געשיכטע, ייִדיש־וועלט
אַהרן לעוו, דער טאַטע פֿון מישע לעוו
אַהרן לעוו, דער טאַטע פֿון מישע לעוו

זײַט איר עס אַ מבֿין, ווי די צײַט טראָגט זיך, קייטלט יעדע זיבן מעת־לעתן אין וואָכן, צוועלף חדשים אין יאָרן. איך פּרוּוו זיי, די שוין פֿון לאַנג דורכגעלעבטע, אויפֿלעבן. העכער 80 קײַלעכדיקע יאָרצענדליק זײַנען פֿאַרבײַ און איך אַ באָרוועסער, מיט פֿאַרקאַטשעטע פּלודערן, אין דער באַגלייטונג פֿון אונדזער הונט, שאַריק, לאָז איך זיך ווידער אין סטעפּ, וואָס איז איבערגעפֿולט מיט דערקוויקנדיקער פֿרישקייט און שײַנענדיקער זון.

ס’איז ניט צום פֿאַרגעסן די פּראַכטן פֿון פֿרילינגדיקער בליִונג, דעם גערוך פֿון די ערשטע קאָפּניעס היי, די האָריקע, נאָך גרינע קעפּעלעך פֿונעם קאָרנפֿעלד, דערנאָך די טיף־אײַנגעבויגענע צו דער ערד מעוברתדיקע זאַנגען. און אויפֿן גאָרטן: צעצוויטעטע זונרויזן, פֿאַרביקע מאָן־בלומען, און אויב שוין זיך האַלטן בײַ סעזאָנישקייט, וועט אַלץ וואָס פֿאַרזייט, זײַן שוין אַראָפּגענומען, און ס׳וועט קומען די צײַט פֿון ווילדן געיאָמער פֿון צעיושעטן ווינט אין קוימען, די ווינטערדיקע פֿרעסט און שניי־זאַווייען. איבערצולעבן דעם ווינטער איז געווען אַ באַשליק, אַן אָפּגעטראָגן שאָפֿנפּעלצל און צעקרישלטע, נאָר גאַנצע וואָליקעס.

נאָך ביז דעם ווי ס’האָט זיך אָנגעהויבן די דורכויסיקע קאָלעקטיוויזאַציע און דאָס אייגן שטיק ערד איז אַריבער אין רשות פֿון דער מלוכה, האָבן די נעכטיקע שילער אָנגעהויבן פֿאַרלאָזן די ניט לאַנג צוריק דעראָבערטע היים. געלאָזט האָט מען זיך אין די שטעט, וווּ ס’זײַנען געווען ייִדישע טעכניקומען, אינסטיטוטן, אָדער אויף די אינדוסטריעלע בויונגען, וואָס זײַנען געווען צעוואָרפֿן איבער גאָר דעם לאַנד.

אין די זומער־קאַניקולן פֿלעגט מען זיך ווידער צונויפֿפֿאָרן און אָפֿט מיטברענגען מיט זיך חבֿרים, שטאָטישע געסט. אין די אָוונטן, ווען טאַטע־מאַמע שלאָפֿן שוין, איז מען אַרויס פֿון הויף און ביז די נאַכט סטײַעט, מעסט מען אַהין און צוריק די איינציקע לאַנגע גאַס פֿון ייִשובֿ. די אַמאָליקע קינדערשע קריגערײַען און געשלעגן זײַנען אויסגעמעקט. איצט איז מען אַ קאָמפּאַניע פֿאַרבענקטע, גוטע־ברידער. עמעצער טראָגט אַרויס אַ קאָרנברויט, באַשאָטן מיט קימל. אַ צווייטער — געקאָכטע פּאַפּשויען. ס’איז שטיל, אַז מע הערט ניט די אייגענע טריט. כאָטש ניין — אָט איז דורכגעלאָפֿן אַ שאָרך און גלײַך ניט געוואָרן. דער סטעפּ שווײַגט ניט, ווײַל אַ ווינטל האַלט דאָרט אין איין נישטערן און אין סטאַוואָק, וואָס איז אַרומגערינגלט מיט הויכן אָטשערעט, קוואַקען אָן אויפֿהער די זשאַבעס.

אַ גאַנצן טאָג האָט די תּמוז־זון געבראָטן און אַלץ אַרום האָט נאָך ניט באַוויזן אָפּגעקילט ווערן און פֿירעטשקע פּיקוס, די מאָרגנדיקע אַקושערקע, וואָס דערווײַל לערנט זי נאָך אין הײַסינער ייִדישן מעדיצינישן טעכניקום (אַ שטעטל אין וויניצער געגנט) קלאָגט זיך, כּלומרשט מיט אַ שטראָפֿנדיקן טאָן, אַז זי ווערט פֿאַרפֿרוירן. איר קאַוואַליר, סיאָמע (ליידער, קען איך זיך ניט דערמאָנען זײַן פֿאַמיליע) וואָס איז געגאַנגען בײַנאַנד מיט איר, האָט אַרויפֿגעלייגט זײַן האַנט אויף איר הוילן אַקסל און זי, מיט אַ שטעל, האַלט נאָך אין איין שרײַען: "קאַלט, קאַלט!"* צו הייס איז ניט דערגאַנגען, ווײַל כּמעט אין דער זעלבער רגע זײַנען זיי געסטײַעט.

דער שניט אין באָטווינאָ
דער שניט אין באָטווינאָ
Courtesy of the American Jewish Joint Distribution Committee

די ווײַטקייט פֿון יאָרן דאַרף אונדז ניט דערווײַטערן; ווײַל אַ רייד גייט וועגן בלוטיק־אייגענע. שרײַבסט וועגן זיך און פֿאַר איינס איז עס וועגן נאָך עמעצן. הײַנט, אויף אַ דיסטאַנץ פֿון אַריבער אַכציק יאָר, זע איך דיך, פֿירעטשקע, אַזאַ ווי געווען: אַ שטאַלטנע, אַ זינגעוודיקע, אַ טאַנצנדיקע, מיט אַ ביליקער בײַטש קאָרעלן אויפֿן האַלדז. ניט מער ווי דרײַסיק יאָר ביסטו אַלט געווען, ווען אַ היטלעראָוועץ האָט דיך און דײַנע צוויי מיידעלעך דערמאָרדעט. איז ווי זאָל מען דיך ניט דערמאָנען? איז ברענט אַ ליכט אין מײַן זכּרון.

אַ גאַסט פֿון קיִעוו, וואָס רעדט אויך אַ גוטן ייִדיש, בעט זיך בײַ די ייִשובֿניקעס: "און איצט דאָס וואָס איך האָב ליב; די קרענעצע", און עמעצער פֿאַרציט:

דאָרט, וווּ גראָזן זײַנען נאַסער,

שטייט אַ קרענעצע פֿאַרטראַכט,

קומען מיידלעך שעפּן וואַסער

מיט די עמער אַלע נאַכט.

צי דערפֿאַר, ווײַל די צווייטע קרענעצע, מיט איר שטאַרטשענדיקן זשוראַוול, איז אויף אַן אמת געשטאַנען, ווי אַ פֿאַרטראַכטע, און די גראָזן אַרום איר זײַנען טאַקע געווען נאַס פֿון טוי, צי אפֿשר דערפֿאַר, ווײַל די מיידלעך פֿלעגן ערשט צום סוף פֿון דער הוליאַנקע זיך כאַפּן, אַז מע האָט זיי פֿאַר נאַכט געשיקט נאָך וואַסער, איז דאָס ליד פֿאַר אונדז געווען ניט נאָר אַ ליד, וואָס אַ דיכטער האָט אָנגעשריבן, נאָר עפּעס לעבעדיקס, צאַפּלדיקס, וואָס קומט פֿון דער נשמה.

און מיינט ניט, אַז דאָס רעדט זיך נאָר. אַזוי פֿלעגט טאַקע זײַן. פֿאַרן צעגיין זיך האָבן מיר, באַרוישטע פֿון גליק, זיך געלאָזט צו דער קרענעצע. און דער זשוראַוול פֿלעגט לאַנגזאַם מיט אַ גרילצנדיקן קרעכץ זיך אַראָפּלאָזן אַלץ טיפֿער און טיפֿער. דערנאָך פֿלעגט ער מיט שוין אַ געשטילטן גרילץ שלעפּן דעם הילצערנעם עמער צוריק אין דער הייך.

ערשט געטומלט, זיך אָנגערעדט, זיך אָנגעלאַכט און בײַ עמעצן פֿון די פּאָרלעך האָט דערצו אַ האַנט פֿאַרבלאָנדזשעט נידעריקער פֿון מיידלס האַלדז און אויב שוין אַזוי ווײַט פֿאַרקראָכן, דאַרף מען זיך פֿאַרענטפֿערן ניט מיט קיין לופֿטקוש, נאָר מיט אַזאַ וואָס לאָזט אַ צייכן אויף ניט אויסבאַהאַלטן. טאַקע ערשט געווען, נאָר צו זיך אין הויף גייט מען אַרײַן ווי ניונקעלעך: שאַ־שטיל. הכנעהדיק. קלאַפּן אין פֿענצטער מע זאָל אין שטוב אַרײַנלאָזן, דאַרף מען ניט. דעם פֿולן, טריפֿנדיקן עמער שטעלסטו אַוועק בײַ דער טיר, שטופּסט אָפּ פֿון זיך ביידע הינט, שאַריקן און טשעמבערלענען און אַליין טוסטו זיך מיט אַ גענעץ אַ וואָרף אין סטויג שמעקנדיקן היי און אין רגעס אַרום ביסטו שוין ניט בײַ זיך אין די הענט. דו שלאָפֿסט.


מײַן מאַמע, אונדזערע מאַמעס...

ביז הײַנט ליגט מיר אין זינען דער ערשטער פֿאַרזיי אויף דער צעלינאַ, דער געשלעג אויף דער מעזשע, פֿאַר מײַנע אויגן שטייט דאָס בולאַנע לאָשעקל מיטן ווײַסן פֿלעק אויפֿן שטערן, דער בײַנאַכטיקער סטעפּ, וווּ מיר פֿלעגן פּאַשען די פֿערד, דאָס דעמבל בײַם גאָרטן, וואָס האָט ניט געוואָלט זיך ציִען אין דער הייך. דאַן האָב איך נאָך ניט געוווּסט, אַז שטאַרקע ביימער וואַקסן זייער פּאַמעלעך. זיי דאַרפֿן פֿריִער לאָזן טיפֿע וואָרצלען, דערקלײַבן זיך צו נידעריקע קוואַלן — דאַן איז עס געווען אונדזער היים און אַ היים לאָזט זיך ניט אויסמעקן.


* * *

ניט זיך, ניט עמעצן ווילט זיך דיר פֿאַרשאַפֿן ליידן. געוויס איז בעסער דערציילן וועגן לעבנס־פֿאַרגעניגנס, מאָלן וואָס מער אין אַ העלער שײַן, נאָר גיי שרײַ חי־וקים, אויב מײַן זכרונות־אָפּקלײַב ציט מיך אין אַן אַנדער זײַט, אין אַ פֿאַרקערטער. אָט גיי, באַנעם הײַנט, פֿון וואָס דאַן האָט לאַנג געקענט ביטער זײַן אויפֿן האַרצן. מײַן שוועסטער האָט, זעט אויס, מער ניט געהאַט מיט וואָס זיך צו באַרימען, האָט זי אַ זאָג געטאָן, אַז יום־כּיפּור האָט זי אַ גאַנצן מעת־לעת געפֿאַסט, ווײַל זי גלייבט, אַז אין דעם טאָג ווערט אין הימל באַשלאָסן דער גורל פֿון יעדן איינעם אין משך פֿון נײַעם יאָר.

אויף אַן אמתן האָט זי ניט געפֿאַסט און ניט געגלייבט, נאָר פֿון קאָמיוג האָט מען זי אויסגעשלאָסן, דערנאָך באַגנעדיקט און איבערגעלאָזט אַ שטרענגן אויסרייד מיט אַ וואָרענונג. זי איז שוין געווען אַ מאַמע, איר מאַן איז געווען אַ גרענעצלער און לויט די אָנגענומענע סטאַנדאַרטן פֿאַר אַ כאַראַקטעריסטיק, איז דער שטרענגער אויסרייד איר נאָכגעגאַנגען און ניט ווייניק געשטערט.

מיטגלידער פֿונעם
מיטגלידער פֿונעם
Courtesy of the American Jewish Joint Distribution Committee

די צײַט ווען אַ ייִדישער פּויער פֿלעגט אײַנשפּאַנען די פֿערד אין וואָגן און זיך לאָזן אין דער נאָענטער שטאָט, ניקאָפּאָל, און אויפֿן מאַרק פֿאַרקויפֿן אַ זאַק קאַרטאָפֿל, אַ ביסל מעל, בוימל, פּוטער, אייער און דערנאָך ווידער זיך געדונגען, כּדי אײַנהאַנדלען מציאות, איז פֿאַרבײַ. דאָס הויכע פֿעסעלע אויסצואַרבעטן פּוטער, האָט מער ניט געטויגט. אויפֿן בוידעם האָט מען עס פֿאַררוקט. דאָס פֿולע מעלקשעפֿל מיט מילך האָט מען באַדאַרפֿט אַליין אָפּטראָגן אין עק דאָרף, וווּ ס’איז געווען אײַנגעשטעלט אַ סעפּאַראַטאָר. אַזאַ מאַשינדל פֿלעגט פֿאַר געציילטע מינוטן אַראָפּנעמען דעם שמאַנט פֿון דער מילך, דאָס פֿעטע האָט געהערט צו דער מלוכה און די פֿאַרבליבענע פֿאַרווײַסטע וואַסער, האָט מען געקענט צוריק נעמען.

דאָס פֿאָרן אויפֿן מאַרק האָט זיך מיר פֿאַרגעדענקט נאָך דערפֿאַר ווײַל איין מאָל, גרייטנדיק זיך אין וועג, האָט דער טאַטע גענומען פֿאַרריכטן דאָס געשפּאַן. בײַם אַרויסציִען פֿון אַ שטיק האַרטן לעדער די אָל האָט ער געטראָפֿן זיך אין אויג. ערגעץ נאָענט אַ דאָקטער צי אַפֿילו אַ פֿעלדשער איז געווען ניט צום אויסזוכן. איז וואָס האָט מען געקענט טאָן? קאַלטע צונעכעסטסן ווען אַלע פּאַפּירן זײַנען שוין געווען גרייט און ער האָט אָנגעטראָפֿן אין געגנטלעכן שפּיטאָל איז שוין געווען שפּעט. אַזוי איז ער פֿאַרבליבן מיט אַ גלעזערן אויג.

און נאָך אַ מער פֿריִערדיקע דערמאָנונג, וואָס איז פֿאַרבונדן מיטן טאַטנס פֿאָרן אויפֿן מאַרק. דאַן איז עס געווען אַ נאָווענע. בײַ פֿערציק קילאָמעטער נאָר אין איין זײַט און זייער אַ הויכן באַרג אין מיטן וועג. ס’איז דאָנערשטיק. דאָס ווייס איך אויף זיכער. אויב דער אָוונט איז צוגעפֿאַלן און דער טאַטע האָט זיך נאָך פֿון מאַרק ניט אומגעקערט. שטיי איך בײַם פֿענצטער און האַלט אין איין בלאָזן אויף די קווייטן, וואָס דער פֿראָסט האָט אָנגעמאָלט, ביז אויף דער שויב באַווײַזט זיך אַ קײַלעכדיק "אייגל". אַז עס זאָל אויף ווידער ניט פֿאַרפֿרוירן ווערן, וויש איך עס אָן אויפֿהער מיטן פֿינגער. דורך אָט דעם פּיצינקן פֿענצטערל, וואָס האָט אַרויסגעקוקט אין דער פֿינצטערער אָוונטיקער וועלט אַרײַן האָב איך לאַנג נאָכגעשפּירט, ווי לאַנגזאַם עס דרייען זיך אין דער לופֿט די שנייעלעך און לייגן זיך מיד אויפֿן שכנס דאַך, אויף דער הויכער סקירדע היי בײַ אונדז אין הויף, אויף דער פֿאַרפֿרוירענער, שוין צוגעדעקטער ערד.

אַ מאַמע און איר טאָכטער קאָכן אין אַ דערווײַליקן הויז, ביז מע וועט אויפֿבויען זייער שטענדיקע היים, קריוווי ראָג ראַיאָן.
אַ מאַמע און איר טאָכטער קאָכן אין אַ דערווײַליקן הויז, ביז מע וועט אויפֿבויען זייער שטענדיקע היים, קריוווי ראָג ראַיאָן.
Courtesy of the American Jewish Joint Distribution Committee

ווײַסע פּאַלמעס אויף די אָנגעפּעלצטע שויבן, קרישטאָלענע שטערנדלעך... איך פֿלעג פֿאַרגעסן צוליב וואָס איך קוק אַרויס אין פֿענצטער. די מאַמע פֿלעגט מיר דערמאָנען:

— דו הערסט? עס סקריפּעט דאָרט. ס’איז אונדזער שליטן אָדער דער ווינט?

— דער ווינט קוויטשעט, מאַמע.

שפּאַנט זי ווידער אום פֿון ווינקל צו ווינקל, לייגט אַוועק דעם פֿלעדערוויש, מיט וועלכן זי האָט געפּרוּווט אויספּוצן דעם דלות. זי ברעכט די פֿינגער און שעלט דעם רוצח, דעם פֿראָסט, וואָס רוקט דינע שפּיזלען אין לײַב. דעם ווילדן ווינט, וואָס האָט, זעט אויס, בײַם טאַטן פֿון אונטער דער נאָז צוגעגנבֿעט דעם פֿאַרשנייטן וועג. איר אומרו פֿלעגט זיך איבערגעבן מיר, און ווײַל מײַן קינדערשע פֿאַנטאַזיע האָט קיין גרענעץ ניט געהאַט, פֿלעג איך זיך אויסמאָלן איין בילד שרעקלעכער פֿאַרן צווייטן. אָט שלאָג איך זיך מיטן קריִעדיקן ווינט, וואָס טראָגט זיך מיר אַנטקעגן מיט אַ גוזמהדיקן רעש, וואַרף אים צוריק דעם שטעכיקן שניי, שטעל אָפּ דעם ווײַסן שטויב, וואָס ער טראָגט, און אָט דערזע איך — ניט דעם טאַטן, ווי ער שפּאַנט אין די גרויסע יוכטענע שטיוול, — ניין, איך דערזע זײַן נאָז, וועלכע וועט אָט־אָט פֿאַרפֿרוירן ווערן, ווײַל דער ווינט, דער רצחן, האָט צוגעגנבֿעט דעם וועג. אַ דערשראָקענער טרעט איך אָפּ פֿון פֿענצטער און קלאַמער זיך אײַן אין דער מאַמען.

דאָס איז ניט נאָר פֿון אָנגעהערטע פֿאַנטאַסטישע מעשׂיות, מיט צרות אָן אַ שיעור, נאָר איך בין פּשוט קראַנק. איך ברען פֿון היץ.

— וויי איז מיר, — שרײַט זי מיט נאָך מער מורא אין די אויגן, — ווער האָט עס אָנגעשראָקן דאָס קינד? באַלד פֿאַרלעש איך דאָס קאַנעצל און צינד אָן דעם הענגלאָמפּ.

מײַן שטענדיק פֿאַריאָגטע מאַמע, וואָס ווייסט יעדעס פּינטעלע אויף מײַן לײַב, באַטראַכט מיך, ווי זי וואָלט וועלן געפֿינען דאָס אָרט פֿון וואַנען עס שפּאַרט די היץ און די שרעק. זי דעקט מיך אײַן. צו מײַן שטערן לייגט זי צו ריפֿטלעך קאַלטע, רויע קאַרטאָפֿל. אין אַלע אַנדערע אירע זאָרגן, האָט זי איצט פֿאַרגעסן

מײַן מאַמע.

אונדזערע מאַמעס...


"איז איינס אַ דערפֿעלע פֿאַרזונקען..."

די קוואָטשקעס האָבן ווי פֿריִער געקוואָקעט, נאָר אייער, כּדי אויספֿילן דעם צוגעשטעלטן פֿעסטן פּלאַן, האָט ניט געקלעקט. קוים אַזוי, האָט מען אין דער קראָם ניט געקענט אײַנקויפֿן קיין נייטיקע זאַכן — זייף, צוקער, טיי, ווער רעדט שוין פֿון אַ פּאָר גרעט, אָנטועכץ.

ס’הייסט, וואָס פּוטער, וואָס אייער? די ערד, פֿערד און וואָגן, אַלע נייטיקע לאַנדווירטשֿאַפֿטלעכע מאַשינען זײַנען שוין געווען ניט אין די אייגענע הענט. — קאָלעקטיוויזאַציע!

פּריוואַט־אייגנטום איז געוואָרן שותּפֿות־אייגנטום מיט אַן אַלמעכטיקן באַלעבאָס איבער זיך — די מלוכה. געווען אַזוינע וואָס זײַנען גרייט געווען אַוועקפֿאָרן, נאָר פּויערים האָט מען קיין פּאַספּאָרטן ניט אַרויסגעגעבן און אָן אַ שטענדיקער רעגיסטראַציע אין פּאַספּאָרט האָט מען אין אַ שטאָט ניט געקענט וווינען. און ווען אַפֿילו יאָ, איז ווער וועט זיי באַזאָרגן מיט אַ וווינונג, מיט אַרבעט?

די יונגע, וואָס זײַנען זיך צעפֿאָרן, האָבן זיך נאָך ווי ניט איז, אײַנגעאָרדנט. דאָס אײַנגעזאַפּטע אין זיך ספּעציפֿיש ייִדיש לעבן און דערציִונג איז בײַ דער מערהייט ניט אַנטרונען. זאָל זײַן אַפֿילו ניט מער ווי אײַנגעוואָרצלטע געוווינשאַפֿטן. בײַ זייערע פֿאַרבליבענע עלטערן איז די איינזאַמקייט געוואַקסן. געוואָרן וואָס מער געדיכטער, שווערער. איך ווייס עס, ווײַל פֿון זיבן קינדער בין איך, דער קלענסטער, דערווײַל נאָך פֿאַרבליבן אַ היגער.

ווי מאָדנע דאָס זאָל ניט אויסזען, נאָר דער פֿאַרלוסט פֿון די סאַמע אַרבעטספֿעיִקע האָט זיך אויף די גערעטענישן פֿון די קערנער־געוויקסן ניט אָפּגערופֿן. די קאָלווירטן האָט מען בעסער באַזאָרגט מיט טראַקטאָרן, קאָמבײַנען. די מעכאַניזאַטאָרן האָבן באַקומען באַצאָלטס און ניט פֿאַרשריבענע אַרבעטסטעג, וואָס אָפֿטער האָבן זיי קיין שום ווערט ניט געהאַט.

וואָס שייך צוואַנג־אַסימילאַציע, האָט זיך נאָך דאַן אַזוינס ניט געוואָרפֿן אין די אויגן. און ניט נאָר אין אונדזער נאַציאָנאַלן ראַיאָן. ס’איז אויפֿן געדאַנק ניט געקומען, אַז אין אַ וועלכע ניט עטלעכע יאָר אַרום וועט מען אָנהייבן פֿאַרפֿאָלגן אַלץ וואָס ייִדיש איז. דאַן זײַנען נאָך אין אוקראַיִנע געווען בײַ 50 געריכטן און 150 אָרטיקע סאָוועטן, וווּ אַלץ האָט זיך געפֿירט אויף ייִדיש. בײַ 800 ייִדישע שולן, 20 אינדוסטריעלע טעכניקומען, 5 לאַנדווירטשאַפֿטלעכע, 3 פּעדאַגאָגישע (אויך אין סטאַלינדאָרף איז געווען אַ פּעדאַגאָגישער טעכניקום). ס’זײַנען דערשינען 24 ייִדישע צײַטונגען, 3 ליטעראַרישע זשורנאַלן. ס’האָבן פֿונקציאָנירט די ייִדישע טעאַטערס און הונדערטער, אויב ניט קיין טויזנטער קרײַזן, כּדי צו ליקווידירן דעם אַנאַלפֿאַבעטיזם (רישעות האָט דערווײַל די מאַכט אַרויסגעוויזן צו אָנהענגער פֿון ציוניזם און רבנים).

צו אונדז פֿלעגן אָפֿט קומען שרײַבער. אויפֿגענומען האָט מען זיי זייער גוט. געדאַכט האָט זיך, אַז פֿון זיי שפּרודלט ניט נאָר מיט טאַלאַנט, נאָר מיט חכמה, מוט, וויץ; אַז שיִער ניט אַלע זײַנען זיי געוועבט פֿון גוטסקייט. פֿלעגט אַ ייִדישער שרײַבער בײַ עמעצן איבערנעכטיקן, פֿלעגט זיך דערנאָך דער באַלעבאָס גרויסן דערמיט. מיר אַליין פֿלעגן דורכפֿירן ליטעראַרישע אָוונטן. די לערערין פֿלעגט צו ערשט נעמען אַ וואָרט און דערנאָך מיר, אירע שילער. איינעם אַזאַ אָוונט באַשרײַב איך אַזוי:

...אַ 30־גראַד פֿראָסט. אויב נישט מער, מיט אַ קרירהדיקן ווינט, וואָס בלאָזט פֿון אַלע זײַטן. אַן איינזאַמער ייִשובֿ אין אומענדלעכן שניי־סטעפּ. אין אַלע דאָרפֿישע שטיבער וווינען ייִדן־איבערוואַנדערער, צו 6, 8 און אַפֿילו 10 מענטשן אין אַ משפּחה. אין איין שטוב איז בײַ טאָג אַ שול און אין די אָוונטן אַ קלוב מיט אַ ביבליאָטעק.

זיצט מען אין די פּעלצן, און פּוישטן, און מען הערט, ווי קינדער דעקלאַמירן לידער פֿון אָשר שוואַרצמאַן, דוד האָפֿשטיין, פּרץ מאַרקיש, לייב קוויטקאָ און זאָל עס אײַך נישט חידושן, נאָר אויך פֿון לייוויקן, מאַני לייבן. אין די לערנביכער זײַנען דאַן נאָך געווען אײַנגעשלאָסן אויך זייערע לידער.

איך האָב געלייענט האָפֿשטיינס "אין ווינטער־פֿאַרנאַכטן". אָפּגעשטעלט און פֿאַרגרוזנעט האָב איך זיך שוין נאָך דער דריטער שורה. אָט הערט:

דאָרט איבער שטעט האָט שוין געקלונגען

פֿון שפּיץ פֿון טורעם אי איינס, אי צוויי

אין תּהום פֿון נאַכט, אין לאַנד פֿון שניי

לכתּחילה, איז געווען שאַ־שטיל און דערנאָך האָבן עטלעכע מענטשן מיט אַ מאָל אונטערגעזאָגט:

איז איינס אַ דערפֿעלע פֿאַרזונקען...

איך דערצייל עס, כּדי דערמאָנען ווי גוט מען האָט דאַן געוווּסט די ווערק פֿון ייִדישע שרײַבער, באַזונדערס פּאָעזיע. אונדזערע ערשטראַנגיקע ייִדישע דיכטער זײַנען געווען באַוווּסט נישט ווייניקער, ווי די הײַנטיקע קינאָ־שטערן. דערצו נאָך זײַנען, אין דעם פֿאַל, אָט די קאָנקרעטע מאָלעריש־קרעפֿטיקע לירישע שילדערונגען פֿאַר דעם עולם געווען מער ווי שכניש נאָענט. זיי האָבן דיכטעריש אָפּגעשפּיגלט דאָס, וואָס מ’האָט געזען פֿון יענער זײַט פֿאַרקאָוועטן מיט אײַז פֿענצטער.

און פֿאַרוואָס ניט דערמאָנען, אַז די בעסטע ווערק פֿון דער רוסישער און מערבֿ־אייראָפּעיִשער קינסטלערישער ליטעראַטור, ווי אויך וויכטיקע פּאָפּולער־וויסנשאַפֿטלעכע אַרבעטן זײַנען געווען איבערגעזעצט אין ייִדיש. ווינטער, בײַ אַ קאַנעץ, פֿאַרקלײַבסטו זיך אויפֿן אָנגעהייצטן אויוון און ביז שפּעט אין נאַכט לייענסטו ווײַט ניט קיין קינדערשע מעשׂיות. לייענסט מיט אַ געלעכטער, מיט אַ ציטער, אַ טרער און אפֿשר טאַקע דערפֿאַר האָט זיך פֿיל פֿון געלייענטן ביז הײַנט פֿאַרגעדענקט.

נאָך געדענקט זיך מיר ווי אונדזער קינדער־כאָר איז אַרויסגעטראָטן אין שכנותדיקן אוקראַיִנישן דאָרף, אין אַ דײַטשישער קאָלאָניע, און ווי וואַרעם מע האָט אונדז אויפֿגענומען. דאַן האָט זיך געקענט דאַכטן: פֿעלקער־פֿרײַנדשאַפֿט אויף אייביק, פֿון דור צו דור בירושה. אייניקע פֿון די וואָס האָבן אונדז אַפּלאָדירט, האָבן זייער גיך געשלאָסן אַחדות מיט די וואָס האָבן געהרגעט ייִדן. דאָס איז געשען אין יאָרן אַרום און ביטערע צײַטן זײַנען שוין די שוועל אַריבערגעטראָטן.

די וואָס ווילן פֿון קיין שלעכטס ניט הערן, קענען אַ קלער טאָן, אַז ס’איז גאָרניט אַזוי גוט, ווען מע פֿאַרמאָגט אַ גוטן זכּרון. מיינט ניט, איך אַליין ווייס עס. אַוודאי, דאַרפֿט איר ניט טראָגן דעם האָרב פֿון פֿאָריקע דורות, נאָר כאָטש וויסן דאַרף מען. איז נאָך אַ שפּליטער, וואָס יאָמערט אין מײַן זכּרון:


הונגער־יאָרן

דאָס וואָס איך בין אַרויס פֿון פֿינף דײַטשישע לאַגערן אַ לעבעדיקער איז אַ גרויסער נס. מיט דעם וויל איך זאָגן, אַז וואָס שייך הונגער, בין איך שוין מער ווי אַ געפּרוּווטער. לאַנג־דויערנדיקער, שווערער הונגער, ווען מיט יעדן טאָג ווערסטו מער אָפּגעשוואַכט, לאָזט זיך ניט מעסטן, ניט וועגן. ס’איז קוים וואָס די נשמה האַלט זיך, עס נאָגט דאָס האַרץ, מע טשאַכנעט, פֿאַרוויסטע פּנימער, ער באַהערשט די מוחות און לאָזט זיך ניט נעמען אין די הענט. הונגער קען צו אַלץ דערפֿירן. ביז הוילע ביינער, ביז טויט.

מיט אָנדערטהאַלבן יאָר צוריק האָט די אוקראַיִנישע רעגירונג אָפֿיציעל געמאָלדן, אַז אין די יאָרן 1932—1933 האָט דער הונגער־מאָרד אין דער רעפּובליק אָפּגעטויט 3,941,000 מענטשן. און אַז אַלץ איז פֿון פֿריִער פֿאַרקלערט געוואָרן מצד דער סאָוועטישער רעגירונג, מצד סטאַלינען.

"אונדזער ראַיאָן האָט אָפּגעגליקט". נאָך דעם ווי דער סטעפּ איז באַלעבט געוואָרן האָבן מיר באַקומען די ערע געקרוינט צו ווערן מיט סטאַלינס נאָמען. דאָס, האָט מען אונדז געהאַלטן אין איין אײַנרעדן, פֿאַרפֿליכטעט פֿון די ערשטע אין דער געגנט צו סאַלוטירן וועגן פֿאַרטערמיניקע אויספֿילונגען און דער עיקר איבעראויספֿילונגען פֿון ברויט־פֿאַרגרייטונגען. אָט איז זי די הויפּט־צרה, פֿאַרוואָס צו אונדז איז דער הונגער געקומען מיט אַ יאָר פֿריִער, אין 1931. דאַן איז נאָך פֿון פֿריִער קלאָר געווען, אַז דעם פּלאַן פֿון ברויט־פֿאַרגרייטונג איז ניט מעגלעך אויסצופֿילן. מע האָט אָפּגעגעבן די בעסטע קערנער פֿון דעם געוויינטלעך אומבאַרירלעכן פֿאַרזיי־פֿאָנד, די פֿאַרגרייטע האָדיווליע, די פֿיטער־באַזע פֿאַרן פֿי, צוריק אַרויסגעפֿאָדערט אַ היפּשע צאָל תּבֿואה־קולטורן, וואָס מע האָט אַרויסגעגעבן פֿאַר די אַרבעטסטעג.

ניט די מענטשן, נאָר פֿערד און בהמות האָבן זיך די ערשטע אונטערגעגעבן. ביז וואַנען די ערד איז ניט פֿאַרפֿרוירן געוואָרן און דער שניי האָט זי ניט צוגעדעקט, האָבן זיי אין פֿעלד נאָך געקענט עפּעס אויסזוכן, וואָס אין מויל נעמען. איין מאָל אין מעת־לעת פֿלעגט מען זיי פֿאַרמישן אָנגעשניטענע קליינע שטיקלעך שטרוי. סיטשקע, האָט עס בײַ אונדז געהייסן, נאָר אָן קלײַען, אָן האָבער האָט עס קיין שטאַרקייט ניט צוגעגעבן.

ס’איז דערגאַנגען צו דעם, אַז די הויז־פֿי האָבן שוין אַליין אויפֿשטיין ניט געקענט. מיט רימענס, שטריק, צוגעבונדענע צו די קראָקוועס, האָט מען זיי געמוזט העלפֿן אויפֿשטיין אויף די פֿיס און ניט לאָזן צוריק פֿאַלן. צו זייערע היפֿטן זײַנען צוגעשטאַנען און פֿאַרפֿרוירן געוואָרן שטיקער גנאָי. אין דער פֿעל — קאָלטענעס אָדער גאָר אויסגעקראָכענע האָר. קוילען אַ בהמה, ביז זי איז נאָך אַליין ניט אויסגעגאַנגען פֿון הונגער, איז געווען שטרענג פֿאַרבאָטן. בײַ אַ פּויער, ווען ער זאָל אַפֿילו אַליין זאַט זײַן, ווערט פֿון אַזאַ בילד אוי, ווי ביטער אויפֿן האַרצן.