Der Nister. Regrowth:
Seven Tales of Jewish Life Before, During, and After Nazi Occupation. Translated from the Yiddish
by Erik Butler.
Evanston, Illinois: Northwestern University Press, 2011.
דעם ניסתּרס ליטעראַרישע ירושה איז כּולל די ווערק פֿון גאָר פֿאַרשידענע סטילן. זײַן סימבאָליסטישע תּקופֿה איז גוט געפֿאָרשט און מער באַקאַנט דעם ניט־ייִדישן לייענער; דער רעאַליסטישער היסטאָרישער ראָמאַן "די משפּחה מאַשבער" איז איבערגעזעצט אויף עטלעכע שפּראַכן אָבער וואַרט נאָך אויף אַ גרונטיקער קריטישער אָפּשאַצונג. אָבער די סאַמע לעצטע ווערק זײַנע, וואָס געהערן צו דעם זשאַנער פֿון "חורבן־ליטעראַטור", זײַנען עד־היום געווען פֿאַרגעסן.
די איבערזעצונג פֿון "ווידערוווּקס", דעם זאַמלבאַנד פֿון דערציילונגען און נאָוועלן פֿון די יאָרן 1942—1946, וואָס איז אַרויס אין מאָסקווע אין 1969, וואָלט געקאָנט ווערן זייער אַ וויכטיקער בײַטראָג אין דער ייִדישער ביבליאָטעק אויף ענגליש. די דאָזיקע דערציילונגען פּאַסן ניט אַרײַן אין דער אָנגענומענער השׂגה פֿון חורבן־ליטעראַטור, און אפֿשר דערפֿאַר זײַנען זיי אַזוי לאַנג פֿאַרבליבן אויף די ראַנדן פֿון ייִדישער ליטעראַטור־געשיכטע.
סטיליסטיש זײַנען די דאָזיקע ווערק אַ דירעקטער המשך פֿון דער עוואָלוציע פֿון סימבאָליזם צו מאָדערניזם, וואָס דער ניסתּר האָט דורכגעמאַכט אין די 1930ער יאָרן. פֿון איין זײַט באַשרײַבט ער דאָ די ביז גאָר רעאַלע געשעענישן בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, מיט אַ סך קאָנקרעטע פּרטים. פֿון דער אַנדערער זײַט זײַנען די דאָזיקע מעשׂיות טיף סימבאָליש, צומאָל אַפֿילו פֿאַנטאַסטיש. זיי זײַנען אָנגעזאַפּט מיט אַלעגאָרישע רמזים און רעפֿערענצן צו דעם ניסתּרס פֿריִערע ווערק.
דער רוישטאָף פֿאַר די דאָזיקע מעשׂיות קומט מסתּמא פֿון די בעל־פּהיִקע דערציילונגען, וואָס דער מחבר האָט געהערט פֿון פּוילישע פּליטים אין צענטראַל־אַזיע, ווי אויך פֿון די גבֿית־עדות־מאַטעריאַלן, וואָס זײַנען אָנגעזאַמלט געוואָרן דורך דעם ייִדישן אַנטי־פֿאַשיסטישן קאָמיטעט אין די לעצטע יאָרן פֿון דער מלחמה. אָבער די ווירקלעכקייט ווערט איבערגעניצעוועט דורך דעם אייגנאַרטיקן שעפֿערישן כּוח־הדמיון פֿונעם שרײַבער, וואָס דער סאָוועטישער קריטיקער משה בעלענקי (דער רעדאַקטאָר פֿון דער מאָסקווער אויסגאַבע) האָט אים אָנגערופֿן "דער סאַמע טענדענציעזער שרײַבער אין אונדזער ליטעראַטור".
דעם ניסתּרס "טענדענציע" איז אַן עסטעטישע און מאָראַלישע, ניט קיין אידעאָלאָגישע אָדער פּאָליטישע. הגם זײַנע ווערק זעען אויס אויף דער אייבערפֿלאַך גאַנץ "כּשר" לויט די רעלאַטיוו ליבעראַלע סאָוועטישע סטאַנדאַרטן פֿון 1945—1946 (אָבער ניט פֿון 1937 אָדער 1948!), איז די אינעווייניקע טענדענץ זייערע גאָר אַן אַנדערע. דער ניסתּר מעסט זיך ניט מיט דער סאָוועטישער מאָס, נאָר מיט דער מאָס פֿון דער קלאַסישער ייִדישער טראַדיציע. אין אונטערשיד צו די מער באַקאַנטע קלאַסיקער פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור, אַזעלכע ווי באַשעוויס אָדער עגנון, וועלכע האָבן זיך ניט געפֿילט בכּוח צו באַהאַנדלען די חורבן־טעמע דירעקט, ווײַל זיי האָבן ניט געהאַט קיין פּערזענלעכע דערפֿאַרונג, איז פֿאַר דעם ניסתּר די דאָזיקע טעמע געוואָרן דער שפּיץ־פּונקט פֿון דער גאַנצער ייִדישער געשיכטע אין מיזרח־אייראָפּע.
די ערשטע נאָוועלע אינעם זאַמלבוך "מלך מאַגנוס" איז אַ ביאָגראַפֿיע פֿון אַ מוסטערהאַפֿטיקן ייִדישן פֿאָלקס־אינטעליגענט. דער הויפּטהעלד האָט אַרײַנגענומען שטריכן פֿון פֿאַרשידענע רעאַלע ייִדישע געלערנטע, אַזעלכע ווי בער באָראָכאָוו און מאַקס ווײַנרײַך. מאַגנוס איז אַן אינטעלעקטועלער און מאָראַלישער מורה־נבֿוכים פֿון זײַן דור, און דערפֿאַר מוז ער פֿאַרבלײַבן מיט זײַן פֿאָלק אין דער סאַמע שווערער שעה. מאַגנוסעס שליחות איז געוואָרן צו פֿאַרשרײַבן אַלץ, וואָס עס קומט פֿאָר מיט זײַן פֿאָלק בעתן חורבן.
דער סוף פֿון דער דאָזיקער געשיכטע אַנטהאַלט אַ שליסל, וואָס העלפֿט פֿאַרשטיין דעם ניסתּרס גאַנצן שעפֿערישן מעטאָד. דאָס שליסל־וואָרט קומט דאָ פֿון דער פֿרוידישער פּסיכאָ־אַנאַליטישער טעאָריע׃ "סובלימאַציע". דער ניסתּר דערקלערט דעם דאָזיקן באַגריף ווי "די פֿעיִקייט פֿון זיך איבערשליסן אויף גאָר אַנדערע געפֿילן און געדאַנקען, ווי די, מיט וועלכע מ׳איז פֿאַרנומען אין אַ געגעבענעם מאָמענט ניט גערן, וואָס דאָס טוט מען, אַ מאָל גאָר כּדי אויף אַ קורצווײַליק זיך צו צעשטרייען, און אַ מאָל אויף מער לענגער און גרינטלעכער צו וועקסלען דעם פּסיכישן שטאָף".
די געשטאַלט פֿון מלך מאַגנוס איז אַ גילגול פֿון אַ גאַנצער ריי פֿון סימבאָלישע פֿיגורן פֿון ניסתּרס פֿריִערע ווערק, פֿון "נײַגײַסט" און "הינטער אַ פּלויט" ביז "משפּחה מאַשבער". דער מחבר אַליין זעט זיך ווי אַ מין "שילער" פֿון יענע חכמים און לערער. זײַן ראָלע איז צו ברענגען צום דרוק (מעשׂה מענדעלע) דאָס "בינטל כּתבֿים, וואָס אים, דעם שילער, האָט זיך, נאָך גרויסע שוועריקייטן, אײַנגעגעבן צונויפֿצוזאַמלען און אין געהעריקער אָרדענונג צו ברענגען".
עס איז גאָר וויכטיק, וואָס דאָס רובֿ מעשׂיות קומען פֿאָר אין מיזרח־פּוילן, בפֿרט אין ווילנע, דעם סימבאָלישן צענטער פֿון ייִדישן לעבן אין מיזרח־אייראָפּע. די דאָזיקע געגנט איז געוואָרן סאָוועטיש ערשט מיטן אויסבראָך פֿון דער מלחמה, און האָט אָפּגעהיט דעם אַלטן ייִדישן לעבנסשטייגער, וואָס איז שוין חרובֿ געוואָרן אין די אַנדערע טיילן פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. דווקא דאָ געפֿינט דער ניסתּר די מוסטערן פֿון המשכדיקייט, פֿונעם גײַסטלעכן בונד צווישן קינדער און אָבֿות, וואָס איז דער קערן פֿון פֿאָלקסלעבן.
צום באַדויערן, זײַנען אַ סך וויכטיקע פּרטים, וועלכע געהערן צו דעם עצם פֿון דעם ניסתּרס סטיל, פֿאַרקריפּלט געוואָרן אין דער איבערזעצונג. דער איבערזעצער סטאַרעט זיך צו פֿאָלגן נאָך דעם אָריגינאַל, אָבער זײַנע קענטענישן פֿון דער ייִדישער שפּראַך, קולטור און געשיכטע זײַנען פּשוט צו שוואַך פֿאַר אַזאַ אַרבעט. פֿון "קרוינשטאָט" (וואָס מיינט סאַנקט־פּעטערבורג, די הויפּטשטאָט פֿון דער רוסישער אימפּעריע) מאַכט ער "קראָנשטאַט" (ז. 16), וואָס איז דער נאָמען פֿון אַ פֿעסטונג אויף אַן אינדזל לעבן פּעטערבורג; די "קאַרטוז־בערעזע", דאָס אָרט פֿון דעם פּוילישן לאַגער־תּפֿיסה פֿאַר פּאָליטישע אַרעסטאַנטן, ווערט איבערגעזעצט ווי "קאַשוביאַ" (ז. 118).
צומאָל זײַנען די גרײַזן גאָר קאָמיש׃ די "קאַרליקאָווע (דאָס הייסט, קליינטשיקע) סאָציאַליסטישע פּאַרטיי" ווערט אויסגעטײַטשט ווי "קאַרליקאָוו פּאַרטיי" (ז. 4), מיט אַ גרויסן "ק" — ווי אַ נאָמען פֿון אַ שטעטל "קאַרליקאָוו". ווען דער ניסתּר שרײַבט "מיט רעטעך, מיט שמאַלץ", טײַטשט דאָס דער איבערזעצער אויס ווי "אָן קיין סיבה, פֿון שטאָלץ" (ז. 29) (אפֿשר פּלאָנטערט ער "שמאַלץ" מיט "שטאָלץ"?) דאָס זײַנען בלויז עטלעכע בולטע בײַשפּילן, אָבער אין אַ סך פֿאַלן פֿאַרשטייט דער איבערזעצער ניט דעם אונטערשיד צווישן ייִדיש און דײַטשיש, בפֿרט ווען די ווערטער זעען אויס ענלעך. די פֿוסנאָטעס דערקלערן בלויז יענע דעטאַלן, וואָס האָבן צו טאָן מיט דײַטשלאַנד (און צומאָל האָבן זיי אַ קנאַפּן שײַכות צו דעם, וואָס שטייט אינעם טעקסט) און לאָזן איבער די מער וויכטיקע פּרטים, וואָס זײַנען נייטיק כּדי צו פֿאַרשטיין דעם מיין פֿונעם טעקסט.
דער איבערזעצער און דער פֿאַרלעגער האָבן אַרײַנגעלייגט אַ סך מי אין דער דאָזיקער אויסגאַבע. דאָס בוך גיט אַן אַנונג פֿונעם אָריגינאַל, אָבער אויב מען וויל זיך באַנוצן מיט דער דאָזיקער איבערזעצונג פֿאַר לערנען אָדער פֿאָרשן, מוז מען אומבאַדינגט אַרײַנקוקן אינעם אָריגינאַל.