- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
צוויי שילן אין ריווערדייל — אַ פֿאַרמעגלעכע ייִדישע געגנט אינעם צפֿון־מערבֿדיקן טייל פֿון בראָנקס, ניו־יאָרק — זענען פֿאַראַכטאָגן מיטוואָך געווען די צילן פֿון אַ טעראָריסטישן אַטאַק, וואָס די פּאָליציי האָט צונישט געמאַכט דורכן "פֿאַרקויפֿן" די טעראָריסטן פֿאַלשע אויפֿרײַס־אַפּאַראַטן. די פֿיר מענער — דזשיימס קראָמיטי, דייוויד וויליאַמס, אָנטאַ וויליאַמס און לאַ׳גער פּייען — האָבן אויך געהאַט בדעה אַראָפּצושיסן עראָפּלאַנען פֿונעם אַמעריקאַנער מיליטער. אַלע פֿיר זענען אַפֿראָ־אַמעריקאַנער, וועלכע האָבן אין תּפֿיסה אָנגענומען דעם מוסולמענישן גלויבן, און וווינען הײַנט אין דער שטאָט ניובורג, 60 מײַל צפֿון פֿון ניו־יאָרק. אין אויגוסט איז מיר אויסגעקומען צו פֿאַרברענגען אַ פּאָר וואָכן אין בערלין. כ'בין געקומען אַהין נאָך אַ פֿינף-יאָריקן איבעררײַס, און איך מוז זאָגן, אַז די שטאָט איז מיר נאָך מער געפֿעלן געוואָרן. ס'איז אַ ריזיקער כּרך, וווּ עס בלײַבט אַ היפּש ביסל פּראָווינציעלער רויִקייט, מע ווערט ניט דאָרטן אַזוי אויסגעמאַטערט ווי, אַ שטייגער, אין ניו-יאָרק, מאָסקווע צי לאָנדאָן. דערצו האָב איך ליב צו לייענען דײַטשישע צײַטונגען — מע פֿילט זייער אָפֿט אַ הויכן ניוואָ פֿון זשורנאַליזם און אַ דרך-ארץ פֿאַרן אינטעלעקטועלן ניוואָ פֿונעם לייענער. די אַנטי־מלחמה-אָרגאַניזאַציע, וואָס האָט לעצטנס אָנגעפֿירט מיט דער ריזיקער מאַניפֿעסטאַציע אין וואַשינגטאָן קעגן דער איראַק־מלחמה, פּלאַנירט איצט אַ צווייטע מאַסן־דעמאָנסטראַציע אין דער אַמעריקאַנער קרוינשטאָט. דאָס מאָל וועט דער ציל פֿון זייער אומצופֿרידנקייט זײַן מדינת־ישׂראל. דעם מאַרש פֿונעם 27סטן יאַנואַר, בײַ וועלכן עס האָבן זיך באַטייליקט צענדליקער טויזנטער מענטשן, האָט אָרגאַניזירט די גרופּע United for Peace and Justice (פֿאַראייניקט לטובֿת שלום און גערעכטיקייט) — אויך באַקאַנט דורך די ראשי־תּיבֿות "יו־עף־פּי־דזשיי". די זעלבע גרופּע האָט איצט אָנגעהויבן פּלאַנירן, בשותּפֿות מיט דער אָרגאַניזאַציע "אַמעריקאַנער קאַמפּאַניע צו לייזן די ישׂראל־אָקופּאַציע", אַ צוויי־טאָגיקע דעמאָנסטראַציע אין יוני, מיטן נאָמען "די וועלט זאָגט ׳ניין׳ צו דער ישׂראלדיקער אָקופּאַציע".
אימיגראַנטן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וואָס ווערן פֿאַרדעכטיקט אין טעראָריזם, מעג מען פֿאַרהאַלטן אויף אַן אומבאַגרענעצטער צײַט, און זיי האָבן נישט קיין רעכט אָנצוקלאָגן וועגן דעם אין די ציווילע געריכטן, האָט מאָנטיק דערקלערט די בוש־אַדמיניסטראַציע. דערמיט האָט זיך אָנגעהויבן אַ נײַער לעגאַלער וויכּוח אינעם קאַמף פֿאַר די רעכט פֿון די אַרעסטאַנטן, פֿאַרדעכטיקט אין טעראָריזם. פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט דאָס העכסטע געריכט פֿונעם שטאַט ניו־דזשערזי באַהאַנדלט דעם זעלבן ענין, וואָס ווערמאָנט האָט געטאָן אינעם יאָר 1999, און מאַסאַטשוסעטס — אין 2003: צי מע זאָל געבן האָמאָסעקסועלע פּאָרפֿעלקער די זעלבע רעכט ווי געוויינטלעכע חתונה־געהאַטע פּאָרפֿעלקער; למשל, צי איינער מעג ירשענען דעם פֿאַרמעגן פֿונעם צווייטן (אין פֿאַלן ווען מע האָט נישט אָנגעשריבן קיין צוואה), און צי די געזונט־פֿאַרזיכערונג פֿון אַ מלוכה־אָנגעשטעלטן קאָן אויך דעקן זײַן פּאַרטנער. די הויכע באַאַמטע פֿונעם "ווײַסן הויזִ" האָבן אַ גוטע סיבה זיך צו שרעקן. פֿאַראַכטאָגן דינסטיק איז דערשינען אַ נײַ בוך, Tempting Faith (מע פֿאַרפֿירט די גלייביקע), אָנגעשריבן פֿון אַן אינעווייניקסטן מענטש, דייוויד קואָ, וועלכער טענהט, אַז דאָס "ווײַסע הויזִ" האָט בכלל נישט ערנסט זיך באַצויגן צו פּרעזידענט בושס איניציאַטיוו, לטובֿת די רעליגיעזע צדקה־אָרגאַניזאַציעס, און בלויז אויסגעניצט די קאָנסערוואַטיווע קריסטן, כּדי צוצוציִען זייערע שטימען. אַ צאָל דעמאָקראַטישע פּאָליטיקער האָבן במשך פֿון די לעצטע צוויי וואָכן דערקלערט, אַז די סיבה פֿאַר וואָס צפֿון־קאָרעע האָט דורכגעפֿירט איר נוקלעאַרן אויספּרוּוו, איז צוליב פּרעזידענט דזשאָרדזש בושס "אומגעלומפּערטער" פּאָליטיק צום רעזשים. די רעזיגנאַציע פֿונעם רעפּובליקאַנער פֿלאָרידער קאָנגרעסמאַן מאַרק פֿאָולי, צוליב זײַנע סעקסועל־אָנגעלאָדענע בליצבריוולעך צו עטלעכע שיק־ייִנגלעך אינעם "רעפּרעזענטאַנטן־הויז", האָט גורם געווען אַן איבערקערעניש אינעם רעפּובליקאַנער־דאָמינירטן "הויז", בפֿרט אין אָט די לעצטע וואָכן פֿאַר די וואַלן. פֿון אַלע לײַדענישן און לײַדנשאַפֿטן, װאָס עס האָט איבערגעלאָזט נאָך זיך די צװײטע לבֿנונישע מלחמה, איז די שטאַרקסטע פֿון זיי — דער מנהיגים-סינדראָם, פֿון װעלכן עס לײַדט איצט די מדינה. לויט די אינערלעכע ראַנגלענישן, װאָס קומען פֿאָר אויפֿן פּאָליטישן און געזעלשאַפֿטלעכן פֿאָרום, און גאָר באַזונדערס, אין דער צװײטהערשנדיקער "עבֿודה", קאָן מען מײנען, אַז מדינת־ישׂראל איז געבענטשט מיט אַ שפֿע, ביז אַן עודף, פֿון פּאָטענציעלע אָדער גרייטװיליקע מנהיגים. פֿון די דורכגעפֿירטע פּובליק-טעסטן װײַזט זיך אָבער אַרויס, אַז װען עס קומט צום אויסװײלן צװישן זיי, איז קיינער נישט גענוג פּאָפּולער, כּדי צו װערן געקרוינט װי דער געװוּנטשענער מנהיג. רוקט דעריבער זיך אַרויס פֿון דאָס נײַ אויפֿן העכסטן שטאַפּל פֿון דעם לייטער דער קאַנדידאַט, װעלכער איז שוין צװײ מאָל פֿון אים געװאָרן אַראָפּגעשלײַדערט צוליב זײַן מנהיגישן דורכפֿאַל. פֿאַראַכטאָגן דאָנערשטיק האָט דער קאָנגרעס אָנגענומען דעם געזעץ־פּראָיעקט, וואָס פֿאַראָרדנט צו גרינדן אַ ספּעציעלע מיליטערישע געריכט־סיסטעם צו מישפּטן די פֿאַרדעכטיקטע טעראָריסטן. הגם די באַשולדיקטע וועלן דורך דעם נײַעם געריכט קריגן מער לעגאַלע רעכט ווי זיי האָבן געהאַט אונטער דער ביז־איצטיקער סיסטעם פֿון דער בוש־אַדמיניסטראַציע, וועלן זיי נישט קריגן אַלע רעכט, וואָס עס באַקומען די אַרעסטאַנטן אין אַ ציווילן אָדער מיליטערישן געריכט; ווי, למשל, דאָס רעכט פֿון "האַבעאַס קאָרפּוס" (דאָס הייסט, אָנגעבן אַן אָנקלאָג אין געריכט וועגן זייער אַרעסט). היציקע מאָסקװער זשורנאַליסטן רעדן שױן װעגן אַ קומעדיקער מלחמה מיט גרוזיע. די סיבה? דער אַרעסט פֿון פֿיר רוסישע אָפֿיצירן אין טביליסי, װאָס די גרוזינישע רעגירונג באַשולדיקט זיי אין שפּיאָנירן לטובֿת רוסלאַנד. דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק, בעת דער זיצונג פֿון רוסלאַנדס זיכערקײט־ראַט, האָט פּרעזידענט פּוטין אָנגערופֿן די דאָזיקע אַקציע "מלוכישער טעראָריזם" מצד גרוזיע. רוסלאַנד האָט עװאַקויִרט כּמעט אַלע דיפּלאָמאַטן מיט זײערע משפּחות, האָט אױפֿגעהערט אַרױסצוגעבן װיזעס פֿאַר גרוזינישע בירגער, און האָט אײַנגעפֿירט שטרענגע פּאָליציייִשע מיטלען, כּדי צו קאָנטראָלירן כּמעט אײן מיליאָן גרוזינער, װעלכע װױנען און אַרבעטן אין רוסלאַנד. דערבײַ דערקלערט מען אָפֿן, אַז אָט די אַלע אַקציעס האָבן אַ פּאָליטישן באַטײַט. לױט אַלע סימנים, נעמט מאָסקװע אױף די איצטיקע לאַגע זײער ערנסט. |