דער ייִדישער טעאַטער האָט נישט נאָר געבליט אין ניו־יאָרק און אין מיזרח־אייראָפּע; איינער פֿון זײַנע צענטערס במשך פֿון דער ערשטער העלפֿט פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט איז געווען אַרגענטינע, וווּ צענדילקער טויזנטער טעאַטער־ליבהאָבער זענען געווען שטענדיקע אָפּנעמער פֿון דער אָרטיקער ייִדישער בינע־וועלט. אַ גרעסערע צאָל טרופּעס, סײַ אייגענע, סײַ די, וועלכע זענען געקומען צו גאַסט, האָבן געוווּסט, אַז דער ייִדישער אַרגעניטנער טעאַטער־עולם נעמט זיי וואַרעם אויף.
דאָס יאָר האָט די אַרגענטינער "ייִוואָ־פֿונדאַציע" אַרויסגעגעבן אַ קאָלירטן בילדער־אַלבאָם — "אויספֿאַרקויפֿט: ייִדישע טעאַטער־אַפֿישן פֿון אַרגענטינע" — אונטער דער רעדאַקציע פֿון סילוויאַ האַנסמאַן, סוסאַנאַ סקוראַ און גאַבריעלאַ קאַגאַן. דאָס בוך באַווײַזט די פֿאַרשיידנאַרטיקייט, ווי אויך די פֿאַרשפּרייטקייט פֿונעם ייִדישן טעאַטער אין דער אַמאָליקער אַרגענטינע.
אין 1945 האָט דער אַרגענטינער "ייִוואָ" געשאַפֿן אַ טעאַטער־קאָמיסיע, וואָס איז באַשטאַנען פֿון אַזעלכע טעאַטראַלן, ווי דוד ליכט און נחום מעלניק, פֿאָרשער און שרײַבער ווי שמואל ראָזשאַנסקי, ווי אויך פֿון געשעפֿטסלײַט צו זאַמלען סיסטעמאַטיש די טעאַטער־מאַטעריאַלן. אינעם אַרכיוו האָט מען צונויפֿגעקליבן מער ווי צוויי טויזנט סקריפּטן, כּמעט דרײַ טויזנט אַפֿישן און פּראָגראַמען, און הונדערטער פֿאָטאָגראַפֿיעס און רעצענזיעס. עס געפֿינען זיך דאָרטן אויך צענדליקער פּריוואַטע פּאַפּירן פֿון די אַקטיאָרן.
אין זייער אַרײַנפֿיר, וואָס איז געצילט אויף אַן אַקאַדעמישן לייענער אַנאַליזירן סילוויאַ האַנסמאַן און סוסאַנאַ סקוראַ די אַפֿישן ווי מקורים פֿון לינגוויסטישער און קולטורעלער וויסנשאַפֿט. אַ שאָד, אַוודאַי, ווײַל דער אַרײַנפֿיר וואָלט געדאַרפֿט געבן אַ קורצע באַשרײַבונג פֿון דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן טעאַטער אין אַרגענטינע — די טעמאַטיק פֿון די אַפֿישן.
צום גליק, אָבער, קען מען אַ סך זיך לערנען פֿון די אַפֿישן־רעפּראָדוקציעס, וועלכע זענען אָפּגעדרוקט געוואָרן מיט אַ הויכער קוואַליטעט. דער עלטסטער אַפֿיש שטאַמט פֿון יאָר 1901 און איז מודיע אַ פֿאָרשטעלונג פֿון "קוני־לעמל" פֿון אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען. די אַנדערע אָפּערעס פֿון גאָלדפֿאַדען ווי "די באַבע מיטן אייניקל" האָט מען אויך פֿאָרגעשטעלט, בפֿרט אין דער ערשטער תּקופֿה פֿונעם אָרטיקן ייִדישן טעאַטער, נאָך פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה. אין דער זאַמלונג האָט מען אויך אַרײַנגענומען בילדער פֿון עטלעכע בוענאָס־אײַרעס טעאַטער־זאַלן, ווי דער "פּאָליטעאַמאַ־טעאַטער", וואָס האָט זיך געעפֿנט אין 1879, דער "אָדעאָן־טעאַטער", איינער פֿון די שענסטע אין דער שטאָט, דער "קאָליסעאָ אַרגענטינאַ", דער "סאַלאָן גאַריבאַלדי" און דער "טעאַטער אָמבו". אַזאַ פּרעכטיקע אָרנאַמענטאַציע און אַרכיטעקטור, ווי מע זעט אין די טעאַטערס וועט מען שוין נישט זען אין אונדזער יאָרהונדערט פֿאַרן ייִדישן טעאַטער.
|
|
|
מאָריס שוואַרץ, דער דירעקטאָר פֿונעם ניו־יאָרקער ייִדישן קונסט־טעאַטער איז געווען אַזאַ "שטערן", אַז אויף איינעם פֿון די אַפֿישן שטייט נישט אַפֿילו ווי סע הייסט די פֿאָרשטעלונג, אָדער וואָס ער וועט פֿאָרשטעלן; נאָר זײַן נאָמען, דער טעאַטער און די דאַטע. ווי אין אַנדערע צענטערס פֿונעם ייִדישן טעאַטער, האָט מען אין אַרגענטינע געשפּילט סײַ דראַמעס פֿון אַ מער ליטעראַרישן זשאַנער, סײַ פּיעסעס פֿון דעם "סעקאָנד־עוועניו"־זשאַנער. אין איין טעאַטער האָט מען אויפֿגעפֿירט פֿיר אַזוינע "שונד"־דראַמעס אין דער זעלביקער צײַט — "טיר #3" "גאָט פֿון ליבע" "אוי אַ שוויגער" "געלד, ליבע און שאַנדע".
דער רעפּערטואַר פֿונעם אַרגענטינער ייִדישן טעאַטער האָט אַרײַנגענומען קלאַסישע דראַמעס פֿון דער וועלט־ליטעראַטור ווי פֿרידריך שילערס "די רויבער". אָבער אַ וויכטיק אָרט אינעם טעאַטער־רעפּערטואַר האָבן פֿאַרנומען אָריגינעלע פּיעסעס וועגן דעם אַרגענטינער ייִדישן לעבן. אין 1919 האָט מען געשפּילט "נקמה פֿון אינדיאַנער" פֿון י. ש. ליאַכאָוויצקי. אין דעם ווערק באַקענט זיך אַ ייִדישע משפּחה אין פּאַטאַגאָניע מיטן טעהועלטשער אינדיאַנער, און מיט זייער שעף, נאַנקורו. אַ טייל אַפֿישן האָבן צו טאָן מער מיט געזעלשאַפֿטלכע אַקטיוויטעטן אין אַרגענטינע, ווי זלמן רייזענס אַן אויפֿטריט צו זאַמלען געלט פֿאַרן "ייִוואָ" אין ווילנע. ליובאַ קאַדיסאָן און יוסף בולאָוו זענען אויך אויפֿגעטראָטן צו דער געלעגנהייט.
|
|
|
גראַפֿיש און וויזועל זענען די אַרגענטינער אַפֿישן נישט אויף דער זעלביקער מדרגה, ווי די אַפֿישן פֿון פּוילן צי פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, אָבער דערפֿאַר פֿאַרמאָגן זיי אַ סך טעקסט מיט אינפֿאָרמאַציע — גאַנצע רשימות פֿון ווער עס האָט זיך באַטייליקט אין דער פֿאָרשטעלונג פֿון דער דראַמע, ווי אויך אָן אַ צאָל פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון די אַקטיאָרן און רעזשיסאָרן. ווען אַבֿרהם מאָרעווסקי איז געקומען צו גאַסט אין אַרגענטינע האָט מען איבערגעדרוקט גאַנצע צוויי רעצענזיעס פֿון דער צײַטונג אויפֿן אַפֿיש.
אינעם בוך "אויספֿאַרקויפֿט" ווערט דערציילט, דורך די אַפֿישן, אַ וויכטיקער קאַפּיטל פֿון דער ייִדישער קולטור־געשיכטע; דאָס בוך פֿאַרמאָגט אַן אוצר פֿון מאַטעריאַלן, וואָס ס׳איז כּדאַי איבערצולייענען מער ווי איין מאָל.