- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ס׳לײַכט ברוין די זון אין זאַסקעוויצער וואַלד, וווּ ס׳ברענען זאַפֿטיק־רויטע מוכאָמאָרן; וווּ ס׳שפּאַרט מיט פֿוילעניש פֿון יעדן שפּאַלט און ס׳שטינקען קאָרטשעס פֿון פֿאַר טויזנט יאָרן; ווי ס׳קילט די זון און יעדע האָרעדיקע צווײַג איז צוגעפֿראָרן...
דאָס איז אַ סטראָפֿע פֿון משה קולבאַקס ליד "אין אַ יאַדלאָווע וואַלד". קולבאַק איז איינער פֿון די בעסטע נאַטור־באַשרײַבער אין דער ייִדישער פּאָעזיע. זײַנע לידער זענען פֿול מיט די נעמען פֿון כּלערליי פֿלאַנצן, וואָס יעדער ייִד פֿון אַ קליין רײַסיש אָדער ליטוויש שטעטל האָט זיי גוט געקענט. די בוענאָס־אײַרעסער אַרויסגעבער פֿון קולבאַקס אויסגעקליבענע שריפֿטן האָבן באַגלייט דאָס בוך מיט אַ סך פֿוסנאָטן, כּדי צו דערקלערן אַזעלכע ספּעציפֿישע ווערטער, וואָס מע קאָן נישט געפֿינען אין אַ ווערטערבוך און מע מוז זיי אָפּטײַטשן פֿאַר אַן אײַנוווינער פֿון אַ גרויסער מערבֿדיקער שטאָט, וועלכער האָט נישט געהאַט די זכיה צו באַקענען זיך נאָענט מיט דער ווילדער נאַטור. אין דער זאַמלונג ווערט דאָס וואָרט "מוכאָמאָרן" איבערגעזעצט ווי "גיפֿטיקע שוועמלעך". דאָס איז ריכטיק, אָבער אומפּינקטלעך. עס זענען פֿאַראַן אַ סך פֿאַרשיידענע גיפֿטיקע שוועמלעך, נישט בלויז די מוכאָמאָרן, וועלכע הייסן אָפֿיציעל אויף לאַטײַניש "Amanita Muscaria" און זענען באַקאַנט אויף ענגליש "fly agaric". |