פּובליציסטיק
בלומען־פּעדלערין אין יאַלטע
בלומען־פּעדלערין אין יאַלטע

דעם 24סטן אויגוסט וועט מען אין אוקראַיִנע פֿײַערן (צי טרויערן) דעם טאָג פֿון אומאָפּהענגיקייט — מיט 20 יאָר צוריק האָט דער אוקראַיִנישער פּאַרלאַמענט אָנגענומען די דעקלאַראַציע, לויט וועלכער דאָס לאַנד האָט זיך אָפּגעטיילט פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. דעמאָלט טאַקע איז באַשלאָסן געוואָרן דורכצופֿירן אַ רעפֿערענדום, און דעם 1טן דעצעמבער 1991 האָבן 90 פּראָצענט אוקראַיִנער תּושבֿים געשטימט פֿאַר אומאָפּהענגיקייט, וועלכע איז אין קורצן געוואָרן אַ געאָפּאָליטישע רעאַלקייט. איצטיקע אויספֿרעגן ווײַזן, אַז אַ גרויסער — און אפֿשר אַפֿילו דער גרעסטער — טייל פֿון דער באַפֿעלקערונג וואָלט, אַ פּנים, געשטימט אַנדערש. די רעגירונג און די פּאַרלאַמענט-דעפּוטאַטן זעט דער עולם ווי אַ טייל פֿון דער מאַפֿיע, וועלכע לעבט אַ טאָג, בעת דער דורכשניטלעכער אַרבעטער מוז זיך געבן אַן עצה מיט אַ פּאָר הונדערט דאָלאַר אַ חודש.

איך בין נאָר וואָס געקומען פֿון אוקראַיִנע, וווּ איך האָב צום ערשטן מאָל אין צוואַנציק יאָר באַזוכט מײַן היימשטאָט, זאַפּאָריזשיע, און דערנאָך פֿאַרבראַכט אַ וואָך אין קרים. פֿון זאַפּאָריזשיע ביז קרים איז ניט ווײַט — אין גאַנצן זעקס שעה צו פֿאָרן מיט אַ באַן קיין סימפֿעראָפּאָל, וואָס איז די הויפּטשטאָט פֿון דער קרימער אויטאָנאָמער רעפּובליק — די איינציקע אַזאַ אויטאָנאָמיע אין אוקראַיִנע. אין קרים האָב איך געהאַט אַן אויטאָ און בין אַ סך אַרומגעפֿאָרן, בפֿרט נאָך, אַז קיין גרויסער ליבהאָבער פֿון זיצן לאַנג בײַם ים בין איך ניט.

איך לאָז דורך אַזעלכע זאַכן ווי נאָסטאַלגיע, קודם-כּל דערפֿאַר, ווײַל איך האָב פֿאַרלאָזט אוקראַיִנע נאָך מיט 35 יאָר צוריק (דעמאָלט בין איך אַריבערגעפֿאָרן קיין מאָסקווע) און פֿיל זיך ניט קיין אוקראַיִנער; כאָטש איך פֿאַרשטיי נאָך אַלץ די שפּראַך און אינטערעסיר זיך אי מיט דער געשיכטע פֿון דער מדינה אי מיטן איצטיקן מצבֿ אירן. אַגבֿ, וואָס שייך דעם לינגוויסטישן אַספּעקט, בלײַבן זאַפּאָריזשיע און קרים איבערגעגעבן דער רוסישער שפּראַך. אוקראַיִניש עקזיסטירט אין די אויפֿשריפֿטן, אין דער רעקלאַמע, אָבער אין דער גאַס הערשט רוסיש. טעלעוויזיע איז פֿאַקטיש צוויי-שפּראַכיק און, בדרך-כּלל, זעצט מען ניט איבער פֿון איין שפּראַך אויף דער צווייטער. ביכער-געשעפֿטן פֿאַרקויפֿן, דער עיקר, רוסישע ביכער. אין די קיִאָסקן זעט מען זעלטן אוקראַיִנישע צײַטונגען. אַלע עקסקורסיעס זײַנען געווען אויף רוסיש. (דער מצבֿ איז אין גאַנצן אַנדערש אין מערבֿ-אוקראַיִנע, אָבער דאָרטן בין איך ניט געווען.)

דער עולם איז זייער פֿרײַנדלעך. די סאָוועטישע גראָבקייט איז כּמעט אין גאַנצן אָפּגעשטאָרבן. דער צימער אין אונדזער האָטעל איז ניט געווען גרייט צו דער צײַט, ווען מיר זײַנען אָנגעקומען. ס’איז דאָרטן עפּעס קאַליע געוואָרן. האָט מען אונדז אויף אַ שעה געגעבן אַן אַנדער נומער, וווּ מיר האָבן געקענט זיך אָפּרוען, און דערנאָך האָט מען פֿון דעם גאַנצן פּרײַז אַראָפּגענומען פֿינף פּראָצענט — אַלץ צוליב דער שעה פֿון וואַרטן. אין די סאָוועטישע צײַטן איז אַזאַ זאַך געווען לחלוטין אוממעגלעך.

כּשר־בראָנפֿן אין סימפֿעראָפּאָל
כּשר־בראָנפֿן אין סימפֿעראָפּאָל

דער האָטעל, בײַם ים ניט ווײַט פֿון יאַלטע, איז ניט געווען פֿון די ביליקע, אַפֿילו לויט מערבֿ-אייראָפּעיִשע מאָסן. קיין חידוש ניט, אַז אַ סך, אפֿשר אַפֿילו ס’רובֿ, טוריסטן זײַנען געקומען פֿון רוסלאַנד, וווּ די צאָל רײַכע צי פּשוט פֿאַרמעגלעכע לײַט איז ניט צו פֿאַרגלײַכן גרעסער איידער אין אוקראַיִנע. בכלל, סימנים פֿון אָרעמקייט זעט מען אומעטום. מיר איז ניט אויסגעקומען צו פֿאָרן מיט אַ וועג, וועלכער זאָל זײַן אויף אַ ניוואָ, וואָס איז כאַראַקטעריש פֿאַר אַזעלכע לענדער ווי ענגלאַנד, פֿראַנקרײַך צי דײַטשלאַנד. אמת, אַזעלכע וועגן ווי אוקראַיִנע האָב איך געזען אין סיציליע. וועגן סיציליע האָבן מיר, מײַן ווײַב און איך, זיך דערמאָנט ניט איין מאָל. נאָר דאָרטן האָבן מיר, למשל, פֿריִער געזען דעם אויפֿן פֿון מאָנען געלט פֿאַר פּאַרקירן אַן אויטאָ. סײַ אין סיציליע סײַ אין קרים פֿלעגן זיך פּלוצעם באַווײַזן פֿאַרדעכטיקע לײַט, וועלכע האָבן געפֿאָדערט געלט (בדרך-כּלל, עטלעכע דאָלאַר) פֿאַר איבערלאָזן דעם אויטאָ אין עפּעס אַן אָרט פֿון טוריסטישער אַטראַקציע. זיי טוען עס מער אָדער ווייניקער העפֿלעך, אָבער פֿאַרפֿירן זיך מיט זיי ווילט זיך ניט — ווער ווייסט וואָס זיי וואָלטן געטאָן מיט אַן אויטאָ, וואָס איז איבערגעלאָזט געוואָרן אין זייער רשות. אָפֿט מאָל זאָגן זיי צו אַ קוויט (קבלה) — אַז איך וועל עס געפֿינען אונטער מײַנע שויבן-ווישערס. איך האָב קיין קוויט, פֿאַרשטייט זיך, קיין מאָל ניט געזען.

אָבער דאָס איז אַ קלייניקייט אין פֿאַרגלײַך מיט דער דערפֿאַרונג צו זען היסטאָריש-אינטערסאַנטע צי פּשוט שיינע ערטער. ניט ווייניק פֿון זיי זײַנען דירעקט פֿאַרבונדן מיט דער רוסישער צאַרישער משפּחה, און ס’איז געווען ווילד צו זען און צו הערן, ווי די ראָמאַנאָווס, אַלע ניקאָלײַס, אַלעקסאַנדערס און זייערע משפּחות, זײַנען געוואָרן ממש הייליק אין דער הײַנטיקער היסטאָרישער מיטאָלאָגיע. יאַקאָס לעבט זיך עס אײַן מיט דער בולטער סאָוועטישקייט פֿון די היגע טאָפּאָנימס — אומעטום זײַנען פֿאַרבליבן גאַסן, וואָס טראָגן לענינס נאָמען צי נעמען פֿון אַנדערע סאָוועטישע מנהיגים. יעדע שטאָט און יעדער ייִשובֿ, וואָס איך האָב באַזוכט, האָט געהאַט אַ לענין-דענקמאָל. אין סימפֿעראָפּאָל האָבן מיר איבערגענעכטיקט אַ נאַכט אין סאַמע צענטער שטאָט, לעבן דעם "סאָוועטישן פּלאַץ", ניט ווײַט פֿון די גאַסן מיט די נעמען פֿון קאַרל מאַרקס, מיראָן קיראָוו און ראָזע לוקסעמבורג. אַפֿילו אין דעם באָטאַנישן גאָרטן שטייט אַ גרויסער פֿאַרשטיינערטער לענין.

אין אַ שווערן מצבֿ באַגעגנט אוקראַיִנע איר 20סטן יאָרטאָג. די באַפֿעלקערונג ווערט קלענער. זיבן מיליאָן אוקראַיִנער אַרבעטן אין אויסלאַנד. צווישן די 167 לענדער, וואָס מע האָט ראַנזשירט לויט די באַדינגונגען פֿון פֿירן געשעפֿטן, פֿאַרנעמט אוקראַיִנע דאָס 145סטע אָרט — צווישן סיריע און גאַמביע. דער אונטערשייד צווישן די רײַכע און די איבעריקע רײַסט ממש די אויגן. דאָס איז אַ מדינה, וואָס זוכט נאָך אַלץ איר אידענטיטעט, איר שפּראַך. אַ לאַנד, פֿון וואַנען עס פֿאָרן אַוועק די אַקטיווסטע און באַגאַבטסטע לײַט. ס’רובֿ אוקראַיִנישע ייִדן (אַפֿילו די וואָס זײַנען ניט זייער אַקטיוו און באַגאַבט) וווינען הײַנט אין אַנדערע מקומות.

אָבער סײַ-ווי-סײַ איז געווען גוט צו פֿאַרברענגען דאָרטן אַ פּאָר וואָכן. און עס ווילט זיך גלייבן, אַז עפּעס וועט זיך סוף-כּל-סוף אויספּיקן פֿון דעם לאַנד, וואָס האָט זיך באַוויזן אויף דער מאַפּע מיט 20 יאָר צוריק.