‫פֿון רעדאַקציע

די טעמע פֿונעם לייט־אַרטיקל די וואָך וועט ווידער זײַן "רוסיש" — אָבער שוין נישט ווי אַ שפּראַך פֿון ייִדן אין גלות, נאָר ווי אַ פֿאַרשפּרייטע שפּראַך אין ישׂראל. הײַנט, שפּעטער מיט צענדליקער יאָרן נאָך די "שפּראַך־מלחמות" בײַם אָנהייב אין פּאַלעסטינע, דערנאָך אין דער יונגער ייִדישער מדינה, איז די טעמע ווידער אַקטועל, אָבער שוין אַרום "רוסיש".

דעם תּירוץ צו רעדן וועגן דעם האָבן מיר געפֿינען אין דעם עלעקטראָנישן בולעטין Public Diplomacy Network (נעץ פֿון עפֿנטלעכער דיפּלאָמאַטיע). דהײַנו: אין דעם מעדיצינישן קאָלעדזש בײַ דעם ברזילי־שפּיטאָל אין אַשקלון האָט אויסגעבראָכן אַ גאַנצער סקאַנדאַל. וואָס איז? אַן אומצופֿרידנקייט בײַ די קומענדיקע קראַנקן־שוועסטער און קראַנקן־ברידער האָט אַרויסגערופֿן די אינסטרוקציע פֿונעם לערן־אַנשטאַלט, וואָס פֿאַרווערט די סטודענטן צו רעדן אין קאָלעדזש און אין די ווענט פֿונעם שפּיטאָל אויף וואָסער ניט איז אַנדער שפּראַך — רק עבֿריתּ!

דער דאָזיקער באַפֿעל איז אַרויס נאָך די אָנקלאָגן מצד די פּאַציענטן, וואָס טענהן, אַז דער מעדיצינישער פּערסאָנאַל רעדט צווישן זיך אויף אומפֿאַרשטענדלעכע שפּראַכן, אײַנגעשלאָסן רוסיש און אַראַביש.

די הײַנטיקע ייִדיש־רעדנערס, בפֿרט פֿונעם עלטערן דור, וועט אַזאַ פֿאַרבאָט נישט פֿאַרחידושן; די אומטאָלעראַנטע באַציִונג צו אַנדערע שפּראַכן און קולטורן אינעם לאַנד גופֿא מצד די ישׂראלדיקע פֿונקציאָנערן און די פּאַסיווע, גלײַכגילטיקע רעאַקציע אויף אַזאַ אומטאָלעראַנץ און עם־האָרצות פֿון דער ישׂראל־אינטעליגענץ האָט אַ לאַנגע טראַדיציע.


הזכּרה נאָך די אומגעבראַכטע ייִדישע שרײַבער אין ראַטן־פֿאַרבאַנד
דעם 10טן אויגוסט 2011, ניו־יאָרק

Memorial for the Murdered Yiddish Writers of the Soviet Union
August 10, 2011, NYC

ייִדיש־וועלט
דניאל אויף אַ באַרג־שפּאַציר, בעת זײַן פֿרײַער צײַט

מיט פֿיר יאָר צוריק האָט מען דעם רעפֿאָרם־ראַבינער אין טעקסאַס, פּיטער טאַרלאָוו, אָנגעקלונגען פֿון הואַנוקאָ, אַ שטאָט אין פּערו, און אַן אָרטיקער אײַנוווינער האָט אים געבעטן צו העלפֿן אַ גרופּע מענטשן זיך מגייר זײַן און גרינדן דאָרט אַ ייִדישע קהילה. פֿאַרכאַפּט פֿון דער בקשה, איז דער ראַבינער געפֿאָרן אַהין זיך צו באַקענען מיט זיי, און צום סוף, טאַקע געהאָלפֿן דעם גאַנצן ציבור זיך מגייר זײַן. זינט דעמאָלט באַמיט זיך די נײַע קהילה אין הואַנוקאָ אָנצוהאַלטן די ייִדישע טראַדיציעס, ווי ווײַט מעגלעך. אָבער עס קומט זיי אָן שווער — ערשטנס, צוליב זייער קנאַפּער קענטשאַפֿט פֿון דער הלכה, און צווייטנס, ווײַל קיין שטענדיקן רבֿ אָדער חזן האָבן זיי נישט.

ווער זענען אָט די ליבהאָבער פֿונעם ייִדישן פֿאָלק? אַ טייל שטאַמען פֿון ייִדן, וועלכע האָבן זיך אַרײַנגעגנבֿעט אין די פּערואַנער בערג אין מיטן 19טן יאָרהונדערט, ווען די רעגירונג האָט נישט דערלויבט די ייִדן צו וווינען דאָרט, און פֿלעגט רעגיסטרירן אַלע נײַ־געבוירענע קינדער ווי קאַטאָליקן; אַ צווייטער טייל שטאַמען פֿון די אַנוסים (מאַראַנען) בעת דער שפּאַנישער אינקוויזיציע, און אַ דריטער טייל באַשטייט פֿון מענטשן, וואָס זענען געוואָרן אַנטוישט אין זייער אייגענער רעליגיע און האָבן לעצטנס באַשלאָסן, אַז די ייִדישע אמונה געפֿעלט זיי צום בעסטן פֿון אַלע.

מיט אַ חודש צוריק האָט אַ ייִדישער בחור פֿונעם אוניווערסיטעט פֿון פּענסילוועניע זיך אונטערגענומען צו פֿאָרן אין הואַנוקאָ אויפֿן זומער און העלפֿן די נײַע קהילה זיך אויפֿשטעלן אויף די אייגענע פֿיס. דער בחור, דניאל שעכטער, דער זון פֿונעם קאָמפּאָזיטאָר און כאָר דיריגענט בנימין שעכטער (און דרך־אַגבֿ, מײַנער אַ פּלימעניק), האָט זיך דערוווּסט וועגן דער קהילה דורך "קולנו" — אַן אָרגאַניזאַציע, וואָס העלפֿט איזאָלירטע און אַנטוויקלענדיקע זיך ייִדישע ייִשובֿים איבער דער וועלט.

קונסט
פֿון מישע כאַזין (באָסטאָן)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דעם זומער אין קראָקע, אינעם "גאַליציע־מוזיי" קומט מיט דערפֿאָלג פֿאָר די אויסשטעלונג פֿון דער אַמעריקאַנער מאָלערין פֿעי גריידזשאָווער. די אויסשטעלונג טראָגט דעם נאָמען "געשטאַלטן און ווערטער" און וועט אָנגיין ביז נאָוועמבער. נישט לאַנג צוריק האָט פֿעי גריידזשאָווער זיך אומגעקערט פֿון פּוילן קיין באָסטאָן, וווּ זי וווינט, און איך האָב געכאַפּט מיט איר אַ קורצן שמועס. די מאָלערין האָט דערציילט, אַז זי האָט זיך באַמיט אויף אַן אַוואַנגאַרדיסטישן אופֿן, מיט דער שפּראַך פֿון סימבאָלן און מעטאַפֿאָר, איבערצוגעבן אויף אירע לײַוונטן דעם גײַסט פֿון דער ייִדישער דיכטונג, זײַנענדיק באַגײַסטערט פֿון דער שאַפֿונג פֿון קאַדיע מאָלאָדאָווסקי, רחל קאָרן און רייזל זשיכלינסקי.

פֿעי גריידזשאָווער זאָגט, אַז דער פֿאָקוס פֿון איר שאַפֿונג איז אַ מין צונויפֿשמעלץ פֿון געשיכטע מיט עלעמענטן פֿון אומבאַוווּסטזײַן, וואָס דער זכּרון האָט אײַנגעזאַפּט און ווירקט אויף אונדזער טאָג־טעגלעכקייט. אין אירע ווערק ניצט זי אויס די שפּראַך פֿון געשטאַלטן, כּדי איבערצוגעבן די אַבסטראַקטע פֿאָרמעס דורך אַ ספּעציעלן חומר, קאַליגראַפֿישע מיטלען, וואָס רופֿן אַרויס געוויסע איבערלעבענישן. דערמיט ווערט געשאַפֿן אַ באַזונדערע אַטמאָספֿער פֿון רוים און ליכט, וועלכע רופֿן אַרויס בײַ יעדן מענטשן זײַנע אייגענע דערמאָנונגען.

פֿעיס קינדשאַפֿט איז דורכגעגאַנגען אין באָסטאָן אין אַ משפּחה, וווּ ייִדישקייט האָט פֿאַרנומען אַ בכּבֿודיק אָרט אינעם לעבנס־שטייגער. אירע עלטערן זײַנען געקומען קיין אַמעריקע פֿון בעלגיע און האָלאַנד. זיי האָט אָפּגעגליקט. זיי האָבן נאָך באַוויזן צו אַנטלויפֿן פֿון אייראָפּע מיט דער לעצטער שיף. אַלע זייערע קרובֿים, וואָס זײַנען דאָרט געבליבן, זײַנען אומגעקומען.

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

Der Nister. Regrowth:
Seven Tales of Jewish Life Before, During, and After Nazi Occupation. Translated from the Yiddish
by Erik Butler.
Evanston, Illinois: Northwestern University Press, 2011.


דעם ניסתּרס ליטעראַרישע ירושה איז כּולל די ווערק פֿון גאָר פֿאַרשידענע סטילן. זײַן סימבאָליסטישע תּקופֿה איז גוט געפֿאָרשט און מער באַקאַנט דעם ניט־ייִדישן לייענער; דער רעאַליסטישער היסטאָרישער ראָמאַן "די משפּחה מאַשבער" איז איבערגעזעצט אויף עטלעכע שפּראַכן אָבער וואַרט נאָך אויף אַ גרונטיקער קריטישער אָפּשאַצונג. אָבער די סאַמע לעצטע ווערק זײַנע, וואָס געהערן צו דעם זשאַנער פֿון "חורבן־ליטעראַטור", זײַנען עד־היום געווען פֿאַרגעסן.

די איבערזעצונג פֿון "ווידערוווּקס", דעם זאַמלבאַנד פֿון דערציילונגען און נאָוועלן פֿון די יאָרן 1942—1946, וואָס איז אַרויס אין מאָסקווע אין 1969, וואָלט געקאָנט ווערן זייער אַ וויכטיקער בײַטראָג אין דער ייִדישער ביבליאָטעק אויף ענגליש. די דאָזיקע דערציילונגען פּאַסן ניט אַרײַן אין דער אָנגענומענער השׂגה פֿון חורבן־ליטעראַטור, און אפֿשר דערפֿאַר זײַנען זיי אַזוי לאַנג פֿאַרבליבן אויף די ראַנדן פֿון ייִדישער ליטעראַטור־געשיכטע.

סטיליסטיש זײַנען די דאָזיקע ווערק אַ דירעקטער המשך פֿון דער עוואָלוציע פֿון סימבאָליזם צו מאָדערניזם, וואָס דער ניסתּר האָט דורכגעמאַכט אין די 1930ער יאָרן. פֿון איין זײַט באַשרײַבט ער דאָ די ביז גאָר רעאַלע געשעענישן בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, מיט אַ סך קאָנקרעטע פּרטים. פֿון דער אַנדערער זײַט זײַנען די דאָזיקע מעשׂיות טיף סימבאָליש, צומאָל אַפֿילו פֿאַנטאַסטיש. זיי זײַנען אָנגעזאַפּט מיט אַלעגאָרישע רמזים און רעפֿערענצן צו דעם ניסתּרס פֿריִערע ווערק.

נאַטור
בעכערלעך (Chanterelles) — געשמאַקע ווילדע שוועמלעך, וועלכע מע מוז נישט בודק זײַן וואָס שײַך כּשרות, ווײַל זיי ווערן קיינמאָל נישט פֿאַרווערעמט

ס׳לײַכט ברוין די זון אין זאַסקעוויצער וואַלד,

וווּ ס׳ברענען זאַפֿטיק־רויטע מוכאָמאָרן;

וווּ ס׳שפּאַרט מיט פֿוילעניש פֿון יעדן שפּאַלט

און ס׳שטינקען קאָרטשעס פֿון פֿאַר טויזנט יאָרן;

ווי ס׳קילט די זון און יעדע האָרעדיקע צווײַג

איז צוגעפֿראָרן...

דאָס איז אַ סטראָפֿע פֿון משה קולבאַקס ליד "אין אַ יאַדלאָווע וואַלד". קולבאַק איז איינער פֿון די בעסטע נאַטור־באַשרײַבער אין דער ייִדישער פּאָעזיע. זײַנע לידער זענען פֿול מיט די נעמען פֿון כּלערליי פֿלאַנצן, וואָס יעדער ייִד פֿון אַ קליין רײַסיש אָדער ליטוויש שטעטל האָט זיי גוט געקענט. די בוענאָס־אײַרעסער אַרויסגעבער פֿון קולבאַקס אויסגעקליבענע שריפֿטן האָבן באַגלייט דאָס בוך מיט אַ סך פֿוסנאָטן, כּדי צו דערקלערן אַזעלכע ספּעציפֿישע ווערטער, וואָס מע קאָן נישט געפֿינען אין אַ ווערטערבוך און מע מוז זיי אָפּטײַטשן פֿאַר אַן אײַנוווינער פֿון אַ גרויסער מערבֿדיקער שטאָט, וועלכער האָט נישט געהאַט די זכיה צו באַקענען זיך נאָענט מיט דער ווילדער נאַטור.

אין דער זאַמלונג ווערט דאָס וואָרט "מוכאָמאָרן" איבערגעזעצט ווי "גיפֿטיקע שוועמלעך". דאָס איז ריכטיק, אָבער אומפּינקטלעך. עס זענען פֿאַראַן אַ סך פֿאַרשיידענע גיפֿטיקע שוועמלעך, נישט בלויז די מוכאָמאָרן, וועלכע הייסן אָפֿיציעל אויף לאַטײַניש "Amanita Muscaria" און זענען באַקאַנט אויף ענגליש "fly agaric".

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווי מיר האָבן שוין אַ סך מאָל באַהאַנדלט, זענען די נעמען פֿון די פּרשיות טיף פֿאַרבונדן מיט זייער אינהאַלט. מע קאָן זאָגן, אַז די הײַנטיקע סדרה טראָגט דעם סאַמע אַבסטראַקטן נאָמען אין דער גאַנצער תּורה. דאָס וואָרט "עקבֿ" איז נישט אַ סובסטאַנטיוו אָדער אַ ווערב, נאָר אַ בינדוואָרט, וואָס מיינט "ווײַל" אָדער "ווי אַ רעזולטאַט פֿון".

ווי אַ המשך פֿון די צוויי פֿריִערדיקע פּרשיות אינעם חומש "דבֿרים", האָט משה רבינו ווײַטער געפֿירט זײַנע מוסר־דרשות און גערופֿן די ייִדן צו היטן די מיצוות און נישט צו טאָן קיין עבֿירות. ער האָט דערמאָנט דעם חטא פֿונעם גאָלדענעם קאַלב, דאָס מחלוקת פֿון קורח און אַנדערע אומגליקלעכע אינצידענטן.

מיט צוויי וואָכן צוריק, האָבן מיר באַטראַכט דעם אַלגעמיינעם לייטמאָטיוו פֿונעם גאַנצן חומש "דבֿרים". פֿון איין זײַט, איז ער פֿאַרבונדן מיט אַ נעגאַטיוון ענין — משה רבינוס טויט. פֿון דער צווייטער זײַט, ווײַזט דער דאָזיקער טייל פֿונעם חומש אָן, אַז אַ מענטש איז בכּוח צו דערגרייכן די גרויסע מדרגה פֿון דבֿקות מיט דעם אייבערשטן; צוליב דעם, זענען משהס אייגענע תּפֿילות און דרשות געוואָרן אַן אינטעגראַלער טייל פֿון דער תּורה־מן־השמים.

פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר
ביאַליסטאָקער ווײַבער טראָגן דעם טשאָלנט צום בעקערס אויוון אויף שבת, 1932

אַ מאָל האָט מען נישט באַטראַכט וואָס מע טוט אין דער קיך פֿון אַ ייִדישער היים ווי אַ טייל פֿונעם ייִדישן פֿאָלקלאָר. אָבער דאָס עסן, דאָס צוגרייטן די מאָלצײַטן און אַלץ וואָס האָט צו טאָן מיטן קאָכן, פֿאַרנעמט הײַנט אַן אָנגעזען אָרט צווישן די זשאַנערן פֿון פֿאָלקלאָר.

די "ייִוואָ־עטנאָגראַפֿישע קאָמיסיע" אין ווילנע האָט געזאַמלט וויצן, מעשׂהלעך און לידער, אָבער נישט קיין קאָך־רעצעפּטן, און דאָס איז טאַקע אַ גרויסער שאָד. די טראַדיציעס, פֿאַרבונדן מיט די מאכלים, האַלטן זיך אָן אין דער משפּחה לאַנג נאָך דעם ווי אַנדערע טראַדיציעס זענען שוין פֿאַרגעסן געוואָרן. דער צווייטער דור אַמעריקאַנער האָבן גיך אויפֿגעהערט צו רעדן ייִדיש, אַ צענטראַלער אַספּעקט פֿונעם אימיגראַנטישן לעבן, אָבער ווי די מאַמע אָדער באָבע האָט געמאַכט פֿלודן, געדענקט מען יאָ.

מע קען ברייט אויסטײַטשן דעם פֿאָלקלאָר פֿון קאָכערײַ, אויב מע זאָל אַרײַננעמען אין דער קאַטעגאָריע נישט נאָר די רעצעפּטן פֿון די מאַכלים, נאָר אויך ווי מע פֿירט זיך בײַם קאָכן, וועגן וואָס מע רעדט בײַם קאָכן, און אַפֿילו די קאָך־מכשירים וועלכע מע ניצט; צי דערציילט די מאַמע די זעלבע זכרונות וועגן איר מאַמען בײַם קאָכן ווערעניקעס? אַזאַ געוווינהייט קען מען אויך אָנרופֿן אַ טראַדיציע.

װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

דאָס יאָר האָט "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר", אָנגעפֿירט פֿון ד״ר אַלען בערן, טאַקע געהאַט דאָס געפֿיל פֿון אַן אַינטערנאַציאָלער פּראָגראַם. סטודענטן זענען געקומען פֿון האָלאַנד, עסטרײַך, פֿראַנקרײַך, אַמעריקע, לעטלאַנד, רוסלאַנד און אַוודאי דײַטשלאַנד. איך האָב גערעדט מיט פֿיר מענטשן פֿון פֿיר לענדער, מיט גאַנץ אַנדערע פּערזענלעכע געשיכטעס און אינטערעסן.


סאָניע גאַלאַנץ פֿון פֿילאַדעלפֿיע

סאָניע גאַלאַנץ איז נישט קיין פּנים־חדשות אויף דער ייִדישער גאַס. זי איז טאַקע פֿון די אַקטיווסטע ייִדישיסטן הײַנט בײַם ייִנגערן דור: ווען זי איז געווען אַ ביז־גראַדויִר־סטודענטקע אין שיקאַגער אוניווערסיטעט האָט זי אָרגאַניזירט אַ לאַנדישן "ייִדיש־סוף־וואָך" דורך דער אָרגאַניזאַציע "יוגנטרוף"; הײַנט, ווי אַ גראַדויִר־סטודענטקע אינעם "פּענסילווייניער אוניווערסיטעט" קאָאָרדינירט זי, צוזאַמען מיט דניאל שעכטער, דעם "ייִדיש־טיש". זי איז געקומען צום "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר" זיך צו באַטייליקן אין די וואַרשטאַטן פֿון געזאַנג, טענץ און דעם אַקאַדעמישן סימפּאָזיום אויף דער טעמע "אַשכּנז".

אַ געבוירענע אין ניו־יאָרק, וווינט הײַנט סאָניע גאַלאַנץ אין פֿילאַדעלפֿיע, וווּ זי גרייט זיך צו שרײַבן אַ דאָקטאָראַט אינעם אָפּטייל פֿון דײַטשע לימודים. די טעמע פֿון איר דאָקטאָר־אַרבעט האָט זי נאָך נישט באַשטעטיקט, אָבער זי דערציילט, אַז "איך בין נײַגעריק צו וויסן, צי עס זענען פֿאַראַן בשותּפֿותדיקע טעמעס צווישן די דײַטש־ייִדישע און ייִדישע ליטעראַטורן, בפֿרט וועגן פֿרויען." אויך אַ גאָר אַנדערע טעמע אינטערעסירט זי פֿאַרן דאָקטאָראַט — ווי אַזוי מע באַשרײַבט און באַניצט טענץ אין דער ייִדישער און דײַטש־ייִדישער ליטעראַטור.

פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
שלמה יודאָווין, אין שטעטל

צו זײַן אַ ייִד איז אַ שווער שטיקל פּרשה. מיר זײַנען פֿאַרזאָרגט מיט דער הייליקער תּורה, גמרא, כּלערליי הלכות וואָס דיקטירן אונדז ווי זיך צו פֿירן פֿון פֿרי ביז שפּעט; וואָס נישט צונויפֿמישן בעת דער אַכילה, מילכיקס און פֿליישיקס באַזונדער; קושן די מזוזה, מאַכן הקפֿות און גיין צו תּשליך, פֿירן די ייִנגעלעך אין חדר און דאַווענען דרײַ מאָל אַ טאָג, אויפֿשטיין צו חצות און באַוויינען דעם חורבן בית־המיקדש; נטילת־ידים, גיין אָנגעטאָן צניעותדיק און טראָגן באָרד און פּאות, מיט אַ קאַפּעלע און אַ שטרײַמל; עסן לאַטקעס און פּאָנטשקעס — חנוכּה, המן־טאַשן — פּורים, מצה — פּסח, און לייענען די הגדה; מילכיקס — שבֿועות, געפֿילטע פֿיש בײַם שבת־טיש, אַ קאַרפּנקאָפּ פֿאַרן טאַטן; קוויטלעך מיט פּדיון פֿאַרן רבין, זאָגן קדיש בײַ יזכּור, חופּה־וקידושין כּדת־משה־וישׂראל, ברית־מילה, צוגרייטן דעם בנוק צו בר־מיצווה, גיין אין מיקווה, צינדן שבת־ליכט, זינגען זמירות בײַם שבת־טיש, באַזאָרגן אָרעמע כּלות; געבן צדקה, און לאָמיר נישט פֿאַרגעסן די חבֿרה־קדישא פֿאַר דער קבֿורה... איר ווילט נאָך? אוי, יאָ; שיִער נישט פֿאַרגעסן — צוגרייטן פֿאַר זיך ווײַסע תּכריכים פֿאַר דער אייביקייט. דאָס הייסט, פֿאַר דער רגע וואָס משיח צדקנו באַווײַזט זיך אויף דער ליכטיקער שײַן. איך בין זיכער, אַז איך לאָז אויס טויזנט און איין נאַכט פֿון די הלכות און טראַדיציעס, מינהגים, דינים און ריטואַלן. איז זײַט מיר מוחל.

געווען אַ פֿאַל ווען אַ ייִד האָט זיך גענייט ווײַסע תּכריכים מיט כּשרן פֿאָדעם. געשען איז דאָס אין אַ קליין, פּיטשימאָנטשקעלע שטעטעלע ערגעץ וווּ אין מיזרח־אייראָפּע, וווּ ייִדן האָבן אָפּגעהיט אַלע מיצוות ווי ס׳געהערט צו זײַן. לאָמיך איבערטרײַבן אַ טשוטקעלע. די פֿאַרצײַטיקע ייִדן זײַנען אַלע געווען צדיקים, נבֿונים און גאָר אַ פֿרומע געהאָרכזאַמע עדה? מסתּמא טרײַב איך איבער.

ייִדיש־וועלט
יעוואַ ביידער מיט דער "לעקסיקאָן פֿון ייִדישע שרײַבער אין ראַטן־פֿאַרבאַנד"

לזכּרון דעם 12טן אויגוסט, די דאַטע ווען מע דערמאָנט דעם אומקום פֿון די ייִדישע שרײַבערס אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און די אונטערדריקונג פֿון דער דאָרטיקער ייִדישער קולטור, האָט מען, דעם 10טן אויגוסט 2011, אָפּגעהאַלטן אַ הזכּרה אינעם ייִוואָ, צוגעגרייט פֿונעם "ייִדישן קולטור־קאָנגרעס", בשותּפֿות מיטן "ייִוואָ" און דער "פֿאָרווערטס"־רעדאַקציע. די הזכּרה איז דאָס יאָר געווען אַנדערש פֿון אַנדערע יאָרן, ווײַל מע האָט פֿאַרעפֿנטלעכט דעם נײַעם "לעקסיקאָן פֿון ייִדישע שרײַבער אין ראַטן־פֿאַרבאַנד", צוזאַמענגעשטעלט פֿון חיים ביידער ע״ה, מיט דער רעדאַקציאָנעלער הילף פֿון באָריס סאַנדלער און גענאַדי עסטרײַך. עס האָבן אָנטיילגענומען אין דער פּראָגראַם: די זינגערס יעלענאַ שמולענזאָן און חיים וואָלף; דער דירעקטאָר פֿון ייִוואָ, יונתן ברענט און איציק גאָטעסמאַן פֿונעם "פֿאָרווערטס". שיין בייקער, דירעקטאָר פֿונעם "ייִדישן קולטור־קאָנגרעס", האָט געפֿירט דעם פֿאָרזיץ און רעציטירט לידער. באָריס סאַנדלער, דער "פֿאָרווערטס"־רעדאַקטאָר, האָט פּרעזענטירט דעם לעקסיקאָן צו יעווע ביידער, די אַלמנה פֿון חיים ביידער. מיר ברענגען ווײַטער אַ פֿראַגמענט פֿון איציק גאָטעסמאַנס רעדע וועגן דעם נײַעם לעקסיקאָן:

"ווען מיר קומען זיך צונויף יעדעס יאָר צו דערמאָנען די סאָוועטיש־ייִדישע שרײַבער, קינסטלער און כּלל־טוער, וועלכע זענען אומגעבראַכט געוואָרן דורך דעם סטאַליניסטישן רעזשים דעם 12טן אויגוסט 1952, האָבן מיר אויך אין זינען נישט נאָר די מער באַקאַנטע שרײַבער ווי דוד בערגעלסאָן, פּרץ מאַרקיש, איציק פֿעפֿער, וועלכע האָבן געליטן יענעם טאָג, נאָר די גאַנצע אונטערדריקונג פֿון דער ייִדישער קולטור, פֿון דער ייִדישער רעליגיע, פֿון ייִדישקייט אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד; אַ רישעותדיקע פּאָליטיק, וואָס האָט חרובֿ געמאַכט די לעבנס און חלומות פֿון מיליאָנען מענטשן.

פּובליציסטיק
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
בלומען־פּעדלערין אין יאַלטע

דעם 24סטן אויגוסט וועט מען אין אוקראַיִנע פֿײַערן (צי טרויערן) דעם טאָג פֿון אומאָפּהענגיקייט — מיט 20 יאָר צוריק האָט דער אוקראַיִנישער פּאַרלאַמענט אָנגענומען די דעקלאַראַציע, לויט וועלכער דאָס לאַנד האָט זיך אָפּגעטיילט פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. דעמאָלט טאַקע איז באַשלאָסן געוואָרן דורכצופֿירן אַ רעפֿערענדום, און דעם 1טן דעצעמבער 1991 האָבן 90 פּראָצענט אוקראַיִנער תּושבֿים געשטימט פֿאַר אומאָפּהענגיקייט, וועלכע איז אין קורצן געוואָרן אַ געאָפּאָליטישע רעאַלקייט. איצטיקע אויספֿרעגן ווײַזן, אַז אַ גרויסער — און אפֿשר אַפֿילו דער גרעסטער — טייל פֿון דער באַפֿעלקערונג וואָלט, אַ פּנים, געשטימט אַנדערש. די רעגירונג און די פּאַרלאַמענט-דעפּוטאַטן זעט דער עולם ווי אַ טייל פֿון דער מאַפֿיע, וועלכע לעבט אַ טאָג, בעת דער דורכשניטלעכער אַרבעטער מוז זיך געבן אַן עצה מיט אַ פּאָר הונדערט דאָלאַר אַ חודש.

איך בין נאָר וואָס געקומען פֿון אוקראַיִנע, וווּ איך האָב צום ערשטן מאָל אין צוואַנציק יאָר באַזוכט מײַן היימשטאָט, זאַפּאָריזשיע, און דערנאָך פֿאַרבראַכט אַ וואָך אין קרים. פֿון זאַפּאָריזשיע ביז קרים איז ניט ווײַט — אין גאַנצן זעקס שעה צו פֿאָרן מיט אַ באַן קיין סימפֿעראָפּאָל, וואָס איז די הויפּטשטאָט פֿון דער קרימער אויטאָנאָמער רעפּובליק — די איינציקע אַזאַ אויטאָנאָמיע אין אוקראַיִנע. אין קרים האָב איך געהאַט אַן אויטאָ און בין אַ סך אַרומגעפֿאָרן, בפֿרט נאָך, אַז קיין גרויסער ליבהאָבער פֿון זיצן לאַנג בײַם ים בין איך ניט.