דניאל אויף אַ באַרג־שפּאַציר, בעת זײַן פֿרײַער צײַט |
Courtesy of Daneel Schaechter |
מיט פֿיר יאָר צוריק האָט מען דעם רעפֿאָרם־ראַבינער אין טעקסאַס, פּיטער טאַרלאָוו, אָנגעקלונגען פֿון הואַנוקאָ, אַ שטאָט אין פּערו, און אַן אָרטיקער אײַנוווינער האָט אים געבעטן צו העלפֿן אַ גרופּע מענטשן זיך מגייר זײַן און גרינדן דאָרט אַ ייִדישע קהילה. פֿאַרכאַפּט פֿון דער בקשה, איז דער ראַבינער געפֿאָרן אַהין זיך צו באַקענען מיט זיי, און צום סוף, טאַקע געהאָלפֿן דעם גאַנצן ציבור זיך מגייר זײַן. זינט דעמאָלט באַמיט זיך די נײַע קהילה אין הואַנוקאָ אָנצוהאַלטן די ייִדישע טראַדיציעס, ווי ווײַט מעגלעך. אָבער עס קומט זיי אָן שווער — ערשטנס, צוליב זייער קנאַפּער קענטשאַפֿט פֿון דער הלכה, און צווייטנס, ווײַל קיין שטענדיקן רבֿ אָדער חזן האָבן זיי נישט.
ווער זענען אָט די ליבהאָבער פֿונעם ייִדישן פֿאָלק? אַ טייל שטאַמען פֿון ייִדן, וועלכע האָבן זיך אַרײַנגעגנבֿעט אין די פּערואַנער בערג אין מיטן 19טן יאָרהונדערט, ווען די רעגירונג האָט נישט דערלויבט די ייִדן צו וווינען דאָרט, און פֿלעגט רעגיסטרירן אַלע נײַ־געבוירענע קינדער ווי קאַטאָליקן; אַ צווייטער טייל שטאַמען פֿון די אַנוסים (מאַראַנען) בעת דער שפּאַנישער אינקוויזיציע, און אַ דריטער טייל באַשטייט פֿון מענטשן, וואָס זענען געוואָרן אַנטוישט אין זייער אייגענער רעליגיע און האָבן לעצטנס באַשלאָסן, אַז די ייִדישע אמונה געפֿעלט זיי צום בעסטן פֿון אַלע.
מיט אַ חודש צוריק האָט אַ ייִדישער בחור פֿונעם אוניווערסיטעט פֿון פּענסילוועניע זיך אונטערגענומען צו פֿאָרן אין הואַנוקאָ אויפֿן זומער און העלפֿן די נײַע קהילה זיך אויפֿשטעלן אויף די אייגענע פֿיס. דער בחור, דניאל שעכטער, דער זון פֿונעם קאָמפּאָזיטאָר און כאָר דיריגענט בנימין שעכטער (און דרך־אַגבֿ, מײַנער אַ פּלימעניק), האָט זיך דערוווּסט וועגן דער קהילה דורך "קולנו" — אַן אָרגאַניזאַציע, וואָס העלפֿט איזאָלירטע און אַנטוויקלענדיקע זיך ייִדישע ייִשובֿים איבער דער וועלט.
אָנהייב־יולי איז דניאל געפֿאָרן קיין פּערו. אָנגעקומען איז ער, צו ערשט, אין דער קרוינשטאָט לימאַ, וווּ ס׳איז אים אַנטקעגנגעקומען אַ יונגער מאַן מיט אַ געשטריקטער יאַרמלקע; דאָס איז געווען הואַן בראַוואָ, אַ מעדיצינישער סטודענט און דער פֿירער פֿון דער קהילה אין הואַנוקאָ. הואַן האָט אים וואַרעם אַרומגענומען און געזאָגט, אַז ער וויל אים קויפֿן וועטשערע.
איינס פֿון די שטעטעלעך אינעם ראַיאָן |
Courtesy of Daneel Schaechter |
"כ׳האָב אים געזאָגט, אַז איך היט כּשרות, און וועל נישט עסן קיין פֿלייש אָדער געוויסע מילכיקע פּראָדוקטן, וואָס זענען נישט כּשר," האָט דניאל געזאָגט. האָט הואַנס חבֿר ריקאַרדאָ זיי געבראַכט אין אַ קראָם וואָס ספּעציאַליזירט זיך אין פֿרוכט־געטראַנקען.
פֿאָרנדיק אין אויטאָ איז דניאל געווען פֿאַרכאַפּט פֿון ריקאַרדאָ. "פֿון איין זײַט האָט ער זיך, אַ פּנים, געהאַלטן פֿאַר אַ ייִד און גוט געקענט ראַבינער טאַרלאָוו — האָט דניאל געזאָגט — אָבער פֿון דער צווייטער, איז בײַ אים אין אויטאָ געהאָנגען אַ צלם!"
אין גיכן זענען זיי אָנגעקומען אינעם פֿרוכט־זאַפֿט־קראָם און דניאל האָט באַשטעלט אַ געטראַנק געמאַכט פֿונעם טראָפּישן פֿרוכט, לוקומאַ, וואָס האָט אים אויף אַ ווײַלע אָנגעזעטיקט.
דערווײַל האָט דניאל באַמערקט, אַז הואַן האַלט אים אין איין רופֿן "חזן". לכתּחילה האָט ער געמיינט, אַז דאָס איז געווען אַ מיספֿאַרשטענדעניש, צוליב הואַנס שוואַכן ענגליש און זײַן אייגענעם שוואַכן שפּאַניש. טעלעפֿאָניש האָט דניאל מסתּמא געהאַט געזאָגט, אַז ער האָט ליב צו זינגען און קאָן דינען ווי אַ שליח־ציבור, האָט הואַן דערפֿון, אַ פּנים, אַרויסגעדרונגען, אַז דניאל מוז זײַן אַ פּראָפֿעסיאָנעלער חזן. הואַן האָט אים אָבער באַלד אויפֿגעקלערט די אמתע סיבה דערפֿאַר.
"דער גאַנצער ציבור רופֿט דיך שוין ׳חזן׳," האָט הואַן דערקלערט. "מײַן עצה איז, מאַך זיך נישט וויסנדיק, ווײַל אַזוי וועט מען דיר אָפּגעבן מער כּבֿוד, ווי מע וואָלט דיך באַטראַכט בלויז ווי אַ 19־יאָריקן בחור פֿון אַמעריקע."
דניאל און דער בר־מיצווה־בחור, ראָלאָ |
Courtesy of Daneel Schaechter |
דעם צווייטן טאָג, פֿרײַטיק, נאָך אַ טיפּישער פּערואַנער פֿרישטיק פֿון קאָך־באַנאַנעס, ווײַסע רײַז און אַן איי, איז דניאל געפֿאָרן מיט הואַן אויף אַ 10־שעהדיקער נסיעה מיטן אויטאָבוס קיין הואַנוקאָ. אויפֿן וועג האָט ער צוגעגרייט אַ דבֿר־תּורה אויף שפּאַניש לכּבֿוד שבת. וואָס העכער אין די בערג זיי זענען געפֿאָרן, אַלץ מער האָבן זיך באַוויזן שניי אויף די באַרגשפּיצן, און לאַמאַס — די דרום־אַמעריקאַנער חיה וואָס זעט אויס ווי אַ וואָלענער קעמל — אויף די וועגן.
זיי זענען אָנגעקומען ערבֿ־שבת, און הואַן האָט אים געבראַכט צו דער היים פֿון דער משפּחה, בײַ וועמען ער וועט אײַנשטיין בעת זײַן וויזיט אין הואַנוקאָ: סעניאָראַ (פֿרוי) האָלצמאַן און איר אייניקל, ראָלאַנדאָ (ראָלאָ), וואָס זײַן מאַמע איז מיט עטלעכע יאָר פֿריִער ניפֿטר געוואָרן, און וועגן דעם טאַטן האָט דניאל גאָרנישט געוווּסט. ראָלאָ איז דער בחור מיט וועמען דניאל האָט געזאָלט לערנען און העלפֿן צו דער בר־מיצווה.
נאָך דעם ווי דניאל האָט זיך אײַנגעאָרדנט אין שטוב, זענען זיי אַלע געגאַנגען אין דער אָרטיקער שיל, וואָס אידענטיפֿיצירט זיך ווי "רעפֿאָרם", הגם דאָ האָט מען נישט גערעכנט די פֿרויען צו אַ מנין. מע האָט געוואַרט ביז 8:15. זעענדיק, אַז קיין מנין איז נאָך אַלץ נישטאָ, האָט דניאל אָנגעהויבן קבלת־שבת סײַ־ווי־סײַ.
"הואַן און איך האָבן אָנגעפֿירט דאָס דאַווענען צוזאַמען ווײַל איך האָב נישט געקענט די ניגונים, וואָס זענען זיי באַקאַנט," האָט דניאל דערקלערט. "אָבער בשעתן דאַווענען האָט ער מיך שוין געלאָזט זינגען מײַנע אייגענע ניגונים. אָבער ווען איך האָב אָנגעהויבן דאַווענען מעריבֿ, האָב איך באַלד דערקענט אויף די פּנימער, אַז זיי הייבן נישט אָן צו וויסן וואָס איך טו."
דער עולם איז געווען אַ טשיקאַווער: איינער, מיגועל, וויל ווערן אַ רעפֿאָרם־ראַבינער אָבער מוז זיך צוערשט אויסלערנען דעם אלף־בית; סאַנטיאַגאָ (אָדער שאַנטי) קען זיך גוט אויס אויף די טראַדיציעס פֿון די אָרטיקע אינקאַ־אינדיאַנער, און זאָגט, אַז די אינקאַ־קולטור און די ייִדישע זענען זייער ענלעך; אַנטאָניאָ איז אַ פּראָפֿעסאָר פֿון אַגריקולטור־טעכנאָלאָגיע. דערצו האָבן זיך אויך באַטייליקט פֿרוי האָלצמאַן און ראָלאָ, און דערעק, דער 10־יאָריקער זון פֿונעם וויצע־פּרעזידענט פֿון דער קהילה.
בײַם שבתדיקן מאָלצײַט האָט דניאל געפּרוּווט מיטהאַלטן מיטן שפּאַנישן, אָבער ס׳איז אים אָנגעקומען שווער. "האָב איך בלויז געשאָקלט מיטן קאָפּ אויף יאָ און געזאָגט ׳סי׳ [יאָ], ווען עמעצער האָט מיר עפּעס געזאָגט."
מיטגלידער פֿון דער קהילה לערנען זיך דעם אלף־בית |
Courtesy of Daneel Schaechter |
דעם צווייטן אינדערפֿרי זענען געקומען אין שיל זעקס מענטשן, האָט דניאל אָנגעפֿירט אַ פֿאַרקירצטן נוסח פֿון די שחרית־תּפֿילות. "מיר האָבן נישט געקענט דאַווענען שמונה־עשׂרה ווײַל זיי האָבן נישט געקענט דעם אלף־בית, און קיין טראַנסקריבירטן טעקסט דערפֿון איז אין די סידורים נישטאָ," האָט דניאל דערקלערט. זײַן שפּאַנישע דבֿר־תּורה האָבן זיי אויך נישט פֿאַרשטאַנען. "האָב איך מיט זיי געזונגען צוויי לידער פֿון זייער טראַנסקריבירטן געזאַנג־בוך — ׳ירושלים של זהבֿ׳ און ׳עם ישׂראל חי׳ — און דאָס האָט טאַקע אויסגענומען בײַ זיי."
נאָכן דאַווענען האָבן די מתפּללים געוואָלט פֿירן דניאל אויף אַ טור אין די בערג, האָט ער זיי דערקלערט, אַז שבת פֿאָרט ער נישט מיט קיין טראַנספּאָרטאַציע, און ניצט נישט קיין געלט אָדער טעלעפֿאָן. זיי — בפֿרט די ייִנגלעך — האָבן עס, אין גאַנצן נישט פֿאַרשטאַנען, אָבער זיי האָבן מסכּים געווען צו גיין מיט אים שפּאַצירן איבער דער שטאָט.
מיטאָג האָט מען דערלאַנגט צום טיש צוגעברוינט ברויט מיט פֿאַרשידענע עקזאָטישע גרינסן, וואָס דניאל האָט נאָך קיין מאָל נישט געזען, ווי, למשל, קישו, וואָס זעט אויס ווי אַ ווייכער גרינער קאַקטוס, און וואָס מע האָט פֿאַרטרונקען מיט טשיטשאַ — אַ זיסע ביר אויסגעברײַעט פֿון קוקורוזע.
מוצאי־שבת, נאָכן אָנפֿירן מיט הבֿדלה, האָט דניאל ווידער געפּרוּווט געבן אַ דבֿר־תּורה אויף שפּאַניש, וועגן דעם אַז שווײַגן קאָן דינען סײַ ווי אַ ברכה, סײַ ווי אַ קללה. די צוהערער האָבן צוגעבאָמקעט, אָבער ס׳איז נישט געווען קלאָר, צי זיי פֿאַרשטייען. "דעמאָלט האָב איך באַשלאָסן, אַז ערשטנס, וועל איך מוזן אַליין טראַנסקריבירן פֿאַר זיי דעם טעקסט פֿון די וויכטיקסטע תּפֿילות, און צווייטנס, איך וועל אויך מוזן פֿאַרבעסערן מײַן שפּאַניש, אויב איך וויל פֿאַרשטיין וואָס קומט דאָ פֿאָר," האָט דניאל געקלערט.
במשך פֿון די קומענדיקע טעג האָט דניאל אָבער באַמערקט אַ פּאָזיטיווע אַנטוויקלונג. ווען ער האָט אָנגעהויבן לערנען אַ קלאַס ווי צו לייענען לשון־קודש, האָבן די תּלמידים, אַלט און יונג, זיך ממש פֿאַרליבט אינעם קלאַס. "ווען איך לייען די העברעיִשע אותיות, פֿיל איך אַ מער גײַסטיקע פֿאַרבינדונג, ווי ווען איך לייען די העברעיִשע ווערטער מיט אַ שפּאַנישער טראַנסקריפּציע," האָט שאַנטי באַמערקט. בײַ די קינדער, ראָלאָ און דערעק, איז עס אָבער געגאַנגען אַ סך גרינגער ווי בײַ די עלטערע.
די קהילה האָט זיך זייער וואַרעם באַצויגן צו דניאל. אָבער גאָר אַנדערש איז געווען זײַן איבערלעבונג מיט די אַנדערע אײַנוווינער. אין די אָוונטן פֿלעגט ער שפּאַצירן 15 מינוט צום צענטער־שטאָט כּדי צו געפֿינען אַן אָרט, וווּ ער קען ניצן די אינטערנעץ. דאָרט זענען די גאַסן געווען אָרעמער און שמוציקער, און די אײַנוווינער — אַ סך ווייניקער געבילדעט.
"צוליב דעם וואָס איך בין ממש דאָס איינציקע ווײַסע פּנים אין שטעטל, האָבן די יונגע־לײַט, ווען זיי האָבן מיך דערזען, אויסגעשאָסן אין אַ געלעכטער," האָט דניאל דערציילט. געוויסע פֿון זיי האָבן אויסגעשריגן "טיבוראָן!" (הײַפֿיש) און "גרינגאָ!" (אַמעריקאַנער, אָדער אויסלענדער).
דניאל מאַכט הבֿדלה |
Courtesy of Daneel Schaechter |
"ס׳איז מאָדנע, צו זען ווי מענטשן מאַכן חוזק פֿון דיר צוליב דײַן ווײַסער הויט," האָט דניאל באַמערקט, און צוגעגעבן, אַז ס׳האָט אים דערמאָנט אין די צײַטן ווען די שוואַרצע אין די דרום־שטאַטן פֿון אַמעריקע האָבן געמוזט אויסהאַלטן באַליידיקונגען צוליב דעם קאָליר פֿון זייער הויט.
די מיטגלידער פֿון דער ייִדישער קהילה האָבן אים טאַקע געוואָרנט, אַז צוליב דעם וואָס ער איז אַ ווײַסער, וועלן די קרעמער זיכער אים רעכענען אַ העכערן פּרײַז ווי די אַנדערע קונים. צוליב דעם איז ער געוויינטלעך געגאַנגען אײַנקויפֿן, באַגלייט פֿון סעניאָראַ האָלצמאַן אָדער אַן אַנדערן מיטגליד פֿון דער קהילה.
איין מאָל איז דניאל געפֿאָרן מיט זײַן נײַעם חבֿר, ווילי, אַ פּערואַנער גר, צום דאָרף וווּ ער איז דערצויגן געוואָרן, שאָקעקאַנשאַ. "מיר האָב זיך אַלע אַרײַנגעפּאַקט אינעם פֿעדערשטן זיץ פֿון אַן אַלטן משׂא־אויטאָ — ווילי, זײַנע צוויי ברידער און איך — און געפֿאָרן צוויי שעה לאַנג אויף אַ פּראָסטן וועג אין די בערג, גלײַך ווי אַ סצענע פֿון אַ האָליוווּד־פֿילם. ס׳האָט אונדז בלויז געפֿעלט געשמוגלטע נאַרקאָטיק," האָט דניאל זיך געוויצלט.
ווען זיי זענען אָנגעקומען, האָט דניאל באַמערקט, אַז ס׳רובֿ פֿון די אײַנוווינער האָבן נישט קיין אינסטאַלאַציע, עלעקטריע אָדער אײַזקאַסטנס. וויליס משפּחה האָט געהאָדעוועט ים־חזירימלעך (guinea pigs, בלע״ז), כּדי צו עסן און צום פֿאַרקויפֿן.
ווילי האָט געפֿירט דניאל אויף אַ באַרג־שפּאַציר, וווּ זיי האָבן געפֿונען קאָקאַ־בלעטער, און ווילי האָט אים געוויזן ווי זיי קײַען דאָס — אַן אַלטע טראַדיציע אין די אַנדעס־בערג. "אין אָנהייב ווערט דאָס מויל באַטויבט, אָבער קיין סכּנה איז עס נישט," האָט דניאל איבערגעגעבן. ס׳איז אָבער אומלעגאַל צו אימפּאָרטירן די בלעטער אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, ווײַל מע קען פֿון דעם מאַכן קאָקאַיִן.
אויפֿן וועג צוריק קיין שאָקעקאַנשאָ, האָבן עטלעכע משפּחות געבעטן בײַ וויליס ברידער, אַז דניאל, וואָס האָט בלאָע אויגן, זאָל בלײַבן אין שטעטל, ווײַל זיי ווילן אויך האָבן קינדער מיט בלאָע אויגן. דניאל האָט זיך, אַוודאי, אָפּגעזאָגט פֿון זייער פֿרײַנדלעכן פֿאָרלייג...
במשך פֿון די ווײַטערדיקע טעג זענען די העברעיִש־קלאַסן געגאַנגען זייער גוט. ווען ס׳איז אָנגעקומען דער 17טער טאָג פֿון ייִדישן חודש תּמוז — אַ תּענית — האָט דער בר־מיצווה בחור באַשלאָסן צו פֿאַסטן צוזאַמען מיט דניאל — דאָס ערשטע מאָל אין זײַן לעבן.
"ער האָט אויסגעהאַלטן ביז נאָך מיטאָג און דערנאָך באַשלאָסן צו עסן צוויי מאַראַנצן ווײַל ער איז פּשוט געווען צו הונגעריק," האָט דניאל געזאָגט. ווען ס׳האָט זיך דערנענטערט דער טאָג פֿון דער בר־מיצווה, האָט דניאל אויך געוויזן ראָלאָ ווי צו לייגן תּפֿילין.
בײַם דריטן, און לעצטן, שבת פֿון זײַן באַזוך, האָבן שוין אָנגעהויבן קומען מער מענטשן צום דאַווענען. "אויב מיר וואָלטן געקאָנט רעכענען פֿרויען, 12־יאָריקע ייִנגלעך און מענער וואָס האָבן זיך נאָך נישט מגייר געווען, וואָלטן מיר שוין געהאַט אַ מנין," האָט דניאל זיך געחכמהט.
דניאלס שפּאַניש האָט זיך שוין ממשותדיק פֿאַרבעסערט, און ער האָט שוין פֿאַרשטאַנען, אַז בײַם שבתדיקן טיש איז בײַ זיי אַ טראַדיציע — אַנשטאָט צו זינגען זמירות און געבן דבֿרי־תּורה — צו דערציילן פּראָסטע וויצן. "דאָס הייסט בײַ אונדז אַן עונג־שבת," האָט הואַן דערקלערט.
דניאל האָט זיך אויך דערוווּסט אַנדערע אינטערעסאַנטע זאַכן; למשל, בײַ אַ סך נישט־ייִדן אין הואַנוקאָ שערט מען נישט אָפּ די קינדער ביז דרײַ יאָר, און דעמאָלט קומט פֿאָר אַ ספּעציעלע צערעמאָניע, וווּ טאַטע־מאַמע שערן זיי אָפּ. איינער פֿון דער קהילה האָט דניאלן דערקלערט, אַז די ערשטע ייִדן וואָס זענען געקומען קיין פּערו, אין 16טן און 17טן יאָרהונדערט, האָבן מיטגעבראַכט דעם מינהג, און אַ פּנים, איז עס אַזוי געפֿעלן די פּערואַנער, אַז זיי האָבן אַליין אײַנגעגלידערט די טראַדיציע.
בעת די בר־מיצווה־קלאַסן מיט ראָלאָ, האָט דניאל געוואָלט פּראַקטיצירן מיט אַן אמתער ספֿר־תּורה, אָבער מע האָט נישט געקענט געפֿינען דעם שליסל צום אָרון־קודש, האָט מען אײַנגעבראָכן דעם שלאָס. דניאל איז געווען איבערראַשט צו זען דאָרט דרײַ ספֿרי־תּורה: איינע, פֿון יאָר 1870, האָט געהערט צו הואַנס ליטווישער משפּחה. אָבער פֿון וואַנען זענען געקומען די אַנדערע צוויי? בײַם צוקוקן זיך נעענטער, האָט דניאל זיך צעשמייכלט, און הואַן האָט אים דערקלערט, אַז דאָס איז אַ פֿאָטאָקאָפּיע פֿון דער ספֿר־תּורה. ער האָט עס געטאָן ווײַל ער האָט נישט געוואָלט, אַז די קהילה זאָל צו פֿיל ניצן די טײַערע ספֿר־תּורה, וואָס ער האָט געירשנט פֿון זײַנע אָבֿות.
דעם 20סטן אויגוסט איז, סוף־כּל־סוף, פֿאָרגעקומען די בר־מיצווה און דניאל האָט זיך געזעגנט מיט זײַן נײַער "משפּחה" אין הואַנוקאָ. בשעת־מעשׂה האָט ער זיך פֿאַרטראַכט אין די געשעענישן פֿון די לעצטע דרײַ וואָכן. הגם ער האָט הנאה געהאַט, וואָס די מיטגלידער פֿון דער נײַער קהילה ווײַזן אַרויס חשק זיך צו לערנען דעם אַלף־בית און צו זינגען די תּפֿילות, האָט ער אויך באַמערקט די שוועריקייטן.
"זינט די קהילה איז אויפֿגעקומען מיט פֿיר יאָר צוריק האָבן די מיטגלידער פֿאַלש אויסגערעדט אַ סך פֿון די תּפֿילות, און דאָס איז מיר געווען זייער שווער צו בײַטן," האָט דניאל געזאָגט. אַפֿילו מיטן קלוגן בר־מיצווה־בחור איז געווען אַזוי. וויפֿל דניאל זאָל נישט אויסבעסערן ראָלאָס אַרויסרייד פֿון "אַדון עולם", האָט ער ווײַטער געמאַכט די זעלבע גרײַזן.
אָבער דערנאָך האָט דניאל, אַ פּנים, אײַנגעזען, אַז די אויפֿטוען פֿון דעם קליינעם, אײַנגעשפּאַרטן ייִדישן ייִשובֿ שטײַגן איבער זייערע חסרונות. "איך ווייס, אַז ס׳איז זיי נישט גרינג," האָט ער צוגעגעבן. "האָפֿנטלעך, מיט דער צײַט וועלן זיי מיט דעם אויך מצליח זײַן."