בעכערלעך (Chanterelles) — געשמאַקע ווילדע שוועמלעך, וועלכע מע מוז נישט בודק זײַן וואָס שײַך כּשרות, ווײַל זיי ווערן קיינמאָל נישט פֿאַרווערעמט |
ס׳לײַכט ברוין די זון אין זאַסקעוויצער וואַלד,
וווּ ס׳ברענען זאַפֿטיק־רויטע מוכאָמאָרן;
וווּ ס׳שפּאַרט מיט פֿוילעניש פֿון יעדן שפּאַלט
און ס׳שטינקען קאָרטשעס פֿון פֿאַר טויזנט יאָרן;
ווי ס׳קילט די זון און יעדע האָרעדיקע צווײַג
איז צוגעפֿראָרן...
דאָס איז אַ סטראָפֿע פֿון משה קולבאַקס ליד "אין אַ יאַדלאָווע וואַלד". קולבאַק איז איינער פֿון די בעסטע נאַטור־באַשרײַבער אין דער ייִדישער פּאָעזיע. זײַנע לידער זענען פֿול מיט די נעמען פֿון כּלערליי פֿלאַנצן, וואָס יעדער ייִד פֿון אַ קליין רײַסיש אָדער ליטוויש שטעטל האָט זיי גוט געקענט. די בוענאָס־אײַרעסער אַרויסגעבער פֿון קולבאַקס אויסגעקליבענע שריפֿטן האָבן באַגלייט דאָס בוך מיט אַ סך פֿוסנאָטן, כּדי צו דערקלערן אַזעלכע ספּעציפֿישע ווערטער, וואָס מע קאָן נישט געפֿינען אין אַ ווערטערבוך און מע מוז זיי אָפּטײַטשן פֿאַר אַן אײַנוווינער פֿון אַ גרויסער מערבֿדיקער שטאָט, וועלכער האָט נישט געהאַט די זכיה צו באַקענען זיך נאָענט מיט דער ווילדער נאַטור.
אין דער זאַמלונג ווערט דאָס וואָרט "מוכאָמאָרן" איבערגעזעצט ווי "גיפֿטיקע שוועמלעך". דאָס איז ריכטיק, אָבער אומפּינקטלעך. עס זענען פֿאַראַן אַ סך פֿאַרשיידענע גיפֿטיקע שוועמלעך, נישט בלויז די מוכאָמאָרן, וועלכע הייסן אָפֿיציעל אויף לאַטײַניש "Amanita Muscaria" און זענען באַקאַנט אויף ענגליש "fly agaric".
די דאָזיקע זאַפֿטיקע העל־רויטע שוואָמען זענען צווישן די שענסטע אין דער וועלט און זענען אַ מציאה פֿאַר אַ פֿאָטאָגראַף אָדער אַ נאַטור־ליבהאָבער; אינעם בויך פֿון אַ מענטש רופֿן זיי אָבער אַרויס פֿאַרשיידענע עקלדיקע עפֿעקטן: אַ טייל אָפּגעסמטע פֿילן אַ שטאַרקן מיגל; בײַ אַ טייל אַנדערע הייבט אָן אַ ציטערניש; מע קאָן אויך דערפֿילן אַן אייפֿאָריע מיט טשיקאַווע האַלוצינאַציעס, וועלכע קאָנען דויערן עטלעכע שעה.
להיפּוך צו דער רעפּוטאַציע פֿון גאָר סכּנותדיקע שוועמלעך, קאָן מען פֿון די געוויינטלכע מוכאָמאָרן נישט שטאַרבן — סײַדן מע עסט מער ווי אַ טוץ מיטאַמאָל. הגם בײַ געוויסע פֿעלקער אינעם רוסלענדישן ווײַטן מיזרח עסט מען זיי שוין במשך פֿון טויזנטער יאָר צוליב מיסטישע צוועקן און סתּם כּדי צו פֿאַרווײַלן, ווי אַ נאַרקאָטיק, זענען די עפֿעקטן פֿון אָפּסמונג אָפֿט גאַנץ עקלדיק און שרעקעדיק. אינעם נײַטן באַנד פֿון די ייִוו״אָ־שריפֿטן ווערט געבראַכט אַ ייִדיש שפּריכוואָרט: "ווער עס עסט זשיביקעס (שוועמעלעך אויפֿן פּוילישן ייִדיש), ווערט משוגע", מיינענדיק די גיפֿטיקע מוכאָמאָרן.
אַ קערבל מיט גוטע עסבאַרע שוועמלעך |
צוליב דעם שיינעם אויסזען און אַ רײַכן פֿאָלקלאָר וועגן כּישופֿדיקע און סכּנותדיקע אייגנשאַפֿטן, פֿיגורירט דער מוכאָמאָר אין אַ סך קינדער־ביכער, שפּילעכלעך, הויף־דעקאָראַציעס און דעכער פֿון דעקאָראַטיווע געבײַדעס. עס קאָן זײַן, אַז דאָס איז איינע פֿון די עיקר־סיבות, פֿאַרוואָס ס׳רובֿ מענטשן אין צפֿון־אַמעריקע, ענגלאַנד און אַנדערע לענדער האָבן בכלל מורא פֿאַר ווילדע שוועמלעך און מיינען, אַז זיי זענען על־פּי־רובֿ טויט־סכּנותדיק.
מיט אַ חודש צוריק, האָט דער שוועדישער מלוכישער אינפֿאָרמאַציע־צענטער פֿאַר אָפּסמונגען פֿאַרעפֿנטלעכט אַ בראָשור אויף פֿיר זײַטן וועגן די סאַמע סכּנותדיקע שוועמלעך, וואָס וואַקסן אין שוועדן. די בראָשור איז אַרויסגעגעבן אין 24 פֿאַרשיידענע שפּראַכן, אַרײַנגערעכנט ייִדיש. די ייִדישע ווערסיע קאָן מען אַראָפּלאָדן פֿון דער אינטערנעץ:
http://www.gic.se/Documents/Svampbroschyrer/Jiddisch.pdfדי בראָשור איז אָנגעשריבן אויף אַ גוטער, גראַמאַטיש־ריכטיקער שפּראַך. מסתּמא, האָט עס צו טאָן מיט דעם, וואָס די שוועדישע רעגירונג אָנערקענט ייִדיש ווי אַן אָפֿיציעלע מינאָריטעט־שפּראַך. אויף דער ערשטער זײַט איז אָנגעצייכנט אַ בילד פֿון אַ רויטן מוכאָמאָר מיט דער אויפֿשריפֿט "סטאָפּ!". עס ווערט דערקלערט, אַז די מוכאָמאָרן רופֿן אַרויס "באַטויבטקייט, צעמישונג, אָפּגעשוואַכט באַוווּסטזײַן, און קראַמפּן". אויף די אַנדערע צוויי זײַטן פֿון דער בראָשור גייט אַ רייד וועגן עטלעכע עכט־סכּנותדיקע, טויט־גיפֿטיקע מינים שוועמלעך.
אין הרבֿ ניסן מינדעלס ליובאַוויטשער חודשלעכן זשורנאַל "שמועסן מיט קינדער" איז אינעם יאָר 1966 (נומ. 296) דערשינען אַ פּאָפּולערער אַרטיקל וועגן שוועמלעך. דער אַנאָנימער מחבר — כּמעט זיכער ניסן מינדעל, פֿאַקטיש דער איינציקער מחבר פֿונעם גאַנצן זשורנאַל — דערציילט, אַז די חז״ל באַמערקן, אַז אינעם תּהילים־פּסוק "צמאה לך נפֿשי כּמה לך בשׂרי" — "מײַן נפֿש דאָרשט נאָך דיר, מײַן לײַב גייט אויס נאָך דיר" — קאָן מען אײַנזען אַ רמז וועגן שוועמלעך. דאָס וואָרט "כּמהין" — די טריפֿלעך און אַנדערע מינים שוועמלעך, וואָס וואַקסן אונטער דער ערד — שטאַמט פֿונעם זעלבן שורש, ווי דאָס וואָרט "כּמה"; אַזוי ווי די שוועמל גלוסטן צום וואַסער און שטרעבן אַרויסצוּוואַקסן פֿון דער ערד נאָך אַ רעגן — אַזוי גלוסט די מענטשלעכע נשמה צום באַשעפֿער און ציט זיך צום הימל, ווען זי ווערט באַגאָסן מיטן "רעגן" פֿונעם ג־טלעכן חיות. פֿאַר אַ ליובאַוויטשער חסיד קלינגט אַזאַ משל באַזונדערס באַטעמט, ווײַל דער דערמאָנטער פּסוק איז צום מערסטן באַקאַנט אין דער חב״ד־טראַדיציע ווי אַ דבֿקותדיקער ניגון פֿונעם אַלטן רבין — דער גרינדער פֿון דער ליובאַוויטשער רביים־דינאַסטיע.
דער אַרטיקל דערציילט אַ צאָל וויכטיקע באַלערנדיקע פֿאַקטן וועגן ווידלע און קולטיווירטע שוועמלעך, וועגן שימל, הייוון און אַנדערע מיקראָסקאָפּישע שוועמל־אָרגאַניזמען, ווי אויך וועגן דער סכּנה פֿון אַזעלכע גיפֿטיקע שוועמלעך, ווי דער "מלאך־חבֿלה", ווי דער מחבר האָט איבערגעזעצט אויף ייִדיש דעם אַמעריקאַנער נאָמען "destroying angel". עס ווערן אַפֿילו דערמאָנט — אומגעוויינטלעך פֿאַר אַ קינדער־זשורנאַל — די פּסיכאָדעלישע שוועמלעך, וועלכע רופֿן אַרויס האַלוצינאַציעס און ווערן באַנוצט פֿאַר מיסטישע ריטואַלן צווישן די מעקסיקאַנער אינדיאַנער. דער אַרטיקל שליסט זיך מיט אַ פֿילאָסאָפֿישן אויספֿיר, אַז אַלע זאַכן אין דער וועלט, אַפֿילו די, וואָס זענען סכּנותדיק און גיפֿטיק פֿאַר אַ מענטש, זענען באַשאַפֿן געוואָרן מיט אַ טיפֿער ג־טלעכער כּוונה און זענען בעצם גוט.
די אָפֿיציעלע בראָשור וועגן גיפֿטיקע שוועמלעך פֿון שוועדישע מעדיצינישע אינסטאַנצן |
פֿון דער וויסנשאַפֿטלעכער פּערספּעקטיוו איז דער דאָזיקער ליובאַוויטשער אַרטיקל נישט אַזוי אײַ־אײַ־אײַ און אַנטהאַלט אַ צאָל קליינע טעותן. בדרך־כּלל, אָבער, איז עס גאַנץ גוט אָנגעשריבן; ניסן מינדעל, דער פּערזענלעכער סעקרעטאַר פֿונעם ליובאַוויטשער רבין, איז געווען אַ געבילדעטער מענטש, אַ דאָקטאָר פֿון פֿילאָלאָגיע. דער הײַנטיקער לייענער וואָלט באַמערקט, אַז דער מחבר שרײַבט אַרײַן די שוועמעל אין דער קאַטעגאָריע פֿון פֿלאַנצן, הגם זיי געהערן צו אַן אייגן "מלכות"; מע מוז אָבער געדענקען, אַז דער אַרטיקל איז אָנגעשריבן געוואָרן אין 1966 — איידער די ביאָלאָגן האָבן "געגט" פֿלאַנצן און שוועמלעך.
ס׳איז אינטערעסאַנט, ווי דער מחבר פֿאַרגלײַכט זײַן יוגנט צום שפּעטערדיקן אַמעריקאַנער לעבן. מינדעל איז געבוירן געוואָרן אין ריגע, אין 1912. אינעם יאָר 1930 איז ער אַוועקגעפֿאָרן קיין ענגלאַנד און אין 1940 איז ער אָנגעקומען קיין ניו־יאָרק, צוזאַמען מיטן זעקסטן ליובאַוויטשער רבין, יוסף־יצחק שניאורסאָן.
מינדעל דערמאָנט, אַז "אַמאָל האָט מען געדאַרפֿט קלײַבן ווילדע שוועמלעך אין די וועלדער. פּויערים און פּויערטעס פֿלעגן ברענגען קליינע קערבלעך מיט שוועמלעך אין שטאָט צו פֿאַרקויפֿן אויפֿן מאַרק, פּונקט ווי יאַגאָדעס, ווי דאָס ווערט אויך איצט געטאָן אין די ווייניקער אַנטוויקלטע לענדער". אין דעם פּרט איז דער מחבר נישט גערעכט. סײַ אינעם סלאַווישן און באַלטישן טייל פֿון אייראָפּע, וווּ מינדעל אין געוואַקסן ווי אַ קינד, סײַ אין אַ ריי אַנדערע גאַנץ אַנטוויקלטע לענדער, אַרײַנגערעכנט סקאַנדינאַוויע, שפּאַניע און פֿראַנקרײַך, בלײַבן ווילדע שוועמלעך אַ פּאָפּולערע סחורה. אַדרבה, לערנען זיך אַלע פֿראַנצויזישע אַפּטייקער אויף אַ ספּעציעלן קורס, כּדי צו העלפֿן די שוועמל־קלײַבער צו באַשטימען, צי זיי מעגן עסן דאָס געפֿונענע גערעטעניש.
צוליב דער זעלבער סיבה האָבן די שוועדישע מעדיצינישע אינסטאַנצן לעצטנס אַרויסגעגעבן אַ ספּעציעלע בראָשור וועגן די סכּנותדיקע שוועמלעך און אַפֿילו איבערגעזעצט זי אויף ייִדיש. אַ סך מינים געשמאַקע שוואָמען קאָנען וואַקסן בלויז אין אַ לאַנגיאָריקן איידעלן סימביאָז מיט געוויסע ביימער, דערפֿאַר קאָן מען זיי נישט קולטיווירן אין קינסטלעכע באַדינגונגען. דערצו, איז דאָס שוועמלעך־קלײַבן אַ גוטער אופֿן צו פֿאַרווײַלן אין אַ וואַלד.
אין די ענגליש־רעדנדיקער לענדער זענען די ווילדע שוועמלעך טאַקע ווייניקער פּאָפּולער. אַ סך ענגלענדער און אַמעריקאַנער האָבן מורא זיך אָפּצוסמען און פֿאַרלאָזן זיך בלויז אויף דער גרייטער סחורה פֿון דער קראָם. פֿונדעסטוועגן, ווערן אין אַ צאָל אַמעריקאַנער שטעט כּסדר דורכגעפֿירט יערלעכע שוועמלערײַ־פֿעסטיוואַלן, און אין יעדער גרויסער ביכערקראָם קאָן מען קריגן ספּעציעלע וועגווײַזערס פֿון גוטע ווילדע שוואָמען.
דער שוואָמען־עקספּערט דוד פֿישער, וועלכער האָט אָנגעשריבן אַ פּאָפּולערן אַטלאַס פֿון עסנבאַרע צפֿון־אַמעריקאַנער שוועמלעך, האָט אויך אַ שיין וועבזײַטל מיטן נאָמען "americanmushrooms.com", וווּ מע קאָן פֿאַנאַנדערקוקן איבער אַ טויזנט בילדער און באַקענען זיך מיט דער חכמה פֿון שוועמלעך־קלײַבערײַ. הגם צווישן די ווילדע שוועמלעך טרעפֿן זיך אייניקע טויט־סכּנותדיקע מינים, ווי אויך אַ סך אַזעלכע, וואָס קאָנען אַרויסרופֿן אַ שטאַרקן מאָגן־ווייטיק און אַנדערע אומאָנגענעמע סימפּטאָמען, קאָן מען זיך גרינג אויסלערנען צו דערקענען אַ סך געזונטע און געשמאַקע, אויב מע לייענט מיט אַכט די ליטעראַטור אויף דער טעמע אָדער מע האָט אַ פֿאַרלאָזלעכן לערער, וועלכער קען ווײַזן אויף הונדערט פּראָצענט קלאָר די סימנים פֿון עסבאַרע שוועמלעך.
לאָמיר זיך אָבער אומקערן צו ייִדישקייט. חוני־המעגל, אַן לעגענדאַרער ייִדישער חכם, וועלכער האָט געלעבט מיט איבער 2000 יאָר צוריק, איז געווען באַרימט מיט דעם, וואָס ער האָט געקאָנט אַראָפּברענגען אַ רעגן מיט זײַנע תּפֿילות. ווען די ייִדן האָבן געליטן פֿון טריקעניש, פֿלעגט ער אָנצייכענען אַ קרײַז אַרום זיך און וואָלט זיך נישט גערירט פֿון אָרט, ביז זײַנע בקשות זענען נישט מקוים געוואָרן. אַמאָל האָט חוני־המעגל אויסגעבעטן אַ צו שטאַרקן רעגן, וועלכער האָט צעשטערט די גערעטעניש. דער צדיק האָט ממשיך געווען צו דאַוונען; דער הימל האָט זיך אויסגעקלאָרט, די זון האָט אַרויסגעקוקט און איז באַלד אויפֿגעוואַקסן אַ נײַע גערעטעניש פֿון שוועמלעך. ס׳זעט אויס, אַז אין די תּנ״כישע און תּלמודישע צײַטן זענען די שוועמלעך אויך געווען אַ פּאַפּולערער מאַכל, אַזוי ווי אין די מיזרח־אייראָפּעיִשע שטעטלעך.
אינעם "מדרש אַלפֿא־ביתא" שטייט געשריבן, אַז הגם דער אייבערשטער האָט פֿאַרבאָטן די ייִדן צו עסן טריפֿהנע בעלי־חיים, האָט ער געגעבן די שוועמלעך, וואָס האָבן דעם זעלבן טעם. הרבֿ אַבֿרהם באָרנשטיין, אַ באַקאַנטער פּוילישער פּוסק פֿונעם 19טן יאָרהונדערט, שרײַבט אין זײַן ספֿר "אַבֿני נזר", אַז ווען אָדם־הראשון האָט געזינדיקט און דער אייבערשטער האָט פֿאַרשאָלטן די ערד, האָט די קללה נישט אָנגערירט די שוועמלעך, ווײַל זיי וואַקסן אַנדערש ווי די פֿלאַנצן, און זענען דערפֿאַר געבליבן געבענטשט, ווי די פּירות פֿון גן־עדן.
די חז״ל האָבן געוווּסט, אַז די שוועמלעך זענען אַנדערש ווי פֿלאַנצן. די גמרא זאָגט, אַז זיי וואַקסן פֿון דער לופֿטן און נישט פֿון דער ערד, ווײַל זיי האָבן נישט קיין עכטע שרשים און באַקומען זייער שפּײַז פֿון אַנדערע פֿלאַנצן. מע זעט, אַז די חז״ל האָבן גאַנץ פּינקטלעך באַשריבן דעם מעטאַבאָליזם פֿון שוועמלעך מיט 1500 יאָר צוריק פֿאַר דער מאָדערנער וויסנשאַפֿט. אין פֿאַרגלײַך מיט די פֿלאַנצן, וועלכע פּראָדוצירן פֿרישע לופֿט, נייטיקן זיך די שוואָמען אין זויערשטאָף, אַזוי ווי חיות.
אַגבֿ, ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז אין די דרומדיקע דיאַלעקטן פֿון ייִדיש רופֿט מען אָן שוועמלעך פּעטשעריצעס — על־פּי־צופֿאַל ענלעך אויפֿן לשון־קודשדיקן וואָרט "פּטריות".
און איצט, נאָך מײַן קליינער דרשה, קאָנען די לייענער זיך באַזאָרגן מיט וועגווײַזער־ביכלעך און זיך צוגרייטן צום הויפּט־סעזאָן פֿון שוועמלערײַ, וועלכער הייבט זיך אָן, בערך, אין אַ פּאָר וואָכן אַרום; זײַט אָבער פֿאָרזיכטיק!