון ערגעץ אַ קליין שטעטל אין אוראַל, צוזאַמען מיט איר ייִדישן מאַן, איסאַק אַרקאַדיעוויטש, און צוויי זין. דאָרטן וואָלט זי שוין אַרויס אויף פּענסיע, אָבער דאָ פֿעלט איר נאָך פֿינף יאָר. האָט מען איר געהאָלפֿן צו געפֿינען די אַרבעט פֿון אַ "מטפּלת" און זי איז זייער צופֿרידן. און שׂרוניע איז נישט צופֿרידן... ניין, צו וואַליען האָט זי נישט קיין שום טענות, בפֿירוש זייער אַ וווילע פֿרוי; זי וויל אָבער נישט, אַז עמעצער זאָל זי באָדן, אָדער אויפֿראַמען אין שטוב. האָבן זיי אָפּגערעדט צווישן זיך, אַז וואַליע וועט מיט איר שפּאַצירן אַ ביסל אין דער פֿרי, און ווען שׂרוניע דאַרף, איר העלפֿן אײַנצוקויפֿן.

וואָס האָט פּלוצעם וואַליען אויסגעטויגט דער שליסל פֿון יענער טיר? זי ווייסט דאָך, אַז שׂרוניע גייט אַהין נישט אַרײַן. סײַדן זי מיינט, אַז שׂרוניע באַהאַלט דאָרט פֿון איר עפּעס אויס... נאַרישקייטן! זי האָט ווידער אַ שאַר געטאָר אינעם טיש־קעסטל, און זיך געכאַפּט, אַז זי האָט נעכטן דעם שליסל אַליין איבערגעלייגט אין אַן אַנדער אָרט. שוין זיכער אין אירע באַוועגונגען, האָט שׂרוניע אויפֿגעעפֿנט דאָס וואַנט־שאַפֿקעלע איבער איר קאָפּ און מיט דער האַנט באַלד אָנגעטאַפּט די "אַבֿדה". איר פּנים האָט זיך צעשײַנט: נו, אָט ליגט ער דאָרט, דער שליסל, און שווײַגט... זי איז נאָך נישט אין גאַנצן עובֿר־בטל! אים פֿאַרקוועטשט אין דער האַנט, האָט זי דערפֿילט זײַן ממשותדיקע אײַזערנע קאַלטקייט. נישט טראַכטנדיק, ווי אירע פֿיס וואָלטן עס אַליין באַשלאָסן, איז זי צוגעגאַנגען צו דער טיר פֿונעם אַלקער און געבליבן שטיין פֿאַר איר. זי האָט ווידער עפּעס פֿאַרגעסן, האָט זיך אַ דריי געטאָן אינעם קאָפּ אַ געדאַנק, וואָס האָט ווי פֿאַרטשעפּעט אַ צווייטן: אייגנטלעך, דאַרפֿן שוין די רעפֿטלעך ברויט זײַן גענוג טרוקן. זעט אויס, די געשלאָסענע טיר "מע־זאָל־עס־נישט־באַדאַרפֿן" און די שורותווײַז אויסגעלייגטע רעפֿטלעך האָבן געהאַט צווישן זיך אַ שײַכות. זי איז שוין גרייט געווען זיך לאָזן אינעם שלאָף־צימער נאָך אַ ציכל, כּדי אַרײַנצולייגן אַהין אירע געראָטענע "ווײַסע שוואָמען", אָבער גראָד אין דעם מאָמענט, האָט זיך צעקלונגען דער טעלעפֿאָן. מיט די אַלע צוגרייטונגען האָט שׂרוניע פֿאַרגעסן, אַז דינסטיק, אין דער צײַט, קלינגט צו איר פֿון טאָראָנטאָ פֿירוניע. איליק קלינגט צו איר אויך אויפֿן טעלעפֿאָן, אָבער נישט יעדע וואָך, ערגעץ אין אַ שבת אָדער זונטיק בײַ טאָג.

די גאַנצע קאַשע מיטן אַריבערפֿאָרן קיין טאָראָנטאָ האָט פֿאַרקאָכט מישע. אין טאָראָנטאָ וווינט זײַן שוועסטערקינד, זײַנען זיי, מישע און פֿירוניע, געפֿאָרן אַהין צו גאַסט אויף אַ וואָך. צוריק זײַנען זיי שוין געקומען ווידער אָנגעשטעקט מיטן "פֿאָרן־חלאַת". סטײַטש, זיך קוים דאָ אַשאָזעט[8] — זי אַרבעט, ער אַרבעט, נאַומטשיק פֿאַרענדיקט שוין די שול... ניין, דאָרטן לעבן די מענטשן רויִקער, און נאַומטשיק וועט האָבן אַ "ברייטערע פּערספּעקטיוו". שׂרוניע האָט נאָר געהויבן די אַקסלען, וואָס קאָן זי שוין דאָ זאָגן, און ווער דאַרף בכלל דאָ האָבן אירע זאָגענישן? אַן אַנדער זאַך, איר דוד; ער וואָלט שוין אַוודאי נישט געשוויגן. פֿאַרשטייט זיך, אַז פֿון דאָרטן, ווי נאָר ס׳האָט זיך אַנטפּלעקט אַן אַנדער ברירה, האָט מען געדאַרפֿט שטעלן פֿיס. פֿאַר נאַומטשיקן וואָלט דאָרט געוויס קיין שום פּערספּעקטיוו נישט געווען, מיט אַלע "בלאַטן"[9]. אָבער דאָ? ס׳איז נישט לײַכט, אַוודאַי. מע אַרבעט שווער... האָט מען דאָך אַליין געוואָלט קאַפּיטאַליזם! פֿאַרשטענדלעך, פֿירוניע מיט מישען האָבן איבערגעלעבט: הײַנט פֿאַרענדיקט נאַומטשיק די שול, און מאָרגן מוז ער גיין דינען אינעם מיליטער. דאָס האַרץ טוט אַוודאי וויי. האָט מען דאָך אויך געוווּסט, וווּ מע פֿאָרט און אַז דאָ איז ווײַט נישט קיין שטיל ווינקעלע אין דער וועלט! אָבער וואָס טויג דאָס רעדן; שׂרוניע ווייסט דאָך גוט, פֿון איר אייגענעם לעבן, אַז פּליטים, זײַנען ווי אַ שאָטן פֿאַרן טאָג — מע נעכטיקט נישט דאָרט, וווּ מע שלאָפֿט, און מע שלאָפֿט נישט דאָרט, וווּ מע נעכטיקט.

בדרך־כּלל, רעדט נישט שׂרוניע לאַנג מיט דער טאָכטער אויפֿן טעלעפֿאָן. עס קאָסט דאָך אָפּ דאָס רעדן אַ מאַיאָנטיק; און צאָלן צאָלט מען נישט מיט שקלים, נאָר מיט דאָלאַרן. ווי אַזוי זי פֿילט זיך? און ווי אַזוי קאָן זיך פֿילן אַ ייִדענע אין איר עלטער — אַבי אויף די פֿיס! וואָס זי טוט? קיין גרויסע געשעפֿטן פֿירט נישט שׂרוניע — אָפּגעקאָכט, אויפֿגעראַמט, לייענט זי די צײַטונג... שׂרוניע פֿאַרשטייט אַוודאי, אַז ס׳איז גאָר נישט פּשוט זי אַריבערצונעמען קיין טאָראָנטאָ — סטאַטוס, שמאַטוס... זי וועט זיך שוין געבן דאָ אַן עצה, מיט איר אייגענעם סטאַטוס. אַבי די קינדער זאָלן זיך דאָרט אײַנוואָרצלען און נאַומטשיק זאָל האָבן "אַ ברייטערע פּערספּעקטיוו". ער לערנט זיך שוין טאַקע אין אַ קאָלעדזש...

דער הײַנטיקער טעלעפֿאָן־געשפּרעך האָט זיך געדרייט אַרום דעם זעלבן: די טאָכטער האָט געשטעלט אירע פֿראַגעס, און שׂרוניע האָט געגעבן אירע ענטפֿערס. שוין בײַם סוף האָט שׂרוניע אַ פֿרעג געטאָן:

— און נאַומטשיק איז אין דער היים?

— בײַ אונדז איז איצט אַרום צוויי נאָך מיטאָג, מאַמע, און נאַומטשיק קומט אַהיים, ווען בײַ אײַך איז שוין אַ טיפֿע נאַכט. וואָס זשע?

שׂרוניע האָט אַ ווײַלע געשוויגן. אויסגעהאַלטן האָט די פּויזע אויך די טאָכטער. זעט אויס, אַז ביידע פֿרויען האָבן זיך גענייטיקט אין דעם קורצן שטיקל צײַט פֿון שטילקייט, וואָס איז מסוגל אָפּצוטיילן די טאָג־טעגלעכע באַריידעוודיקייט פֿון די געציילטע, נישט אַרויסגעזאָגטע ווערטער, ווי עס פֿלעגט טרעפֿן צווישן זיי אַמאָל, אין די ווײַט־פֿאַרגאַנגענע יאָרן. דעמאָלט איז אַלץ קלאָר געווען אָן ווערטער — אַ בליק, אַ זשעסט, אַ תּנועה האָט אַ סך דערקלערט.

צעשטערט האָט די געשפּאַנטע פּויזע פֿירוניע. איר קול האָט זיך באַלד געביטן, זיך אָפּגעשיילט פֿון דעם געמאַכטן "אַלצגוט".

— מאַמע, דײַן שטים קלינגט הײַנט נישט ווי שטענדיק. עפּעס איז געשען?

— זײַ רויִק, פֿירוניע... וואָס קאָן דאָ מיט מיר געשען? כ׳האָב פּשוט געוואָלט הערן נאַומטשיקס קול...

— ער וועט דיר אָנקלינגען, מאַמע...

— מע דאַרף נישט אויסגעבן אומזיסט קיין געלט... זאָג אים פּשוט, ער זאָל נישט פֿאַרגעסן זײַן אַלטע באָבע. כ׳האָב אים דאָך אויסגעכאָוועט...

זיי האָבן זיך געזעגנט. שׂרוניע איז נאָך אַ פּאָר מינוט אַזוי געזעסן בײַם טעלעפֿאָן־טישל, די הענט אַראָפּגעלאָזט אויף די קני, ווי זי וואָלט ערשט עפּעס פֿאַרלוירן אויפֿן דיל, נישט בכּוח עס מער אײַנצוהאַלטן אין די הענט. אַן אָנגעיאָגטע מידקייט האָט זיך אַראָפּגעלאָזט צו די פֿיס. זי האָט אַ טראַכט געטאָן, אַז הײַנט וועט זי אין ערגעץ נישט גיין. ווער לאָזט זיך אין וועג אַרײַן מיט אַזאַ שטימונג אויפֿן האַרצן? זי וועט נאָר אַרײַנלייגן דאָס ברויט אינעם ציכל; מע קאָן עס נישט לאָזן אַזוי ליגן אַ גאַנצע נאַכט... יאָ, זי זאָל נישט פֿאַרגעסן אײַנצונעמען די פּילן. דער קאָפּ איז איר אין גאַנצן אָפּגעשוואַכט געוואָרן...

‫(המשך אין קומענדיקן נומער) ‬


[1] "חדר בטחון" — זיכערהייט־צימער

[2] מאַגאַזאָן — שטאַל, סאַרײַ

[3] מעלעץ — זאַמד־צוקער

[4] דרען־פּילטע — (דרען: געוויקס, אין ענג. Cornerlian Cherry) — געדיכט־פֿאַרקאָכטער סיראָפּ

[5] טאַבורעט(ל) — אַ בענקל אָן אַ ווענטל

[6] "פּאָסטירושקע?" (רוס.) — דאָס וואַשן גרעט

[7] "מטפּלת" (עבֿר.) — באַדינערין

[8] אַשאָזעט (לאָק.) — אײַנגעאָרדנט

[9] "בלאַט(ן)" (רוס.) — פּראָטעקציע