מאָנטיק האָט דער אייראָפּעיִשער סטאַטיסטישער צענטער, וואָס גיט זיך אָפּ מיט אויספֿאָרשן די פֿראַגן פֿון ראַסיזם און קסענאָפֿאָביע פֿאַרעפֿנטלעכט אַ פּרטימדיקן באַריכט, וווּ עס ווערט באַטאָנט, אַז אין אייראָפּע וואַקסט כּסדר די "איסלאַמאָפֿאָביע". זי דריקט זיך אויס דורך בלוטיקע אַטאַקן אויף די מוסולמענער, ווי אויך דורך דיסקרימינאַציע בײַ דער אַרבעט און אויפֿן הײַזער־מאַרק.
נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט אין אייראָפּע זיך געשאַפֿן אַ ריזיקע מענטשלעכע פּוסטקייט, וואָס ס'האָט פֿריִער אויסגעפֿילט די ייִדישע באַפֿעלקערונג. אַ היפּשע צײַט האָט די דאָזיקע נישע קיינער נישט פֿאַרנומען. אָבער פֿון די סוף 50ער, אָנהייב 60ער יאָרן הייבט דער ליידיקער רעזערוווּאַר פֿון מענטשלעכן כּוח זיך אָנצופֿילן מיט די פּליטים און אימיגראַנטן פֿון די מוסולמענישע לענדער.
לאָמיר דאָ אויך מאַכן אַ קליינע סטאַטיסטיק: פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה האָבן אין דײַטשלאַנד געלעבט אַרום 525 טויזנט ייִדן; אין פֿראַנקרײַך — 220 טויזנט; אין ענגלאַנד — 300 טויזנט; אין האָלאַנד — 160 טויזנט.
הײַנט אין דײַטשלאַנד לעבן 3 מיליאָן מוסולמענער; אין פֿראַנקרײַך 6 מיליאָן; אין ענגלאַנד 1.6 מיליאָן און אין האָלאַנד 1 מיליאָן. אַלזאָ, אייראָפּע האָט געמאַכט אַ "געוואַלדיקן מיסחר" — אויסגעטוישט די זעקס מיליאָן (אומגעבראַכטע) ייִדן אויף 13 מיליאָן מוסולמענער. און איצט קאָנען מיר זיך ווידער אומקערן צום אייראָפּעיִשן באַריכט.
די שטודיע עצהט די אייראָפּעיִשע אינסטאַנצן צו פֿאַרשטאַרקן זייער אינטעגראַציע־פּאָליטיק, אָבער רופֿט אויך די מוסולמענער צו העלפֿן אָפּצושוואַכן די נעגאַטיווע סטערעאָטיפּן, וואָס האָבן זיך פֿאַרשפּרייט דורך דעם איסלאַמישן טעראָריזם און די בלוטיקע מעשׂים צוליב די קאַריקאַטורן אויף דעם הייליקן נבֿיא מאָכאַמעד...
אייראָפּע, וואָס האָט גערודפֿט "אירע" ייִדן אין משך פֿון הונדערטער יאָרן, און זיך, סוף־כּל־סוף, באַפֿרײַט פֿון זיי, האָט זיך הײַנט אָנגעשטויסן אין אַזאַ כּוח, וואָס "אינטעגרירן" אים אין איר קולטורעלער סבֿיבֿה וועט ברענגען נישט צו איין בלוט־פֿאַרגיסונג.
נאָך וועמען בענקט רוסלאַנד?
אין רוסלאַנד פֿירט זיך שוין אַזוי, אַז ווען עס גייט גוט מיט אַ נײַעם קיסר, פֿאַרגעסט מען באַלד אינעם אַלטן; און אַז דער נײַער קיסר טויג אויף כּפּרות, האַלט מען אין איין דערמאָנען דעם אַלטן.
די וואָך האָט מען אין רוסלאַנד אַקטיוו דערמאָנט דעם געוועזענעם פֿירער פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד, לעאָניד ברעזשנעוו, אין שײַכות מיט זײַן 100־יאָריקן געבורטסטאָג. ער האָט פֿאַרלאָזט זײַן הויכע שטעלע מיט קנאַפּע 25 יאָר צוריק, אינעם זעלבן טאָג פֿון זײַן טויט.
די תּקופֿה פֿון זײַן לאַנג־יאָריקן רעגירן איז דעפֿינירט געוואָרן, ווי "סטאַגנאַציע"; אָבער די דאָזיקע סטאַגנאַציע האָט געשאַפֿן אינעם סאָוועטישן מענטש פֿון אַ גאַנץ יאָר, אַ געפֿיל פֿון סטאַבילקייט; זאָל זײַן אַ פֿאַרפֿוילטע סטאַבילקייט, אָבער פֿאָרט, "נישט ערגער ווי בײַ אַ צווייטן".
אין יענער צײַט, ווען דער פּאָפּולערסטער זשאַנער אין פֿאָלק איז געווען וויצן, האָט מען צווישן טויזנטער אַנדערע וויצן וועגן ברעזשנעוון פּערזענלעך און זײַן רעגירנדיקן "מושבֿ־זקנים" בכלל, געקאָנט הערן אַזאַ אַנעקדאָט: דער רוסלאַנד־צוג האָט זיך פּלוצעם אָפּגעשטעלט, ווײַל דער וועג ווײַטער איז געווען פֿונאַנדערגענומען. האָט ברעזשנעוו געהייסן זײַנע מיניסטאָרן צו פֿאַרמאַכן די פֿענצטער, אַראָפּלאָזן די פֿירהענגלעך און זיך ריטמיש הוידען, נאָכמאַכנדיק דעם געקלאַפּ פֿון רעדער: "טוק־טוק, טוק־טוק".
אַן ערך 250 מיליאָן סאָוועטישע בירגער האָבן אַזוי געלעבט טאָג־טעגלעך. מע קאָן אָבער נישט זאָגן, אַז זייער אומצופֿרידנקייט האָט זיך אויסגעדריקט אין מאַסן־פּראָטעסטירנדיקע דעמאָנטראַציעס. ברעזשנעוון און זײַן קליקע האָט זיך אײַנגעגעבן צו שאַפֿן אַ מין אַל־פֿאַרבאַנדישע שטימונג פֿון פֿאַרשלאָפֿנקייט און פּאַסיווקייט; די בירגער האָבן שוין נישט דערוואַרט קיין בעסערע צײַטן, און אַזוי ווי ערגער האָט שוין נישט געקאָנט זײַן, איז מען געווען צופֿרידן מיט דעם וואָס מ'האָט געהאַט און "געקראָגן". די ווערטער "קריגן" און "דעפֿיציט" זײַנען פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ מין פּאַראָל, וואָס בײַ אייניקע האָט עס געמיינט, מאַכן אַ גוט לעבן; און בײַ אַנדערע — בײַ ס'רובֿ — פּטרן אויף דעם דאָס לעבן.
אין יענער צײַט האָט די געזעלשאַפֿט זיך געטיילט אויף דרײַ קאַטעגאָריעס: אויף די וואָס האָבן געחלומט נאָך דער מערבֿדיקער פֿרײַער לופֿט; די אַנדערע — דערמאָנט די לענינישע גערעכטיקייט און די דריטע — געבענקט נאָך דער אײַזערנער האַנט פֿון סטאַלינס צײַטן.
כּמעט 25 יאָר איז אַוועק זינט ברעזשנעווס טויט. אין משך פֿון דער צײַט האָבן די מערבֿ־טרוימער פֿאַרלאָזט זייער פֿאָטער־לאַנד און אָטעמען מיט דער פֿרײַער מערבֿ־לופֿט; די שיטערע רייען פֿון לענינס חסידים, ווערן נאָך מער שיטערער; דערפֿאַר אָבער גיסט זיך מיט שטאָל און אײַזן אָן די האַנט פֿון דער הײַנטיקער מאַכט. צי איז דאָס פֿאָלק אין רוסלאַנד צופֿרידן דערמיט? אין יענע ברעזשנעווס צײַטן פֿלעגט מען אויף אַזעלכע פֿראַגעס ענטפֿערן אַזוי: "גוט איז שוין געווען, שוין זאָל זײַן אַ ביסל בעסער!"