טעאַטער
פֿון מיכאל בן־אַבֿרהם (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

יוסף בולאָוו (רעכטס) — ראַסקאָלניקאָוו; זלמן הירשפֿעלד (לינקס) — מאַרמעלאַדאָוו אין דאָסטאָיעווסקיס ״פֿאַרברעכן און שטראָף״, בוענאָס־אײַרעס, 1946
יוסף בולאָוו (רעכטס) — ראַסקאָלניקאָוו; זלמן הירשפֿעלד (לינקס) — מאַרמעלאַדאָוו
אין דאָסטאָיעווסקיס ״פֿאַרברעכן און שטראָף״, בוענאָס־אײַרעס, 1946
זלמן הירשפֿעלד איז געווען טעטיק אויף דער ייִדישער בינע כּמעט 60 יאָר. ער איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1902 אינעם קליינעם שטעטעלע סטאַוויסק, ווי דער בן־זקונים בײַ זײַנע עלטערן מיכאל־יעקבֿ און שיינע־שפֿרה. זײַן פֿאָטער איז געווען דער "רופֿא" פֿון שטעטל — "סטאַרשי פֿעלדשער", אַ רופֿא מיט אַ סך דערפֿאַרונג. 6 יאָר האָט ער געדינט אין צאַרישן מיליטער. דערציילט זלמן הירשפֿעלד אין זײַנס אַן אָפּהאַנדלונג וועגן דער געשיכטע פֿון סטאַוויסק א״נ "דאָ איז געשטאַנען מײַן וויגעלע":

"בײַ ר׳ אַלטערן אין חדר האָב איך געלערנט אַלף־בית און אַ גוטע, קלאָרע 'עבֿרי’. ווען איך בין מיט אַ סך יאָרן שפּעטער אָנגענומען געוואָרן אין העברעיִשן טעאַטער ווי אַ שוישפּילער און די רעזשיסאָרן און אַקטיאָרן פֿלעגן שטאַרק לויבן (אפֿשר איבערגעטריבן) מײַן קלאָרע העברעיִשע אויסשפּראַך, מײַן גוטע דיקציע אין עבֿרית, פֿלעג איך זיי זאָגן: — אָט די תּורה, מײַן גוטע קלאָרע 'עבֿרי’, האָב איך געלערנט בײַ דעם 'פּראָפֿעסאָר’, דעם דרדקי־מלמד, ר׳ אַלטער, אינעם פֿאַרוואָרפֿענעם שטעטעלע סטאַוויסק, וואָס ליגט אין די צפֿון־מערבֿ־קאַנטן פֿון קאָנגרעס־פּוילן".

שפּעטער האָט ער געלערנט אין אַ רוסישער פֿאָלקסשול. ער איז אַוועק פֿון סטאַוויסק און אָנגעקומען קיין לאָדזש פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה. דאָרט האָט ער געלערנט אין דער העברעיִשער גימנאַזיע, וואָס ער האָט געענדיק מיט מאַטורע אין יאָר 1918.

זלמן הירשפֿעלד האָט געלערנט טעאַטער אין דער סטודיע פֿון דר׳ מיכל ווײַכערט און אין דער פּוילישער מלוכישער אַקאַדעמיע אין לאָדזש. אין דער סטודיע בײַ ווײַכערטן האָט ער זיך באַקענט מיט זײַן צוקונפֿטיקער פֿרוי אסתּר ראַפּעל, אַ טאָכטער פֿון דער באַרימטער משפּחה אַקטיאָרן — ראַפּעל.

ער האָט זיך אַרויסגעלאָזט אויף אַ טורנע מיט דער טרופּע אונטער דער אָנפֿירונג פֿון באַרימטן רעזשיסאָר דוד הערמאַן.

די צוויי רעזשיסאָרן — מיכל ווײַכערט און דוד הערמאַן — האָבן דערצויגן אַ דור אַקטיאָרן, וועלכע האָבן אַנטוויקלט די בעסטע שיטה פֿון אייראָפּעיִשן טעאַטער. זיי האָבן געשטעלט די בעסטע קלאַסישע פּיעסעס פֿון וועלט־רעפּערטואַר און די אינטערעסאַטסטע שאַפֿונגען פֿון דער נײַער ערנסטער ייִדישער דראַמאַטורגיע: י. ל פּרץ, ש. אַנ־סקי, פּ. הירשביין, י. גאָרדין, קאָברין, שלום אַש א"אַנד.

שפּעטער שליסט זיך הירשפֿעלד אָן צו דעם באַרימטן סאַטירע־טעאַטער "עזעזאל" און צום וואַרשעווער ייִדישן קונסט־טעאַטער "וויקט" פֿון זיגמונט טורקאָוו און אידאַ קאַמינסקאַ.

ער האָט אויך געשפּילט אין דעם ייִדישן טעאַטער אין קראָקע אונטער דער אָנפֿירונג פֿון אַבֿרהם מאָרעווסקי.

פֿון יאָר 1928 האָט הירשפֿעלד געשפּילט אין דער "ווילנער טרופּע". אָנהייב דרײַסיקער יאָרן פֿון 20סטן יאָרהונדערט, פֿאַרלאָזט הישרפֿעלד פּוילן און עמיגרירט קיין אַרגענטינע צוזאַמען מיט זײַן פֿרוי, דער אַקטריסע אסתּר ראַפּעל.

אַרגענטינע האָט אין יענע יאָרן שוין געהאַט אַ גרויסע ייִדישע קהילה און עס איז דאָרט אַנטוויקלט געוואָרן אַ פֿאַרצווײַגטע ייִדישע קולטור־טעטיקייט — ייִדישע פּאַרטייען, אינסטיטוציעס, שולן, קלובן. אַרגענטינע איז געווען אַ קאָפּיע פֿון די ייִדישע ייִשובֿים און קהילות אין מיזרח־אייראָפּע. אַרגענטינע האָט דעמאָלט פֿאַרמאָגט אַלץ, וואָס אַ ייִדישער ייִשובֿ דאַרף האָבן. עס האָבן אין יענער צײַט אין אַרגענטינע זיך געפֿונען אַ גרופּע ייִדישע געלערנטע, אינטעלעקטואַלן, שרײַבער, לערער, געזעלשאַפֿטלעכע טוער; און אַלץ — אין ייִדיש. אין אַרגענטינע איז אין יענער צײַט כּמעט נישט געווען קיין אַסימילאַציע. אַלנפֿאַלס, ווייניקער ווי אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, ענגלאַנד, אָדער פֿראַנקרײַך.

ייִדיש טעאַטער האָט אין די דרײַסיקער יאָרן שוין געהאַט אַ שטיקל טראַדיציע. עס האָבן געשפּילט בײַ 4—5 טעאַטערס, סײַ אַ קינסטלערישער טעאַטער אויף אַ הויכן פּראָפֿעסיאָנעלן ניוואָ, סײַ אַ קאָמערציעלער, פֿאַרווײַלונגס־טעאַטער, וואָס האָט געשפּילט לײַכטערע פּיעסעס, טייל מאָל "מאַכערײַקעס". מ׳דאַרף דאָך פּרנסה...

אַזוי איז געווען אומעטום און אַזוי איז אויך געווען אין אַרגענטינע...

זלמן הירשפֿעלד איז אָנגעקומען קיין בוענאָס־אײַרעס און האָט זיך גלײַך אָנגעשלאָסן צום בעסערן ייִדישן טעאַטער.

ער האָט אויסגעמיטן צו שפּילן אין די אַזוי גערופֿענע פֿאַרווײַלונגס־טעאַטערס, ווײַל ער איז אין פּוילן דערצויגן געוואָרן אויפֿן סאַמע בעסטן רעפּערטואַר, מיט די סאַמע גרעסטע אַקטיאָרן — אין קינסטלערישן טעאַטער.

אין אַרגענטינע זענען געווען גוטע ייִדישע שוישפּילער, ווי: יוסף מאַורער, פּאַולינע טאַכמאַן, דוד קאַפּלאַן, לאַכמאַן, שטרײַטמאַן, בערדיטשעווסקי, אַלעקסאַנדראָוו. אין אַרגענטינע האָבן זיך שפּעטער באַוויזן זייער גוטע אַקטיאָרן פֿון לײַכטערן רעפּערטואַר און זיי האָבן געשפּילט נישט נאָר אין אַרגענטינע, נאָר זיי האָבן זיך אַרויסגעלאָזט אויף גאַסטראָלן איבער דער גאַנצער ייִדישער וועלט. מאַקס פּערלמאַן, הענרי געראָ, פּסח בורשטיין, האָבן געהאַט גרויסן דערפֿאָלג אומעטום.

דער עולם וויל פֿאַרווײַלונג און זיי האָבן "דערלאַנגט" די סחורה...

נישט נאָר בײַ ייִדן איז אַזוי, בײַ די אומות־העולם איז דאָס זעלבע.

הירשפֿעלד האָט במשך פֿון 30 יאָר לעבן אין אַרגענטינע געשפּילט צענדליקער ראָלעס פֿון בעסערן רעפּערטואַר: אין די "גרינע פֿעלדער" פֿון פּרץ הירשביין, אין "פֿאַרברעכן און שטראָף" פֿון פֿיאָדאָר דאָסטאָיעווסקי, אין "סענדער בלאַנק" פֿון שלום־עליכם, אין "די ברידער אַשכּנזי" פֿון י. י. זינגער, אין די פּיעסעס פֿון איבסען, אין "דיבוק" פֿון ש. אַנ־סקי, "קוני־לעמל" פֿון אַ. גאָלדפֿאַדען, אין "יאַנקל בוילע" און אַנדערע.

הירשפֿעלד האָט אויך רעזשיסירט די פֿאָרשטעלונג "די ברויטמיל" פֿון דוד בערגעלסאָן.

זלמן הירשפֿעלד, אַ קענער פֿון ביידע לשונות — ייִדיש און עבֿרית, אַ ייִד, אַ תּלמיד־חכם — איז גלײַכצײַטיק געווען אַ גוטער פּעדאַגאָג, אַ גוטער לערער. ער האָט געלערנט ייִדישע און העברעיִשע ליטעראַטור. ער איז פּאַראַלעל מיט זײַן אַרבעט אין ייִדישן טעאַטער אין בוענאָס־אײַרעס אויך געווען אַ לערער פֿון דער באַרימטער שלום־עליכם־שול אין בוענאָס־אײַרעס. ער איז אַרומגעפֿאָרן איבער דער אַרגענטינער פּראָווינץ, אין די שטעט און שטעטלעך און באַזונדערס — אין די ייִדישע קאָלאָניעס — און האָט פֿאַר זיי געבראַכט דאָס ייִדישע קינסטלערישע וואָרט. ער איז געווען אַ פּרעכטיקער אויסטײַטשער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. ער האָט געלייענט, רעציטירט פֿון דער ייִדישער קלאַסיק: שלום־עליכם, מענדעלע, רייזען, דער טונקעלער, משה נאַדיר א״אַ. ער איז געווען אַ מײַסטער פֿון וואָרט. ער האָט גוט געקענט אַלע ייִדישע דיאַלעקטן; אָט איז ער אַ ליטוואַק, אָט אַ פּוילישער, אַ גאַליציאַנער, אַ וואָלינער. ער האָט געהאַט אַ זעלטן־שיינע דיקציע. עס זענען פֿאַרבליבן זײַנע רעקאָרדירונגען אין "קול ישׂראל", וואָס מען טראַנסמיטירט נאָך הײַנט־צו־טאָג פֿון צײַט צו צײַט.

אין יאָר 1963 קומט הירשפֿעלד אָן קיין ישׂראל צוזאַמען מיט זײַן פֿרוי אסתּר ראַפּעל און זײַן איינציקן זון יהודה.

אַ מענטש מיט טיפֿער קענטעניש פֿון עבֿרית (סײַ לשון־קודש, סײַ דעם מאָדערנעם ישׂראלדיקן העברעיִש אין דער ספֿרדישער אויסשפּראַך) שליסט ער זיך גלײַך אָן צום העברעיִשן נאַציאָנאַלן טעאַטער "הבימה" און ער אַרבעט דאָרט אייניקע יאָר. ווען שמואל עצמון האָט געשאַפֿן זײַן טעאַטער "זוית" ווערט הירשפֿעלד אָנגענומען אין דעם טעאַטער ווי איינער פֿון די צענטראַלע שוישפּילער.

סײַ אין "הבימה", סײַ אין "זוית" האָט הירשפֿעלד געשפּילט אייניקע וויכטיקע ראָלעס. ער האָט זיך אויך באַטייליקט אין ישׂראל־פֿילמען, ווי "דער בלאַומילך־קאַנאַל" פֿון אפֿרים קישון און "מײַן מיכאל" פֿון עמוס עוז.

אין אַ שמועס מיט זײַן זון יהודה עופֿר, אַ זשורנאַליסט און שרײַבער, וועלכער ארבעט אין דער שפּאַנישער אָפּטיילונג פֿון "קול ישׂראל", האָט ער מיר דערציילט, אַז אויסער גוטער אַקטיאָר און לאַנגיאָריקער לערער, איז הירשפֿעלד, קודם־כּל, געווען אַ גוטער מאַן און אַ גוטער טאַטע, אַ האַרציקער ליבער מענטש. און אַזוי איז ער אויך פֿאַרקריצט בײַ מיר אין זכּרון.

הירשפֿעלד האָט אָנגעשריבן אַ טראַגי־קאָמישע אויטאָביאָגראַפֿישע מאַקאַמע א״נ: "דעם אַקטיאָרס ירושה" — וועל איך ציטירן אַ פֿראַגמענט:
געלאָזט נאָך זיך האָט דער אַקטיאָר,
ס׳זאָל נישט זײַן אונדז צו קיין בושה,
אַ גאָר פֿעטע ירושה:
בילדער, פֿאָטאָגראַפֿיעס אין סצענעס און אין פּאָזעס
אין שנורבאַרט אָנגעבלאָזן,
אין אַ מונדיר פֿון אַ סאָלדאַט,
אין אַ רובאַשקע — "ליאָווקע כוואַט"
אַלס "מיראָפּאָליער אין 'דעם דיבוק’"
און אַלס בטלן מיט אַ ליולקע־ציבעק.
געווען אַ מאָל אַ סטאַר
אין דער דאָזיקער מדינה;
אַ בילד פֿון יוביליי אין שעפּעטאָווקע,
געשטעלט האָט ער צום יום־טובֿ
די "זשידאָווקע".
און אויף דעם בילד שטייט ער צוזאַמען
מיט סעם אַדלערן אין ווין,
מיט אסתּר־רחלען — אונדזער מאַמען.
און אָט אַ סצענע גאָר פֿון "מאָטקע גנבֿ"
קריטיקן, מאָלט אײַך — בלויז די גוטע...
פֿון "אַלקנה" אין דער "שחיטה",
פֿון "האָצמאַך" אין דער "באָבע יאַכנע"
און פֿון דער "קרעטשמע" — זיידע שכנא
פֿון "קבצנזאָן" אין "קוני־לעמל"
און די ראָלע "מיסטער שוועמל".
ס׳האָט דער אַקטיאָר
געשטרעבט
געהאַוועט
יובילעומס געפּראַוועט
ביז דער טויט
האָט זיך געיאַוועט
און ס׳זאָל נישט זײַן אונדז צו קיין בושה —
געלאָזט אַ גאָר פֿעטע ירושה!..

זלמן הירשפֿעלד איז געשטאָרבן אין ירושלים אין יאָר 1989 אין עלטער פֿון 87 יאָר.

זײַן פֿרוי, די אַקטריסע אסתּר ראַפּעל, איז געשטאָרבן אין חולון אין יאָר 1980.