- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
מאָנטיק האָט דער אייראָפּעיִשער סטאַטיסטישער צענטער, וואָס גיט זיך אָפּ מיט אויספֿאָרשן די פֿראַגן פֿון ראַסיזם און קסענאָפֿאָביע פֿאַרעפֿנטלעכט אַ פּרטימדיקן באַריכט, וווּ עס ווערט באַטאָנט, אַז אין אייראָפּע וואַקסט כּסדר די "איסלאַמאָפֿאָביע". זי דריקט זיך אויס דורך בלוטיקע אַטאַקן אויף די מוסולמענער, ווי אויך דורך דיסקרימינאַציע בײַ דער אַרבעט און אויפֿן הײַזער־מאַרק. הײַיאָר, דעם 13טן דעצעמבער, האָט דער פּרעמיער־מיניסטער אהוד אָלמערט זיך געטראָפֿן מיטן איצטיקן פּויפֿסט, בענעדיקטוס דער 16טער. דעם 30סטן דעצעמבער וועט ווערן 13 יאָר זינט דער וואַטיקאַן האָט אָנגעקניפּט דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען מיט מדינת־ישׂראל. דעם 30סטן אָקטאָבער 1991 האָט זיך געעפֿנט די מאַדריד־קאָנפֿערענץ — די היסטאָרישע שלום־קאָנפֿערענץ מיט דער באַטייליקונג פֿון אַ דעלעגאַציע פֿון ישׂראל און דרײַ אַראַבישע דעלעגאַציעס: פֿון סיריע, לבֿנון און אַ בשותּפֿותדיקע יאָרדאַניש־פּאַלעסטינער דעלעגאַציע. די קאָנפֿערענץ איז צוזאַמענגערופֿן געוואָרן אונטער דער אַפּוטרופּסות פֿון די פּרעזידענטן פֿון די פֿאַראייניקטעע שטאַטן און דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד — דזשאָרדזש בוש (דער פֿאָטער) און מיכאַיִל גאָרבאַטשאָוו.
מיט פֿינף יאָר צוריק האָט אַ גרופּע גראַדואַנטן פֿון דער מעלבורנער ייִדישער טאָגשול "שלום־עליכם קאָלעדזש" געפֿאָדערט בײַ זייערע עלטערן און בײַ זייערע לערער, פֿירן צוזאַמען אַ קאַמף, אַז די ייִדישע שפּראַך זאָל אַנערקענט ווערן ווי אַ מאַטורע-לימוד אין דעם אויסטראַלישן שטאַט וויקטאָריע. פֿינף יאָר איז נישט אַזאַ לאַנגער צײַטאָפּשניט, נאָר איינע פֿון די דעמאָלט פֿופֿצן-יעריקע תּלמידות וועט אין צוויי יאָר אַרום גראַדויִרן מיט אַ דיפּלאָם ווי אַ ייִדיש-לערער בײַם אָרטיקן מאָנאַש אוניווערסיטעט; און צוועלף מיטלשול־תּלמידים פֿון דער "דוד המלך־שול" און פֿון דער "הר־הצפֿים קאָלעדזש" האָבן, סוף-כּל-סוף, אויסגעפֿונען זייערע רעזולטאַטן פֿון די ייִדישע מינדלעכע און געשריבענע עקזאַמענס, וועלכע זיי האָבן דורכגעמאַכט מיט פֿינף וואָכן צוריק, אין איינעם מיט אַלע אַנדערע תּלמידים אין וויקטאָריע, וואָס האָבן זיך געלערנט אַ שפּראַך ווי אַ מאַטורע-לימוד.
אין אונדזער פּרשה ווערט דערציילט, ווי יוסף הצדיקס ברידער האָבן זיך אַ צווייט מאָל אומגעקערט אין מצרים און געקומען אין הויז פֿון יוסף הצדיק; און יוסף האָט אָנגעזאָגט דעם אויפֿזעער פֿון זײַן הויז, ער זאָל צוגרייטן אַ מיטאָג־מאָלצײַט פֿאַר זײַנע ברידער. דערציילט דער פּסוק, אַז יוסף האָט אים געזאָגט די ווערטער: "...וטבֿוח טבֿח והכן..." (דער איינפֿאַכער טײַטש: ׳און שעכט אַ שעכטונג און גרייט צו׳); און אין גמרא ווערט דערקלערט, וואָס עס מיינען אָט די ווערטער, וועלכע באַטאָנען דאָס שעכטן און צוגרייטן — אַז "טבֿוח טבֿח" מיינט "פּרע להן בית השחיטה" (צו ווײַזן די ברידער אַז ס׳איז געווען אַ כּשרע שחיטה, ווי דאָס דאַרף זײַן על פּי דין); און "והכן" מיינט "טול גיד הנשה בפֿניהם", אַז די ברידער זאָלן זען, אַז ער נעמט אַרויס דעם גיד הנשה. דאָס הייסט, אַז יוסף הצדיק האָט באַפֿוילן מ׳זאָל צוגרייטן אַ כּשרע סעודה.
מויני שולמאַן ווער זשע איז געווען מויני שולמאַן, וואָס כּמעט אַלע אָנגעזעענע פּראָזאַיִקער האָבן זיך צו אים באַצויגן מיט אַזוי פֿיל אָפּשײַ און אַפֿילו ליבע? געוואַקסן איז ער אין אַ דורכויס ייִדישער שטוב און, ניט געקוקט אויף די פֿאַרוויסטונגען, וואָס האָבן זיך אָנגעהויבן נאָך אין די דרײַסיקער יאָרן, האָט ער שטענדיק געטענהט, אַז כּל־זמן ייִדן זײַנען פֿאַרשפּרייט איבער גאָר דער וועלט וועט אונדזער לשון ניט אונטערגיין.
|