פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
שלמה יודאָווין, אין שטעטל
שלמה יודאָווין, אין שטעטל

צו זײַן אַ ייִד איז אַ שווער שטיקל פּרשה. מיר זײַנען פֿאַרזאָרגט מיט דער הייליקער תּורה, גמרא, כּלערליי הלכות וואָס דיקטירן אונדז ווי זיך צו פֿירן פֿון פֿרי ביז שפּעט; וואָס נישט צונויפֿמישן בעת דער אַכילה, מילכיקס און פֿליישיקס באַזונדער; קושן די מזוזה, מאַכן הקפֿות און גיין צו תּשליך, פֿירן די ייִנגעלעך אין חדר און דאַווענען דרײַ מאָל אַ טאָג, אויפֿשטיין צו חצות און באַוויינען דעם חורבן בית־המיקדש; נטילת־ידים, גיין אָנגעטאָן צניעותדיק און טראָגן באָרד און פּאות, מיט אַ קאַפּעלע און אַ שטרײַמל; עסן לאַטקעס און פּאָנטשקעס — חנוכּה, המן־טאַשן — פּורים, מצה — פּסח, און לייענען די הגדה; מילכיקס — שבֿועות, געפֿילטע פֿיש בײַם שבת־טיש, אַ קאַרפּנקאָפּ פֿאַרן טאַטן; קוויטלעך מיט פּדיון פֿאַרן רבין, זאָגן קדיש בײַ יזכּור, חופּה־וקידושין כּדת־משה־וישׂראל, ברית־מילה, צוגרייטן דעם בנוק צו בר־מיצווה, גיין אין מיקווה, צינדן שבת־ליכט, זינגען זמירות בײַם שבת־טיש, באַזאָרגן אָרעמע כּלות; געבן צדקה, און לאָמיר נישט פֿאַרגעסן די חבֿרה־קדישא פֿאַר דער קבֿורה... איר ווילט נאָך? אוי, יאָ; שיִער נישט פֿאַרגעסן — צוגרייטן פֿאַר זיך ווײַסע תּכריכים פֿאַר דער אייביקייט. דאָס הייסט, פֿאַר דער רגע וואָס משיח צדקנו באַווײַזט זיך אויף דער ליכטיקער שײַן. איך בין זיכער, אַז איך לאָז אויס טויזנט און איין נאַכט פֿון די הלכות און טראַדיציעס, מינהגים, דינים און ריטואַלן. איז זײַט מיר מוחל.

געווען אַ פֿאַל ווען אַ ייִד האָט זיך גענייט ווײַסע תּכריכים מיט כּשרן פֿאָדעם. געשען איז דאָס אין אַ קליין, פּיטשימאָנטשקעלע שטעטעלע ערגעץ וווּ אין מיזרח־אייראָפּע, וווּ ייִדן האָבן אָפּגעהיט אַלע מיצוות ווי ס׳געהערט צו זײַן. לאָמיך איבערטרײַבן אַ טשוטקעלע. די פֿאַרצײַטיקע ייִדן זײַנען אַלע געווען צדיקים, נבֿונים און גאָר אַ פֿרומע געהאָרכזאַמע עדה? מסתּמא טרײַב איך איבער.

איז אַ ייִד געגאַנגען אָנמעסטן די תּכריכים וואָס מאָטל דער שנײַדער האָט זיך ספּעציאַליזירט אויף דעם געביט. נו, האָט ער געמאָסטן און געמאָסטן און ס׳איז געלעגן אויף אים ווי אויסגעגאָסן. ממש אַ נחת פֿאַר כּל־עם־ועדה. פֿון זײַן מויל האָט זיך געגאָסן די פֿרייד פֿון איינעם וואָס וועט זײַן גרייט אַריבערצוטרעטן די פּאַפּירענע בריק וואָס וועט אים פֿירן גלײַך אין דער אייביקייט אַרײַן. פֿאַרגעסט נישט, אַז ווען משיח וועט קומען וועלן ייִדן לויפֿן איבער דער פּאַפּירענער בריק און גויים וועלן שטעלן פֿיס אויף דער אײַזערנער בריק און זיי וועלן אַלע דערטרינקען ווערן, און וווּ וועלן זיי אָנקומען, די ייִדן הייסט עס? אַהין וווּ עס זינגען די קאַנאַריקלעך אייביקע שירה, און די מלאכים פֿלאַטערן אַרום שׂישׂו־ושׂימחהדיק, אַהין וווּ דער שור־הבור פּאַשעט זיך אַזוי געמיטלעך אויף דער גרינער לאָנקע און דער לוויתן מאַכט פּירועטן און קאָזשלקעס אין די גן־עדן־וואַסערן.

ס׳אַראַ פֿאַרגעניגן, נאָר אויף ייִדן געדאַכט. און אַזוי טאַנצנדיק בײַם שנײַדער אין קאַמאָדע אָנגעטאָן אין זײַנע נײַע תּכריכים, האָט דער ייִד אַרויסגעטאַנצט אין שטעטל, דורך סטעזשקעס און לאָנקעס און גלײַך צום בית־החיים, בלויז צו פֿילן דעם טעם פֿון דער בקרובֿדיקער קבֿורה וואָס וועט אים ווײַזן דעם וועג אין דער אייביקייט.

ייִדן פֿון שטעטל האָבן אַרויסגעשטעקט די קעפּ פֿון די קרומע פֿענצטערלעך וואָס האָבן אַרויסגעקוואָלן פֿון זייערע כאַטעס. שכנים האָבן זיך געפֿרייט מיטן ייִדן און אַרויסגעלאָזט אַ הילכיקן אָמן! אַלטע ייִדן האָבן זיך געכאַפּט צום פֿלעשעלע משקה און אים געוווּנטשן אַ לײַכט שליטוועגס איבער הונדערט און צוואַנציק.

טאַנצט זיך אַזוי דאָס ייִדל ביז ער קומט אָן צום בית־עולם. העלפֿט גאָט, און דער ייִד פֿאַלט אַוועק אין חלשות ביז ער הויכט אויס די נשמה. טאַקע גלײַך דאָרט אויפֿן הייליקן אָרט. איז דאָך געוואָרן אַ סומאַטאָכע. מ׳דאַרף דאָך טאָן דעם ייִדן זײַן רעכט און אים באַגראָבן כּדת, מיט אַלע ייִדישע פּיטשעווקעס. האָט מען גערופֿן די חבֿרה־קדישא, און זיי האָבן אים געמוזט אַרײַנטראָגן אין טויטן־שטיבל, אויסטאָן די נײַע, פֿון דער נאָדל אַוועק תּכריכים, צו טאָן זײַן רעכט, אויסשווענקען די נײַע תּכריכים און צוריק זיי אָנטאָן אויפֿן ייִדן וואָס האָט אַזוי געלעכצט צו דערלעבן משיחס צײַטן. דאָס זעט איר איז פֿאָרגעקומען אין אַ קליין, פּיטשיניונקעלע שטעטעלע, גרויס ווי אַ גענעץ וואָס מ׳קען נישט עד־היום געפֿינען אויף קיין שום מאַפּע.

ערשט די טעג דערוויס איך זיך, אַז דאָ, דווקא אַרום אונדז, אין די פֿרומע געסעלעך פֿון וויליאַמסבורג און באָבאָוו, באָראָ־פּאַרק און קראַון־הײַטס, מאָנסי און ניו־סקווער, קרית־יואל און וויזשניץ, זײַנען אויך פֿאַראַן שנײַדער וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט דער מלאָכה פֿון צושנײַדן תּכריכים פֿאַרן ביאת־המשיח.

האָט איין ייִדענע אין ברוקלין, אַ מר״ס איצקאָוויטש, ווען זי איז געקומען צו אַ רײַפֿן עלטער, איז זי אַוועק צו אַזאַ מין לחיים־שנײַדער וואָס ספּעציאַליזירט זיך אויף תּכריכים לכּבֿוד משיחס פּלוצעמדיקן אָנקום.

אײַ וואָס די ייִדן האָבן זיך אויסגעוויינט די אויגן די טויזנטער יאָרן, ווען מ׳האָט זיי פֿאַרברענט אויף די שײַטער־הויפֿנס, געשאָכטן ווי די לעמעלעך, פֿאַרברענט אויף אַש און פּאָרעך אין די קרעמאַטאָריעס, האָט מען פֿון משיחן קיין פּיפּס נישט געהערט, ווי ער וואָלט פֿאַרזונקען ערגעץ צווישן די הרי־חושך, אײַנגעקאָוועט ערגעץ אין וועג, פֿאַרזונקען אין די ברויזנדיקע וואַסערן פֿון אַ "צונאַמי." גיי שרײַ חי־וקיים, אַז עס ווערן פֿאַרטויבט די אייבערשטע ספֿערן פֿון דער קבלה, זיי זאָלן זיך שפּאַלטן.

וווּ איז ער געווען, משיח בן־דוד, ווען פֿרומע ייִדן האָבן געריסן קריעה, ווען מ׳האָט געשניטן בערד, ווען מ׳האָט אונדז פֿאַרטיליקט, פֿאַרשניטן אונדזער געביין — גאָרנישט. הײַנט, דווקא הײַנט, ווען מיר לעבן אין פֿרידן אין אַמעריקע נעמט מען זיך צושנײַדן ווײַסע קליידער אויף דער הייליקער רגע פֿון משיחס קומען.

איז מר״ס איצקאָוויטש אַוועק צום תּכריכים־געשעפֿט און באַשטעלט פֿאַר זיך אַ לאַנג באַלאָווע קליידל מיט אַ באַשלאָק (hood), און אַז דער שנײַדער האָט זי געפֿרעגט פֿאַרוואָס דווקא אַ באַשלאָק? האָט זי געענטפֿערט:

"איך וויל אויסזען ווי שׂרה אמנו. זי האָט מסתּמא געטראָגן פּונקט אַזאַ קליידל מיט אַ באַשלאָק."

"און ווי האָט זיך געקליידט רחל אמנו?" — האָט דער שנײַדער זי ווײַטער געפֿאָרשט.

"אפֿשר האָט זי געטראָגן גאָר אַנדערע קליידער" — האָט זי געענטפֿערט — "נאָך אַלעמען האָט זיך דאָך יעקבֿ אָבֿינו פֿאַרליבט אין איר איבער די אויערן. איז אַ סימן אַז זי האָט נישט געטראָגן קיין באַשלאָק."

"רחל איז געשטאָרבן זייער יונג!" — האָט מר״ס איצקאָוויטש געטענהט — "איך בין שוין אַ ייִדענע אין די יאָרן. שׂרה אמנו איז שוין אויך נישט געווען קיין שיפּע־זיבעלע, ווען זי האָט געבוירן איציקלען. נישט וואָס איך וויל איר נאָכמאַכן, חס־וחלילה, אָבער איך וויל זי באַגעגענען אין גן־עדן און זען לויט וועלכער מאָדע מען האָט זיך דעמאָלט געקליידט. וויל איך אויך זײַן מאָדיש, פּונקט ווי אין חומש שטייט."

איז מר״ס איצקאָוויטש אַוועק אַהיים אַ גליקלעכע וואָס זי האָט זיך אײַנגעהאַנדלט משיחס גאַרניטור. ס׳איז אַ גאָלדן געשעפֿט, ייִדן באַשטעלן משיחס באַקליידונג. אויב שוין יאָ אַזוי, פֿאַרוואָס נישט עפֿענען אַ געשעפֿט מיט משיחס יאַרמלקעס, טליתים, מזוזות, אַ של־ראָש מיט אַ של־יד, שײַטלען, קאַפּאָטעס, ווײַסע זאָקן און הענטשקעס, רויטע בענדעלעך אויף עין־הרע און שיר־המעלותן. נאָך אַלעמען, ייִדן מאַכן אַ לעבן פֿון אונדזערע טראַדיציעס, מינהגים און ריטואַלן.

נאָך אַלעמען, האָבן מיר דאָך משגיחים און רביים וואָס לייגן אַ חתימה אויף גלאַט־כּשר פֿלייש, וואָס איז נישט מער ווי אַ משיח־שטעמפּל. פֿלייש איז אָדער כּשר אָדער טריף. אַ משגיח פּסקנט הײַנט כּשר אַזעלכע פּראָדוקטן ווי שנורעוואַדלעס און זייף, פּסחדיק טואַלעט־פּאַפּיר און צוקערקעס. טריף איז אַ ירושלימער לאָקשן־קוגל און עפּל־שטרודל. פֿאַרוואָס? ווײַל זייער אַראָמאַט דערגרייכט צו די ישיבֿה־בחורים און רײַסט זיי אַוועק פֿון זייער קאָנצענטראַציע בײַם לערנען די גמרא.

וואָס זאָל איך אײַך זאָגן ליבע מענטשן. ס׳איז דערגאַנגען ביז אַבסורד. דער וווּנדער איז וואָס עס שטייט נישט אויף אַ רבֿ, אַ רבי, אַ צדיק, אַ ראָש־הדור און מאַכט נישט קיין קרעפּלפֿלייש פֿון די אַלע "ביזנעס־אונטערנעמונגען," ווײַל נאָך אַלעמען אַפֿילו אין גלות־בבֿל איז אַמאָל פֿאַרלאָפֿן אַן ענלעכע געשיכטע. און דאָס איז געשען ערבֿ־פּסח, ווען ייִדן האָבן געהאַלטן בײַם אײַנקויפֿן נײַע פּסחדיקע טעפּ, האָבן די סוחרים פּרובירט אַרויפֿשרויפֿן די פּרײַזן. איז אַרויס אַ רבי, צונויפֿגערופֿן די סוחרים און זיי געוואָרנט, אַז אויב זיי וועלן נישט אַראָפּלאָזן פֿון די פּרײַזן, וועט ער אַרויסגעבן אַ הכשר, ייִדן זאָלן כּשרן זייערע טעפּ אויף פּסח. נו? די סוחרים האָבן זיך אונטערגעגעבן.

איך האָב אַרומגעזוכט אין מײַנע גמרות דעם עפּיזאָד און בשום־אופֿן נישט געקענט עס געפֿינען. איך האָב געקלונגען מײַן גוטן פֿרײַנד יהושוע אײַבושי, וועלכער איז אויסגעקאָכט אין דער גמרא. אָבער בחינם. נישט געפֿונען. ווענד איך זיך צו די גמרא־גאונים, טוט מיר אַ טובֿה און פּרובירט צו געפֿינען דעם עפּיזאָד. און אויב איר געפֿינט עס, שיקט עס מיר צו אין דער רעדאַקציע פֿון "פֿאָרווערטס." איך וועל אײַך שטאַרק דאַנקבאַר זײַן.

‏חשובֿע פֿרוי

‏חשובֿע פֿרוי שמולעוויטש־האָפֿמאַן,

דער ציטאַט וואָס איר זוכט איז פּסחים 30א, און דער רבי איז געווען ר' שמואל. אויך קען מען זען עפּעס ענלעכס אין סוכּה 34ב און מישנה כּריתות 1:7. ‏