ווי מיר האָבן שוין אַ סך מאָל באַהאַנדלט, זענען די נעמען פֿון די פּרשיות טיף פֿאַרבונדן מיט זייער אינהאַלט. מע קאָן זאָגן, אַז די הײַנטיקע סדרה טראָגט דעם סאַמע אַבסטראַקטן נאָמען אין דער גאַנצער תּורה. דאָס וואָרט "עקבֿ" איז נישט אַ סובסטאַנטיוו אָדער אַ ווערב, נאָר אַ בינדוואָרט, וואָס מיינט "ווײַל" אָדער "ווי אַ רעזולטאַט פֿון".
ווי אַ המשך פֿון די צוויי פֿריִערדיקע פּרשיות אינעם חומש "דבֿרים", האָט משה רבינו ווײַטער געפֿירט זײַנע מוסר־דרשות און גערופֿן די ייִדן צו היטן די מיצוות און נישט צו טאָן קיין עבֿירות. ער האָט דערמאָנט דעם חטא פֿונעם גאָלדענעם קאַלב, דאָס מחלוקת פֿון קורח און אַנדערע אומגליקלעכע אינצידענטן.
מיט צוויי וואָכן צוריק, האָבן מיר באַטראַכט דעם אַלגעמיינעם לייטמאָטיוו פֿונעם גאַנצן חומש "דבֿרים". פֿון איין זײַט, איז ער פֿאַרבונדן מיט אַ נעגאַטיוון ענין — משה רבינוס טויט. פֿון דער צווייטער זײַט, ווײַזט דער דאָזיקער טייל פֿונעם חומש אָן, אַז אַ מענטש איז בכּוח צו דערגרייכן די גרויסע מדרגה פֿון דבֿקות מיט דעם אייבערשטן; צוליב דעם, זענען משהס אייגענע תּפֿילות און דרשות געוואָרן אַן אינטעגראַלער טייל פֿון דער תּורה־מן־השמים.
אַן אַנדער וויכטיקער מאָמענט, וועלכער ווערט דערמאָנט אינעם חומש־דבֿרים, איז די ביאת־המשיח און תּחית־המתים. אין דער הײַנטיקער סדרה געפֿינט זיך די צווייטע פּרשה פֿון קריאת־שמע, וווּ דער אייבערשטער זאָגט צו, אַז ער וועט געבן דאָס הייליקע לאַנד צו די ייִדישע אָבֿות; דאָס הייסט, ווי עס דערקלערן די חז״ל, וועט משה רבינו אַמאָל אויך באַקומען אַ חלק אינעם הייליקן לאַנד — הגם איצט מוז ער שטאַרבן אינעם מידבר. אין דער הפֿטורה פֿון דער הײַנטיקער וואָך גייט אַ רייד בפֿירוש וועגן משיחס צײַטן, ווען די גאַנצע וועלט וועט ווערן הייליק.
ווי מיר האָבן באַהאַנדלט די פֿאָריקע וואָך, זענען דער טויט און די גאולה פּאַראַדאָקסיש פֿאַרבונדן. דער גאַנצער לעבנסוועג פֿונעם מענטש ווערט פֿאַרגליכן, על־פּי־חסידות, צו די וואַנדערונגען פֿון מצרים קיין ארץ־ישׂראל. דער געבורט ווערט פֿאַרגליכן מיט יציאת־מצרים און דער טויט — ווען די מענטשלעכע נשמה גייט אַוועק פֿונעם גשמיותדיקן מידבר און איז עולה אין הימל.
עס זענען דאָ פֿאַרשיידענע מדרגות פֿון גאולה. דער ראָפּשיצער רבי דערקלערט אין זײַן ספֿר "זרע קודש", אַז הגם משה איז ניפֿטר געוואָרן, איז ער געבליבן די קאָלעקטיווע נשמה פֿונעם גאַנצן כּלל־ישׂראל. אין דעם זין, איז ער שוין אַרײַנגעקומען אינעם הייליקן לאַנד — סײַ ברוחניות, סײַ בגשמיות. די מקובלים באַטאָנען, אַז משה רבינו אַליין איז משיח, אין אַ געוויסן זין, ווײַל זײַן נשמה ליגט תּמיד אינעם משיחישן כּוח, וואָס פֿירט די וועלט צו ביסלעך צו דער גאולה.
דאָס וואָרט "עקבֿ" האָט עטלעכע באַדײַטן. אינעם קאָנטעקסט פֿון דער הײַנטיקער פּרשה, איז עס אַ זעלטענע פּרעפּאָזיציע. "והיה עקבֿ תּשמעון" — "ווי אַ רעזולטאַט פֿון אײַער צוהערן זיך צו די מיצוות און אָפּהיטן זיי, וועט דער אייבערשטער אָפּהיטן דעם בונד, וועלכן ער האָט געשלאָסן מיט אײַערע אָבֿות". די דאָזיקע פּרעפּאָזיציע באַצייכנט די באַציִונג צווישן סיבות און רעזולטאַטן: אויב איר טוט אַ געוויסע זאַך — וועט זיך באַקומען אַ געוויסער עפֿעקט.
בוכשטעבלעך מיינט אָבער דאָס וואָרט "עקבֿ" אַ פּיאַטע. לינגוויסטיש גערעדט, איז עס נישט קיין חידוש. אין אַ סך שפּראַכן ווערט די פֿאַרבינדונג צווישן אַ סיבה און אַ רעזולטאַט אויסגעדריקט מיט ווערטער, וואָס האָבן צו טאָן מיט די פֿיס אָדער טריט. טראַכט זיך, למשל, אַרײַן, אין דעם בוכשטעבלעכן עטימאָלאָגישן באַדײַט פֿון אַזעלכע ייִדישע אויסדרוקן ווי "דער רעזולטאַט קומט אַרויס..." אָדער "דערפֿון פֿירט מען אויס...". אין אַנדערע שפּראַכן ווערט אַ רעזולטאַט באַטראַכט ווי אַ טראָט אָדער באַוועגונג. בקיצור, זאָגט אונדז די תּורה, אַז ווען מיר טוען גוטס, וועלן די "פּיאַטעס" פֿון אונדזערע מעשׂים ברענגען אונדז צו גוטע רעזולטאַטן.
אין די חסידישע ספֿרים ווערט אָבער דערקלערט, אַז אינעם דאָזיקן וואָרט באַהאַלט זיך אַ טיפֿער באַדײַט. ווי ס׳איז באַקאַנט, ווערט די הײַנטיקע צײַט אָנגערופֿן "עקבֿתא-דמשיחא" — "משיחס פּיאַטע". הגם מיר לעבן נאָך אין גלות, קאָן מען שוין זען די ערשטע שפּראָצונגען פֿון דער גאולה — נישט אינעם פּאָליטישן זין, חלילה, ווײַל בגשמיות איז די וועלט גאָר ווײַט פֿון פֿרײַהייט און האַרמאָניע, נאָר אויף אַ סך אינטעלעקטועלע געביטן.
אינעם ספֿר־הזוהר איז געווען פֿאָרגעזאָגט, אַז נאָכן יאָר 5600 — דאָס הייסט, אין דער ערשטער העלפֿט פֿונעם נײַנצנטן יאָרהונדערט — וועלן אין דער וועלט זיך עפֿענען די קוואַלן פֿון חכמה — סײַ פֿון אונטן, סײַ פֿון אויבן. אַ סך חסידישע צדיקים אין יענער צײַט האָבן געמאָלדן, אַז אין יענער תּקופֿה האָט זיך צו ביסלעך אָנגעהויבן אַנטפּלעקן די חכמה פֿון משיחס צײַטן, מיינענדיק דערמיט די נײַע דימענסיעס פֿון דער תּורה, וועלכע עס האָט מגלה געווען דער בעל־שם־טובֿ און זײַנע נאָכפֿאָלגער.
וואָס שײַך די "קוואַלן פֿון אונטן" — זעען מיר דאָך בפֿירוש, אַז במשך פֿון די לעצטע פּאָר הונדערט יאָר האָט די גאַנצע וועלט זיך ראַדיקאַל געביטן צוליב נײַע טעכנאָלאָגיעס און וויסנשאַפֿטלעכע אַנטדעקונגען. אין פֿאַרגלײַך מיט די פֿריִערדיקע דורות, מוז דער הײַנטיקער מענטש מער נישט אַרבעטן "אינעם שווייס פֿון זײַן פּנים", צוליב פֿאַרשיידענע חידושדיקע מאַשינען; צוליב די מאָדערנע רפֿואות איז געוואָרן גרינגער פֿאַר אַ פֿרוי צו האָבן אַ קינד. מע זעט, אַז די קללות, מיט וועלכע אָדם־הראשון איז פֿאַרשאָלטן געוואָרן, ווי עס שטייט געשריבן אין דער פּרשה "בראשית", זענען טיילווײַז אָפּגעשוואַכט געוואָרן.
וואָס שײַך די "קוואַלן פֿון אויבן" — האָבן זיך אין דער וועלט באַוויזן פּראָגרעסיווע סאָציאַלע טעאָריעס, וועלכע קאָנען העלפֿן מקיים צו זײַן בעסער די מיצווה פֿון אַהבֿת־הבריות. דער גרויסער מקובל רבי יהודה־לייב אַשלג האָט בפֿירוש געהאַלטן, אַז די סאָציאַלע אידעאַלן פֿון דער תּורה שטימען בעצם מיט די פּראָגרעסיווע פּאָליטישע פּאָזיציעס.
און פֿאָרט — לעבן מיר נאָך אַלץ אין דער תּקופֿה פֿון "עקבֿתא-דמשיחא", און נישט אין דער גאולה־צײַט. צום באַדויען, ווערן די בעצם־גוטע טעכנאָלאָגיעס און אידעען כּסדר פֿאַרדרייט און פֿאַרקריפּלט, ברענגענדיק אַ היזק און טויט, אַנשטאָט אַ טובֿה. האָפֿנטלעך, אָבער, וועלן די מענטשן צונויפֿבינדן אויף אַ ריכטיקן אופֿן די סיבות און רעזולטאַטן, כּדי אויסצונוצן די מאָדערנע אַנטפּלעקונגען צום גוטן, באַלויכטן זיי מיטן ג־טלעכן ליכט פֿון אַהבֿה און חסד, מאַכן מיט זייערע "פּיאַטעס" אַ שריט פֿאָרויס — און ברענגען טאַקע די אמתע גאולה.