װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

דאָס יאָר האָט "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר", אָנגעפֿירט פֿון ד״ר אַלען בערן, טאַקע געהאַט דאָס געפֿיל פֿון אַן אַינטערנאַציאָלער פּראָגראַם. סטודענטן זענען געקומען פֿון האָלאַנד, עסטרײַך, פֿראַנקרײַך, אַמעריקע, לעטלאַנד, רוסלאַנד און אַוודאי דײַטשלאַנד. איך האָב גערעדט מיט פֿיר מענטשן פֿון פֿיר לענדער, מיט גאַנץ אַנדערע פּערזענלעכע געשיכטעס און אינטערעסן.


סאָניע גאַלאַנץ פֿון פֿילאַדעלפֿיע

סאָניע גאַלאַנץ איז נישט קיין פּנים־חדשות אויף דער ייִדישער גאַס. זי איז טאַקע פֿון די אַקטיווסטע ייִדישיסטן הײַנט בײַם ייִנגערן דור: ווען זי איז געווען אַ ביז־גראַדויִר־סטודענטקע אין שיקאַגער אוניווערסיטעט האָט זי אָרגאַניזירט אַ לאַנדישן "ייִדיש־סוף־וואָך" דורך דער אָרגאַניזאַציע "יוגנטרוף"; הײַנט, ווי אַ גראַדויִר־סטודענטקע אינעם "פּענסילווייניער אוניווערסיטעט" קאָאָרדינירט זי, צוזאַמען מיט דניאל שעכטער, דעם "ייִדיש־טיש". זי איז געקומען צום "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר" זיך צו באַטייליקן אין די וואַרשטאַטן פֿון געזאַנג, טענץ און דעם אַקאַדעמישן סימפּאָזיום אויף דער טעמע "אַשכּנז".

אַ געבוירענע אין ניו־יאָרק, וווינט הײַנט סאָניע גאַלאַנץ אין פֿילאַדעלפֿיע, וווּ זי גרייט זיך צו שרײַבן אַ דאָקטאָראַט אינעם אָפּטייל פֿון דײַטשע לימודים. די טעמע פֿון איר דאָקטאָר־אַרבעט האָט זי נאָך נישט באַשטעטיקט, אָבער זי דערציילט, אַז "איך בין נײַגעריק צו וויסן, צי עס זענען פֿאַראַן בשותּפֿותדיקע טעמעס צווישן די דײַטש־ייִדישע און ייִדישע ליטעראַטורן, בפֿרט וועגן פֿרויען." אויך אַ גאָר אַנדערע טעמע אינטערעסירט זי פֿאַרן דאָקטאָראַט — ווי אַזוי מע באַשרײַבט און באַניצט טענץ אין דער ייִדישער און דײַטש־ייִדישער ליטעראַטור.

אינעם "ייִדישן ביכער־צענטער" אין אַמהערסט, האָט זי, צום ערשטן מאָל, זיך געלערנט ייִדיש און דערנאָך ווײַטער שטודירט די שפּראַך מיט פּראָפֿ’ יאַן שוואַרץ אין "שיקאַגער אוניווערסיטעט" און אין דער "ייִוואָ"־זומער־פּראָגראַם. אין דײַטשלאַנד האָט זי שטודירט ייִדישע לימודים מיט פּראָפֿ׳ מאַריאַן אַפּטרוט אין דיסלדאָרף.

"אין מיטלשול האָב איך אויסגעקליבן דײַטש ווי אַ קורס, ווײַל איך האָב שוין דעמאָלט געוואָלט זיך לערנען ייִדיש, אָבער כ’האָב נישט געהאַט די געלעגנהייט. איך האָף צו ווערן אַ לערערין פֿון ייִדיש, ווי אויך פֿון דײַטש און דעם זומער גרייט איך צו מאַטעריאַלן וועגן דער הײַנטיקער ייִדישער קולטור פֿאַר די ייִדיש־קלאַסן אין ׳פּען׳."

"מײַן עלטער־עלטער־עלטער־פֿעטער פֿון ווײַסרוסלאַנד, האָט מיך געמוטיקט, ווען איך בין געווען 14 יאָר אַלט, אַז איך זאָל זיך לערנען ייִדיש; און ווען איך האָב זיך פֿאַראינטערעסירט אין מײַן משפּחה־בוים — אין גענעאָלאָגיע — האָט זײַן עצה געמאַכט אַ רושם אויף מיר", זאָגט זי.

אַזוי ווי סאָניע באַזוכט פֿאַרשיידענע ייִדישע קולטור־פֿעסטיוואַלן און אונטערנעמונגען, האָב איך זי געפֿרעגט מיט וואָס שיידט זיך אונטער "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר"? איר ענטפֿער — "אַזאַ אינטענסיווע פּראָגראַם וועגן דער ייִדישער קולטור קען מען אין ערגעץ נישט געפֿינען. מע קען זיך אַ סך לערנען און ס’איז טאַקע אינטערנאַציאָנאַל. אַמעריקאַנער מיינען, אַז ייִדיש איז נאָר אינטערעסאַנט פֿאַר ייִדן, אָבער מע קען זײַן שטאָלץ מיט דעם, וואָס אַנדערע מענטשן, ניט־ייִדן, זענען אַרײַנגעטאָן אין מאַמע־לשון."


דינה גידאָן פֿון רוסלאַנד

דינה גידאָן איז געבוירן געוואָרן אין פּעטערבורג און וווינט דאָרט עד־היום. עטלעכע מאָל האָט זי שוין אָנטיילגענומען אין דער ווײַמאַרער פּראָגראַם. ייִדיש קען זי נישט פֿון דער היים — אירע באָבע־זיידע זענען געשטאָרבן, ווען זי איז געווען גאָר יונג — אָבער בײַם הערן די שפּראַך גערעדט צום ערשטן מאָל אין 2005 בײַם "קלעזפֿעסט" אין פּעטערבורג, האָט זי זיך צעוויינט.

"איך בין געווען זיכער, ווען איך בין געווען אַלט 20 יאָר, אַז ייִדיש עקזיסטירט שוין מער נישט, אַז דער דור פֿון מײַנע זיידע־באָבע איז שוין פֿאַרבײַ און, מיט זיי, די שפּראַך. איך בין געקומען צום ׳קלעזפֿעסט׳ זיך צו באַטייליקן אין אַ סעמינאַר פֿון מיישקע אַלפּערט, און איך האָב דאָרטן געזען צוויי מענטשן, איינער אַן 80־יאָריקער, דער אַנדערער 18־יאָריקער, און איך האָב זיך צוגעהערט, און פֿאַרשטאַנען, אַז זיי רעדן צווישן זיך ייִדיש, ווײַל דײַטש האָב איך געהאַט שטודירט. דעם יונגן־מאַן געדענק איך שוין נישט, אָבער דער עלטערער ייִד איז געווען דער זינגער אַרקאַדי גענדלער. איך האָב אָנגעהויבן ממש צו וויינען און איך האָב זיי געפֿרעגט, צי איך מעג שטיין לעבן זיי. ערשט דעמאָלט האָב איך זיך געכאַפּט, אַז ס׳זענען פֿאַראַן נאָך מענטשן וואָס קענען רעדן ייִדיש."

דינה האָט דערנאָך שטודירט ייִדיש אין פּעטערבורג און ווײַטער אין דער ווילנער פּראָגראַם. דאָס לעבן און אַרבעט פֿון דער סאָוועטישער מוזיקאָלאָגין און זאַמלערין סאָפֿיע מגיד האָט ספּעציעל צוגעצויגן דעם אינטערעס בײַ איר. "זי איז מיר נאָענט געוואָרן. איך האָב געטראַכט צו מאָל, אַז איך בין סאָפֿיע מגיד", דערציילט זי. דינה האָט שטודירט מגידס אַלטע רעקאָרדירונגען, ספּעציעל די אַלטע באַלאַדעס, און דעם סטיל פֿון די עלטערע זינגערס. אַזוי ווי מגיד, איז גאָרדאָן געפֿאָרן אויף עטנאָגראַפֿישע עקספּעדיציעס. "מע קען נאָך הערן די אַלטע באַלאַדעס; די מאַטעריאַלן ליגן אין אַרכיוו דאָ, צווישן זיי — אוצרות".

ווי אַ זינגערין פֿלעגט זי אויפֿטרעטן אין פּעטערבורג מיט די אַלטע לידער, אָבער הײַנט וווינט זי אין וואַלד אין אַ יאָגאַ־צענטער מחוץ דער שטאָט, וווּ זי איז די קעכין. "ווען איך האָב פֿאַרשטאַנען, אַז ייִדיש וועט נישט שטאַרבן, האָב איך אײַנגעזען, אַז איך קען זײַן אַ ייִדישיסט, אָבער אויך טאָן עפּעס אַנדערש. ייִדיש נייטיקט זיך נישט מע זאָל עס דאַרפֿן ראַטעווען."

אין פּעטערבורג האָט זיך געשאַפֿן אַ ייִדיש־קרײַז, אַ סבֿיבֿה, וווּ זי האָט געקענט רעדן אַ ייִדיש וואָרט. צווישן די פֿירערס זענען וואַלענטינע פֿעטשינקאָ און מאָטל גאָרדאָן. דער קהילה־צענטער אין פּעטערבורג, מיט אַלעקס פֿרענקעל בראָש, גיט זיך אַ סך אָפּ מיט ייִדיש און דערציִונג.

וועגן ווײַמאַר, זאָגט זי: "מיך רירן די אַלטע ייִדישע לידער ווי אונדזער לערערין עטל ריים אין ווײַמאַר זינגט זיי, און איך וואָלט געוואָלט אַזוי זינגען. ווײַמאַר איז דאָס איינציקע אָרט, וווּ מע קען זיך לערנען דעם סטיל פֿון אַמאָל; צו זינגען די באַלאַדעס מיט די אַלע אָרנאַמענטאַציעס און פּיטשעווסקעס".


אסתּר ווראַטשקאָ פֿון ווין

פֿון ווין הערט מען קלאַנגען וועגן ייִדישע קולטור־אַנטוויקלונגען שוין יאָרן. דער "קלעזמאָר"־פֿעסטיוואַל יעדן האַרבסט פֿאַרנעמט הײַנט אַן אָנגעזעען אָרט אין אייראָפּע. די קאַפּעליע "גוים" האָט מיט צען יאָר צוריק אַרויסגעלאָזט אַ קאָמפּאַקטדיסק פֿון אָריגינעלער מוזיק צו די לידער פֿון די גאַליציאַנער ייִדישע פּאָעטן, וואָס האָבן געוווינט אין ווין נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה. אין ווײַמאַר ווערט די "ווינער דעלעגאַציע" אַלץ גרעסער פֿון יאָר צו יאָר מיט וווּנדערלעכע זינגערס, בפֿרט מענטשן וואָס באַטייליקן זיך אינעם דאָרטיקן ייִדישן כאָר.

אסתּר ווראַטשקאָ זינגט נישט אין כאָר, און איז נישט קיין ייִדישקע, אָבער פֿון דעסטוועגן, צייכנט זי זיך אויס מיט דעם, וואָס זי איז מסתּמא די איינציקע קלעזמער פֿאַגאָט־שפּילערין הײַנט אויף דער וועלט.

זי איז בלויז 20 יאָר אַלט און אויפֿגעוואַקסן אין ווין. איר מאַמע קלאַודיאַ האָט אָנגעהויבן צו שפּילן קלעזמער־קלאַרנעט מיט 20 יאָר צוריק; איז אסתּר אויפֿגעוואַקסן, הערנדיק קלעזמער־מוזיק. איר מאַמע איז נישט קיין פּראָפֿעסיאָנעלע מוזיקערין, און האָט געבעטן איר טאָכטער, זי זאָל זי באַגלייטן אויף דער פּיאַנע, און דערנאָך פֿאַגאָט.

אין אוניווערסיטעט שטודירט אסתּר פֿילאָלאָגיע און האָפֿט צו שטודירן ייִדיש, אָבער די שפּראַך לערנט מען נישט דערווײַל אין אוניווערסיטעט, דאַרף זי צוּוואַרטן. קיין ווײַמאַר קומט זי, כּדי צו פֿאַרטיפֿן איר קלעזמער־קענטעניש, ווײַל אין ווין האָט זי ווייניק געלעגנהייטן צו שפּילן די מוזיק און זינגען ייִדישע לידער. בײַם סטודענטן־קאָנצערט אין ווײַמאַר האָט מען געהערט, אַז זי איז אויך אַ פֿײַנע זינגערין און האָט קאָמבינירט אַ ייִדיש ליד מיט אַ ווינער ליד אויף דײַטש.


אסתּר ווראַטשקאָ און איליאַ שנייווייס
אסתּר ווראַטשקאָ און איליאַ שנייווייס

איליאַ שנייווייס פֿון ריגע

ווען די סטודענטן פֿון "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר" ווילן אַליין זינגען, איז איליאַ שנייווייס זייער "אָפֿיציעלער" מוזיקאַלישער באַגלייטער. אויך אין אָוונט, ווען די סטודענטן פֿון דער פּראָגראַם טרעפֿן זיך אין פֿאַרשיידענע רעסטאָראַנען איבער דער שטאָט, פֿירט אָן איליאַ מיט דער פֿאַרווײַלונג סײַ מיטן אַקאָרדעאָן, סײַ מיטן פּויק.

ער איז געבוירן געוואָרן אין דער קרוינשטאָט פֿון לעטלאַנד, ריגע, און וווינט נאָך דאָרטן ווי אַ פֿולצײַטיקער מוזיקער. "לעטלאַנד איז אַ קליין לענדל, מיט אַ קליינער באַפֿעלקערונג", גיט איליאַ צו פֿאַרשטיין, דערפֿאַר מוז אַ מוזיקער פֿון לעטלאַנד אַרומפֿאָרן איבער מיזרח־אייראָפּע צו האָבן פּרנסה. ער האָט אָנגעהויבן צו שפּילן ראָק־און־ראָל, איידער ער איז געוואָרן מער פֿאַרכאַפּט מיט פֿאַרשיידענע מינים פֿאָלקמוזיק, אַרײַנגערעכנט קלעזמער.

פֿונעם 1טן ביזן 3טן קלאַס איז ער געגאַנגען אין אַ נײַער ייִדישער טאָגשול אין ריגע, און זיך געלערנט העברעיִש און וועגן די יום־טובֿים. שפּעטער האָט ער געהערט, אַז הײַנט לערנט מען דאָרטן ייִדיש אויך. ער האָט זייער ווייניק געוווּסט פֿון קלעזמער־מוזיק, איידער ער איז געפֿאָרן אויף דעם "קלעזפֿעסט" אין פּעטערבורג אין 2004, ווען ער איז געווען 21 יאָר אַלט. "איך האָב זיך באַקענט מיט אַ גרויסער סבֿיבה דאָרטן. דאָס האָט געביטן מײַן לעבן. ווען איך האָב זיך געלערנט אַקאָרדעאָן איז מײַן כּוונה געווען צו שפּילן קלעזמער־מוזיק." דערציילט ער. ער איז אויפֿן פּעטערבורגער "קלעזפֿעסט" געפֿאָרן דרײַ מאָל, ווי אויך זיך באַטייליקט אין "קלעזפֿעסט"־לאָנדאָן און "קלעזקאַנאַדע".

קיין ווײַמאַר איז ער געקומען צו ערשט אין 2006. "דער צוגאַנג אין ווײַמאַר איז אַנדערש פֿון די אַנדערע פֿעסטיוואַלן — מע לייגט אַכט מער אויף קוואַליטעט ווי אויף קוואַנטיטעט, אויף דער טיפֿקייט פֿונעם מאַטעריאַל. פֿאַר מיר איז דאָס אויך אַ געלעגנהייט זיך צו באַקענען מיט אייראָפּעיִשע זינגערס און מוזיקערס", זאָגט איליאַ.

צוזאַמען מיט דער זינגערין סאַשאַ לוריע האָט ער געשאַפֿן די קאַפּעליע "פֿאָרשפּיל" אין 2003. קודם, האָט מען נאָר געשפּילט טראַדיציאָנעלע קלעזמער־מוזיק. די ייִדישע קהילה אין ריגע האָט זיי געשטיצט און זיי זענען אויפֿגעטראָטן מיט קאָנצערטן אין קליינע שטעטלעך און דערפֿער אין לעטלאַנד צוזאַמען מיט גרופּעס פֿון אַנדערע קולטורן. "אין ריגע קען מען נישט לעבן פֿון שפּילן אויף חתונות און בר־מיצוות ווי אין אַמעריקע. מיר שפּילן מער אויף קריסטלעכע חתונות ווי אויף ייִדישע. הײַנט, זוכט די גרופּע אַ וועג זיך צו האַלטן ייִדישלעך, אָבער אויך זיך האַלטן אַ ביסל דערווײַטערט פֿון דער טראַדיציע". אַ מוסטער פֿון דעם צוגאַנג קען מען הערן אויף זייער וועבזײַט, וווּ זיי זינגען דאָס פֿאָלקסליד "פּרוּוו, טרינק אויס" מיט אַ רעגיי־ריטעם פֿון דזשאַמייקע.

שנייווייס שפּילט אויך אין פֿאַרשיידענע נישט־ייִדישע גרופּעס אין ריגע און דאָס גיט אים די געלעגנהייט אײַנצופֿירן אַ געוויסע "פֿרעמדע" טעכניק אָדער אָרנאַמענטאַציע אין דער ייִדישער מוזיק. אין זײַן סאַמבאַ־קאַפּעליע, למשל, האָט ער זיך געלערנט אַן אופֿן פֿון שפּילן פּויק, וואָס וואָלט, מיינט ער, אויך געפּאַסט אין קלעזמער־מוזיק. זײַן אויספֿאָרשונג פֿון פֿאַרבינדונגען צווישן וועלט־מוזיק און ייִדישער מוזיק הייבט זיך ערשט אָן.