- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
זײַט איר עס אַ מבֿין, ווי די צײַט טראָגט זיך, קייטלט יעדע זיבן מעת־לעתן אין וואָכן, צוועלף חדשים אין יאָרן. איך פּרוּוו זיי, די שוין פֿון לאַנג דורכגעלעבטע, אויפֿלעבן. העכער 80 קײַלעכדיקע יאָרצענדליק זײַנען פֿאַרבײַ און איך אַ באָרוועסער, מיט פֿאַרקאַטשעטע פּלודערן, אין דער באַגלייטונג פֿון אונדזער הונט, שאַריק, לאָז איך זיך ווידער אין סטעפּ, וואָס איז איבערגעפֿולט מיט דערקוויקנדיקער פֿרישקייט און שײַנענדיקער זון. ס’איז ניט צום פֿאַרגעסן די פּראַכטן פֿון פֿרילינגדיקער בליִונג, דעם גערוך פֿון די ערשטע קאָפּניעס היי, די האָריקע, נאָך גרינע קעפּעלעך פֿונעם קאָרנפֿעלד, דערנאָך די טיף־אײַנגעבויגענע צו דער ערד מעוברתדיקע זאַנגען. און אויפֿן גאָרטן: צעצוויטעטע זונרויזן, פֿאַרביקע מאָן־בלומען, און אויב שוין זיך האַלטן בײַ סעזאָנישקייט, וועט אַלץ וואָס פֿאַרזייט, זײַן שוין אַראָפּגענומען, און ס׳וועט קומען די צײַט פֿון ווילדן געיאָמער פֿון צעיושעטן ווינט אין קוימען, די ווינטערדיקע פֿרעסט און שניי־זאַווייען. איבערצולעבן דעם ווינטער איז געווען אַ באַשליק, אַן אָפּגעטראָגן שאָפֿנפּעלצל און צעקרישלטע, נאָר גאַנצע וואָליקעס. נאָך ביז דעם ווי ס’האָט זיך אָנגעהויבן די דורכויסיקע קאָלעקטיוויזאַציע און דאָס אייגן שטיק ערד איז אַריבער אין רשות פֿון דער מלוכה, האָבן די נעכטיקע שילער אָנגעהויבן פֿאַרלאָזן די ניט לאַנג צוריק דעראָבערטע היים. געלאָזט האָט מען זיך אין די שטעט, וווּ ס’זײַנען געווען ייִדישע טעכניקומען, אינסטיטוטן, אָדער אויף די אינדוסטריעלע בויונגען, וואָס זײַנען געווען צעוואָרפֿן איבער גאָר דעם לאַנד. |