קונסט

דעם זומער אין קראָקע, אינעם "גאַליציע־מוזיי" קומט מיט דערפֿאָלג פֿאָר די אויסשטעלונג פֿון דער אַמעריקאַנער מאָלערין פֿעי גריידזשאָווער. די אויסשטעלונג טראָגט דעם נאָמען "געשטאַלטן און ווערטער" און וועט אָנגיין ביז נאָוועמבער. נישט לאַנג צוריק האָט פֿעי גריידזשאָווער זיך אומגעקערט פֿון פּוילן קיין באָסטאָן, וווּ זי וווינט, און איך האָב געכאַפּט מיט איר אַ קורצן שמועס. די מאָלערין האָט דערציילט, אַז זי האָט זיך באַמיט אויף אַן אַוואַנגאַרדיסטישן אופֿן, מיט דער שפּראַך פֿון סימבאָלן און מעטאַפֿאָר, איבערצוגעבן אויף אירע לײַוונטן דעם גײַסט פֿון דער ייִדישער דיכטונג, זײַנענדיק באַגײַסטערט פֿון דער שאַפֿונג פֿון קאַדיע מאָלאָדאָווסקי, רחל קאָרן און רייזל זשיכלינסקי.

פֿעי גריידזשאָווער זאָגט, אַז דער פֿאָקוס פֿון איר שאַפֿונג איז אַ מין צונויפֿשמעלץ פֿון געשיכטע מיט עלעמענטן פֿון אומבאַוווּסטזײַן, וואָס דער זכּרון האָט אײַנגעזאַפּט און ווירקט אויף אונדזער טאָג־טעגלעכקייט. אין אירע ווערק ניצט זי אויס די שפּראַך פֿון געשטאַלטן, כּדי איבערצוגעבן די אַבסטראַקטע פֿאָרמעס דורך אַ ספּעציעלן חומר, קאַליגראַפֿישע מיטלען, וואָס רופֿן אַרויס געוויסע איבערלעבענישן. דערמיט ווערט געשאַפֿן אַ באַזונדערע אַטמאָספֿער פֿון רוים און ליכט, וועלכע רופֿן אַרויס בײַ יעדן מענטשן זײַנע אייגענע דערמאָנונגען.

פֿעיס קינדשאַפֿט איז דורכגעגאַנגען אין באָסטאָן אין אַ משפּחה, וווּ ייִדישקייט האָט פֿאַרנומען אַ בכּבֿודיק אָרט אינעם לעבנס־שטייגער. אירע עלטערן זײַנען געקומען קיין אַמעריקע פֿון בעלגיע און האָלאַנד. זיי האָט אָפּגעגליקט. זיי האָבן נאָך באַוויזן צו אַנטלויפֿן פֿון אייראָפּע מיט דער לעצטער שיף. אַלע זייערע קרובֿים, וואָס זײַנען דאָרט געבליבן, זײַנען אומגעקומען.

פֿעי גריידזשאָווער
פֿעי גריידזשאָווער

אין ניו־יאָרק האָט פֿעי זיך געלערנט אין אוניווערסיטעט און אין אַ ישיבֿה; לעקציעס פֿון קונסט האָט זי גענומען אין ישׂראל און איטאַליע. די טאַטע־מאַמע פֿלעגן זייער קאַרג זיך טיילן מיט דער טאָכטער מיט זייערע מלחמה־איבערלעבענישן; זי אָפּגעהיט פֿון די שרעקלעכע דערמאָנונגען, וואָס האָבן זיך אײַנגעקריצט אינעם זכּרון. אָבער אינעם אונטערבאַוווּסטזײַן פֿון פֿעי עקזיסטירן זיי אויף אַ מין גענעטישן אופֿן. זי האָט אַ סך געלייענט וועגן דעם חורבן, געשמועסט מיט מענטשן, וואָס האָבן עס איבערגעלעבט.

דער אומקום און גבֿורה פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, דער גורל פֿון ישׂראל און אונדזער וועג אין דער הײַנטיקער וועלט — דאָס איז די הויפּט־טעמע פֿון כּמעט אַלע ווערק, געשאַפֿן פֿון פֿעי גריידזשאָווער. צוליב דעם איז גענוג אַ קוק צו טאָן אויף די טעמאַטישע נעמען, וואָס אירע אויסשטעלונגען טראָגן: "דער געירשנטער זכּרון", "אַ שלום־תּפֿילה פֿאַר ירושלים", "קרובֿישע נשמות", "לופֿט און נעפּל". די מאָלערין ווייסט גוט, פֿון וועמענס נאָמען זי רעדט אין דער וועלט; אָבער איר געדאַנק און פֿאַנטאַזיע באַגרענעצן זיך נישט נאָר מיט נאַציאָנאַלע דלתּ אַמות. זי אינטערעסירט זיך אויך מיט דער קולטור פֿון אַנדערע פֿעלקער.

אין די טראַדיציאָנעלע טעכנישע מיטלען פֿון קונסט טראָגט פֿעי גריידזשאָווער אַרײַן איר אייגענע עקספּערימענטאַלע נאָוואַטאָרישקייט. אַזוי, למשל, מישט זי צונויף פֿאַרב מיט זאַמד. נישט פּשוט זאַמד, נאָר געבראַכט פֿון ישׂראל, פֿונעם נגבֿ, וואָס האָט ווי אײַנגעזאַפּט אין זיך דעם גײַסט פֿון דער טויזנט־יאָריקער פֿילפֿאַרביקער געשיכטע. חוץ זאַמד פֿונעם מידבר, ענלעך צו פֿאַרקילטע כוואַליעס פֿון צײַט, ווערן אויסגעניצט אינעם קאָלאַזש "אָרון־עדות" פּאַרמעט, לײַוונט, און דער יסוד פֿון דעם ווערק איז האָלץ. טראַכט זיך אײַן אין דעם געהיימען זין פֿונעם חומר גופֿא: די מגילות זײַנען דאָך אויך אָנגעשריבן אויף פּאַרמעט; און די מענטעלעך זײַנען געמאַכט פֿון שטאָף. פֿון האָלץ איז געמאַכט געוואָרן נחס תּבֿה. און בכלל, אַלץ וואָס ס׳האָט אַ שײַכות צו דער ייִדישער אמונה, טראָגט אין זיך דעם זכר פֿון בראשית און פֿון באַנײַונג, נאָכן גרויסן מבול. אין די ווערק פֿון פֿעי גריידזשאָווער פֿלעכטן זיך איבער די פֿאַרבן און טעקסטור פֿון אוראַלטע צײַטן מיט די פֿאַרבן פֿון דער נאָענטער געשיכטע, בפֿרט מיטן חורבן. דערמיט גיט די מאָלערין צו פֿאַרשטיין, אַז בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט זיך פֿאַר די ייִדן קיין נײַע תּבֿה נישט געפֿונען. עס זײַנען געבליבן נאָר פֿאַבלוטיקטע שטיקער און שפּליטערס, וואָס קאָנען זײַן אַן אָנהייב צו אַן אויפֿלעב.

פֿעי גריידזשאָווער זאָגט: "וויכטיק איז, אַז דער מענטש, וואָס קוקט אויף מײַנע בילדער, זאָל נישט שטיין אויף אַן אָרט און זיי באַטראַכטן. איך וואָלט געוואָלט ער זאָל מיט זיי פֿאַרפֿירן אַ דיאַלאָג."

בעתן באַזוכן דעם געוועזענעם קאָנצענטראַציע־לאַגער אין בוכענוואַלד, דערמאָנט זיך פֿעי גריידזשאָווער, איז אין יענעם טאָג געווען אַ געדיכטער נעפּל. זי האָט אַפֿילו נישט געקאָנט זען די באַראַקן. דער דײַטש וואָס האָט זי באַגלייט, אַליין אַ געוועזענער קאַצעטלער פֿון דעם לאַגער, האָט איר באַמערקט, אַז אין דעם נעפּל ליגט אַ געוויסע סימבאָלישקייט: ביז הײַנט באַהאַלט זיך הינטער אים אויס יענער שוידער, וואָס האָט דאָ אַמאָל געיאָמערט. צו צעטרײַבן דעם נעפּל און אָנרופֿן זאַכן מיט זייערע אייגענע נעמען — אין דעם שטעקט די אויפֿגאַבע פֿון איר אויפֿטו ווי אַ קינסטלערין.

כּדי בעסער צו פֿאַרשטיין די פֿאַרגאַנגענהייט, האָט פֿעי גריידזשאָווער נישט איין מאָל באַזוכט דײַטשלאַנד, ווי אויך אַנדערע לענדער. אָבער קודם־כּל קוקט זי זיך אַרײַן אין איר אייגענער אינערלעכער וועלט און באַמיט זיך אָביעקטיוו אָפּצושאַצן איר שאַפֿערישע שטרעבונגען און איר שאַפֿונג בכלל.