‫פֿון רעדאַקציע

די טעמע פֿונעם לייט־אַרטיקל די וואָך וועט ווידער זײַן "רוסיש" — אָבער שוין נישט ווי אַ שפּראַך פֿון ייִדן אין גלות, נאָר ווי אַ פֿאַרשפּרייטע שפּראַך אין ישׂראל. הײַנט, שפּעטער מיט צענדליקער יאָרן נאָך די "שפּראַך־מלחמות" בײַם אָנהייב אין פּאַלעסטינע, דערנאָך אין דער יונגער ייִדישער מדינה, איז די טעמע ווידער אַקטועל, אָבער שוין אַרום "רוסיש".

דעם תּירוץ צו רעדן וועגן דעם האָבן מיר געפֿינען אין דעם עלעקטראָנישן בולעטין Public Diplomacy Network (נעץ פֿון עפֿנטלעכער דיפּלאָמאַטיע). דהײַנו: אין דעם מעדיצינישן קאָלעדזש בײַ דעם ברזילי־שפּיטאָל אין אַשקלון האָט אויסגעבראָכן אַ גאַנצער סקאַנדאַל. וואָס איז? אַן אומצופֿרידנקייט בײַ די קומענדיקע קראַנקן־שוועסטער און קראַנקן־ברידער האָט אַרויסגערופֿן די אינסטרוקציע פֿונעם לערן־אַנשטאַלט, וואָס פֿאַרווערט די סטודענטן צו רעדן אין קאָלעדזש און אין די ווענט פֿונעם שפּיטאָל אויף וואָסער ניט איז אַנדער שפּראַך — רק עבֿריתּ!

דער דאָזיקער באַפֿעל איז אַרויס נאָך די אָנקלאָגן מצד די פּאַציענטן, וואָס טענהן, אַז דער מעדיצינישער פּערסאָנאַל רעדט צווישן זיך אויף אומפֿאַרשטענדלעכע שפּראַכן, אײַנגעשלאָסן רוסיש און אַראַביש.

די הײַנטיקע ייִדיש־רעדנערס, בפֿרט פֿונעם עלטערן דור, וועט אַזאַ פֿאַרבאָט נישט פֿאַרחידושן; די אומטאָלעראַנטע באַציִונג צו אַנדערע שפּראַכן און קולטורן אינעם לאַנד גופֿא מצד די ישׂראלדיקע פֿונקציאָנערן און די פּאַסיווע, גלײַכגילטיקע רעאַקציע אויף אַזאַ אומטאָלעראַנץ און עם־האָרצות פֿון דער ישׂראל־אינטעליגענץ האָט אַ לאַנגע טראַדיציע.

וואָס וועט זײַן די שפּראַך אינעם קומענדיקן ייִדישן לאַנד? — וועגן דעם האָט מען שאַרף דיסקוטירט אַ סך יאָר. טעאָדאָר הערצל, דער ציוניסטישער אַבֿרהם אָבֿינו, האָט אין זײַן באַרימט ווערק "יודענשטאַט" געשריבן: "מיט העברעיִש קענען מיר זיך נישט נוצן. צי קאָן מען זיך אַפֿילו פֿאָרשטעלן, אַז עמעצער זאָל זיך קויפֿן אַן אײַזנבאַן־בילעט אויף אָט דער שפּראַך? אַוודאי, ניין..." — און ווײַטער, ווי אַן עכטער אייראָפּעיִש־דערצויגענער אַסימילירטער ייִד, גיט ער צו: "יעדער וועט פֿאַרהיטן די שפּראַך, וואָס ער האָט געבראַכט פֿון זײַן געבוירן־לאַנד..."

ס’איז גוט באַקאַנט די אַזוי גערופֿענע "שפּראַך־מלחמה" פֿון די יאָרן 1912—1914, אויסגעבראָכן אין דעם חיפֿהר טכניון. ס’רובֿ לערער און גרינדער פֿון דעם ערשטן טעכנאָלאָגישן לערן־אַנשטאַלט אין פּאַלעסטינע זײַנען געווען די ייִדן פֿון דײַטשלאַנד. האָבן זיי אַוודאי געפֿאָדערט, אַז די לערן־שפּראַך זאָל זײַן דײַטש, מחמת אין עבֿרית איז ניטאָ קיין פּאַסיקע טערמינאָלאָגיע און לערנביכער. עס האָט זיי אָבער גאָרנישט געהאָלפֿן. פֿאַר וואָס? ווײַל די אידעאָלאָגישע מאָטיוואַציע פֿון די סטודענטן זיך צו לערנען אויף עבֿרית — און רק עבֿרית — איז געווען גרעסער, ווי די דעמאָלטיקע פּראָפֿעסיאָנעלע מעגלעכקייטן.

די הײַנטיקע סטודענטן, וואָס רעדן רוסיש אָדער אַראַביש זײַנען ווייניק, אָדער בכלל ציוניסטיש ניט מאָטיווירט. אַן אַנדער פֿראַגע, צי דאָס איז טאַקע וויכטיק? דערפֿאַר אָבער ווייסן זיי, אַז מע לעבט אין אַ דעמאָקראַטישער מדינה, וווּ ס’איז גאָר נישט פּשוט צו פֿאַרמאַכן אַ צווייטן דאָס מויל, נאָר ווײַל ער רעדט אַן אַנדער לשון.

האָבן די אַראַבישע סטודענטן באַלד אויפֿגעהויבן אַ געפּילדער, אַז דערמיט פֿאַרלעצט מען דאָס ישׂראל־געזעץ, וווּ ס’איז אָנגעוויזן, אַז אַראַביש, פּונקט ווי עבֿריתּ, איז אַן אָפֿיציעלע שפּראַך אין ישׂראל. די רוסיש־רעדנדיקע סטודענטן האָבן אויך נישט געשוויגן, און זיך געוואָנדן אין דעם אַשקלונער שטאָטראַט און נאָך העכער — צום פּרעמיער־מיניסטער בנימין נתניהו, וואָס איז אויך מיניסטער פֿון געזונט־פֿאַרהיטונג. וואָס זשע מיינט איר? די אַדמיניסטראַציע פֿונעם מעדיצינישן קאָלעדזש האָט באַלד געמאַכט אַן ענדערונג אין איר "אינסטרוקציע": איצט דערלויבט מען שוין יאָ רעדן יעדן סטודענט זײַן "מאַמע־לשון", אָבער די פּאַציענטן דאַרפֿן עס נישט הערן.

הײַנט רעדט אויף רוסיש אין ישׂראל אַרום 20% פֿון דער באַפֿעלקערונג, עס גייען אַרויס אַ סך אויסגאַבעס, עס אַרבעט אַ באַזונדערע ראַדיאָ־סטאַנציע און טעלעוויזע־קאַנאַל; זינט 2008 האָט רוסיש באַקומען דעם סטאַטוס פֿון אַ צווייטער אויסלענדישער שפּראַך (די ערשטע איז ענגליש) אין שול, באַגלײַך מיט פֿראַנצייזיש און אַראַביש (זוכט נישט קיין ייִדיש!). אויב ס’איז ווייניק, האָט דאָס בילדונג־מיניסטעריום צוגעזאָגט צו באַטראַכטן די פֿראַגע פֿון דערמעגלעכן אָפּצוגעבן די גראַדויִר־עקזאַמענס אויף רוסיש נישט בלויז די קינדער פֿון עולים, נאָר אויך יעדן ווער עס וויל.

געוויס, אַז אין די 1950 יאָרן, נאָכן שאַפֿן מדינת־ישׂראל האָבן אויף ייִדיש גערעדט מער ווי 20% פֿון דער באַפֿעלקערונג, אָבער קיינעם איז נישט אײַנגעפֿאַלן צו פֿאָדערן כאָטש אַ טייל פֿון די דערמאָנטע פּריווילעגיעס פֿאַר ייִדיש און ייִדישער קולטור. פֿאַר וואָס? ווײַל דעמאָלט איז די שפּראַך עבֿרית געווען אַ ממשותדיקער טייל פֿון דער ציוניסטישער אידעאָלאָגיע. די שפּראַך אינעם הײַנטיקן ישׂראל האָט אויפֿגעהערט צו ווערן אַ נאַציאָנאַלער פֿענאָמען, אַ פֿאָלקס־אוצר; שפּראַך איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ פּאָליטישן אויסדרוק פֿון שטימען בעת די וואַלן. 20% רוסיש־רעדנדיקע שטימען איז אַ גרויסער פּאָליטישער כּוח אין אַזאַ לאַנד ווי ישׂראל. מוז מען זיך צו די רוסיש־רעדנדיקע צוהערן!