תּורה־געדאַנק
פֿון ה. מאַניעווסקי (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין אונדזער פּרשה ווערט דערציילט, ווי יוסף הצדיקס ברידער האָבן זיך אַ צווייט מאָל אומגעקערט אין מצרים און געקומען אין הויז פֿון יוסף הצדיק; און יוסף האָט אָנגעזאָגט דעם אויפֿזעער פֿון זײַן הויז, ער זאָל צוגרייטן אַ מיטאָג־מאָלצײַט פֿאַר זײַנע ברידער. דערציילט דער פּסוק, אַז יוסף האָט אים געזאָגט די ווערטער: "...וטבֿוח טבֿח והכן..." (דער איינפֿאַכער טײַטש: ׳און שעכט אַ שעכטונג און גרייט צו׳); און אין גמרא ווערט דערקלערט, וואָס עס מיינען אָט די ווערטער, וועלכע באַטאָנען דאָס שעכטן און צוגרייטן — אַז "טבֿוח טבֿח" מיינט "פּרע להן בית השחיטה" (צו ווײַזן די ברידער אַז ס׳איז געווען אַ כּשרע שחיטה, ווי דאָס דאַרף זײַן על פּי דין); און "והכן" מיינט "טול גיד הנשה בפֿניהם", אַז די ברידער זאָלן זען, אַז ער נעמט אַרויס דעם גיד הנשה. דאָס הייסט, אַז יוסף הצדיק האָט באַפֿוילן מ׳זאָל צוגרייטן אַ כּשרע סעודה.

דאָ פֿאָדערט זיך אַן אויפֿקלערונג. אָט די סעודה יוספֿס איז דאָך נישט די ערשטע סעודה, וואָס ווערט דערמאָנט אין דער תּורה: אַבֿרהם אָבֿינו האָט געמאַכט אַ גרויסע סעודה אינעם טאָג ווען יצחק איז אַנטוווינט געוואָרן, ווי דער פּסוק דערציילט (בראשית כא, ח): "ויעשׂ להם משתּה גדול" — ער האָט פֿאַר זיי געמאַכט אַ גרויסן מאָלצײַט; מיר געפֿינען אויך אין דער תּורה, אַז יצחק האָט געמאַכט אַ מאָלצײַט פֿאַר אַבֿימלך מלך פּלשתּים און זײַן סוויטע (בראשית כו, ל): "ויעשׂ להם משתּה וגו׳"; און אַ סעודה האָט אויך געמאַכט יעקבֿ אָבֿינו, נאָכן אויסטענהן זיך מיט לבֿן הארמי, ווען יענער האָט אים אָנגעיאָגט (בראשית לא, נד): "ויזבח יעקבֿ זבֿח בהר ויקרא לאחיו לאכול לחם", און נאָך. אָבער אין קיין שום אָרט געפֿינען מיר נישט, אַז די תּורה זאָל באַטאָנען אָדער אָנדײַטן, אַז די סעודה איז געווען אַ כּשרע!

אַז מ׳טראַכט זיך אַרײַן אין אָט די געשעענישן קען מען באַמערקן, אַז אָט די האַנדלונג יוספֿס איז אין אײַנקלאַנג מיטן גאַנצן צוויי־זײַטיקן הנהגה־שטייגער פֿון יוספֿן מיט זײַנע ברידער. פֿון איין זײַט, האָט ער זיך געהאַלטן ווי אַ פֿרעמדער צו זיי און גערעדט צו זיי האַרבע רייד, כּדי זיי אויסצופּרובירן צי זיי האָבן מיט אַן אמת חרטה אויף דעם וואָס זיי האָבן אים פֿאַרקויפֿט. אָבער פֿון דער צווייטער זײַט, האָט ער געטאָן כּל־מיני זאַכן, וואָס זייער ציל איז געווען אָנצודײַטן אַז ער איז זייער ברודער, כּדי זיי זאָלן אים גלייבן ווען ער וועט זיך לאָזן דערקענען צו זיי.

אַזוי, למשל, געפֿינען מיר, אַז ווען יוסף האָט אַרעסטירט שמעונען, איז דאָס געווען נאָר ׳לפּנים וועגן׳, פֿאַר דער צײַט וואָס די ברידער זײַנען נאָך געווען בײַ יוספֿן און זיי האָבן געמיינט, אַז שמעון איז געוואָרן באמת אַרעסטירט; אָבער אין דעם מאָמענט ווען די ברידער זײַנען אַרויס פֿון יוספֿס הויז, האָט יוסף שמעונען באַפֿרײַט און האָט אים געגעבן עסן און טרינקען (און ס׳איז אַ זיכערע זאַך, אַז שמעון האָט עס נאָך דעם דערציילט זײַנע ברידער. און אויך דאָס וואָס יוסף האָט זיי אײַנגעלאַדן צו עסן צוזאַמען מיט אים אַ גרויסן מיטאָג־מאָלצײַט אין זײַן הויז — דאָס הויז פֿון דעם ׳משנה־למלך׳ — איז געווען אַ גרויסער אָנוווּנק אַז ער איז נישט קיין פֿרעמדער צו זיי.

אַזוי זעען מיר אויך אין ווײַטערדיקן המשך, ווען זיי האָבן זיך שוין געזעצט צו דער סעודה, האָט זיך יוסף אַזוי געפֿירט, אַז ער האָט געגעבן אַן אָרט צו פֿאַרדעכטיקן, אַז עפּעס איז דאָ באַהאַלטן אין זײַנע נאָענטקייט־מאָמענטן מיט זיי — אַזוי ווי דער פֿאַקט וואָס ער האָט זיי אויסגעזעצט צו דער סעודה לויט זייער עלטער — "הבכור כּבכורתו והצעיר כּצעירותו" (עפּעס אַזוינס וואָס אַ פֿרעמדער האָט עס נישט געקענט וויסן; ביז אַז די ברידער זײַנען געווען געפּלעפֿט פֿון זײַן וויסן ווער ס׳איז עלטער און ווער ייִנגער, ווי דער פּסוק זאָגט — אין אונדזער פּרשה): "ויתמהו האנשים איש אל רעהו".

אויף דעם וועג קען מען שוין אויך דערקלערן, פֿאַר וואָס יוסף האָט אָנגעזאָגט זײַן פֿאַרוואַלטער, אַז די סעודה זאָל זײַן "טבֿוח טבֿח" און "הכן" — דאָס הייסט, אַז די ברידער זאָלן זען, אַז ער היט אָפּ כּשרות — ווײַל אויך דערמיט האָט ער זיי געגעבן אַ רמז, אַז ער ווייסט ווי עס פֿירט זיך אין הויז פֿון יעקבֿ אָבֿינו, אָפּצוהיטן זיך שטאַרק אין דער כּשרער שחיטה פֿון אַ בהמה און איר צוגרייטונג צום עסן. דערמיט איז יוסף אויך אויסן געווען צו געבן זיי אַזאַ אָנדײַט וואָס זאָל דערוועקן בײַ זיי אַ חשד וועגן יוספֿן — און אַזוי אַרום פֿאַרגרינגערן זיי צו גלייבן אים ווען ער וועט זיי זאָגן, אַז ער איז זייער ברודער יוסף...

* * *

ווען די ברידער פֿון יוסף הצדיק (וועלכע האָבן אים פֿאַרקויפֿט פֿאַר אַ קנעכט) זײַנען געקומען צו אים אין מצרים אײַנקויפֿן תּבֿואה, דערציילט די תּורה אין דער הײַנטיקער פּרשה (מב, ו־ז): "וישתּחוו לו וגו׳ ויכּירם ויתנכּר אליהם וגו׳" — זיי, די ברידער, האָבן זיך געבוקט צו אים... און ער, יוסף, האָט זיי דערקענט און ער האָט זיך געהאַלטן פֿרעמד צו זיי; ער האָט זיך נישט געלאָזט דערקענען צו זיי, וועלכע האָבן יוספֿן נישט דערקענט. בײַם בוקן זיך פֿון די ברידער צו יוספֿן איז מקוים געוואָרן דאָס וואָס יוסף האָט צוויי מאָל געזען אין זײַנע חלומות, וועלכע האָבן דאָס פֿאָרויסגעזען. די ברידער האָבן אים פֿײַנט געהאַט צוליב די חלומות און אים אויסגעלאַכט.

זאָגט דערויף דער גרויסער צדיק און מליץ־יושר פֿון ייִדן, רבי לוי יצחק באַרדיטשעווער זצ״ל, אין זײַן ספֿר "קדושת לוי" (איבערגעבנדיק דאָ דעם אינהאַלט):

ס׳איז דער שטייגער אין וועלט, אַז ווען איינער האָט אַ גרויסע מפּלה, ווערנדיק שאַרף באַזיגט פֿון אַ צווייטן, האָט דער באַזיגטער גרויס צער און פֿאַרדרוס פֿון דעם. אַזוי אַרום איז קלאָר, אַז ווען די ברידער וואָלטן זיך בײַם בוקן איצט דערוווּסט, אַז דאָס בוקן זיי זיך צו יוספֿן, וועמען זיי האָבן אַזוי אויסגעלאַכט מיט שׂנאה בעת ער האָט זיי דערציילט וועגן זײַנע חלומות, אַז זיי וועלן זיך בוקן צו אים — וואָלטן זיי דאָך איבערגעלעבט אַ טיפֿע בושהדיקע דערשלאָגנקייט און צער, אָט ווי עס לעבן איבער מענטשן אין אַזאַ מאָמענט.

דערציילט די תּורה און איז משבח די הערלעכע גוטסקייט און איידלקייט פֿון יוסף הצדיק. עמעצער אַנדערש אויף זײַן אָרט וואָלט דאָך געווען צופֿרידן פֿון דער פּלוצעמדיקער געלעגנהייט נקמה צו נעמען פֿון די, וועלכע האָבן אים, לכתּחילה, געוואָלט הרגענען און דערנאָך אים פֿאַרקויפֿט פֿאַר אַ קנעכט, וואָס האָט ווי אַן עבֿד איבערגעלעבט אַזוי פֿיל יסורים; און דאָ איז פֿאַראַן אַזאַ מעגלעכקייט אַז דער שׂונא זאָל אַזוי שאַרף דערפֿילן זײַן מפּלה, זײַן ביטערן דורכפֿאַל. ווי האָט אָבער יוסף הצדיק געהאַנדלט? ער האָט עס געזוכט צו פֿאַרמײַדן אויפֿן בעסטן אופֿן, פֿירנדיק זיך פּונקט פֿאַרקערט: דווקא ווען זײַנע ברידער האָבן זיך געבוקט צו אים (די פֿאַרווירקלעכונג פֿון זײַנע חלומות) האָט ער פֿאַרהוילן זײַן אמתדיקע אידענטיטעט, זיך נישט געלאָזט דערקענען — אַלץ בכדי אײַנצושפּאָרן זיי די יסורים און די טיפֿע בושה, וואָס זיי וואָלטן געהאַט, ווען זיי וואָלטן זיך ראַפּטום דערוווּסט, אַז דאָס בוקן זיי זיך צו יוספֿן...

דערבײַ איז כּדאַי צוצוגעבן, אַז אין דער גאַנצער "מאָדנער" זיגזאַגישער אויפֿפֿירונג פֿון יוסף הצדיק לגבי זײַנע ברידער, ביז צום מאָמענט ווען ער האָט זיך געלאָזט דערקענען צו זיי (געבנדיק זיי געוויסע אָנדײַטן, אַז ער איז נישט פֿרעמד...), איז געווען אַ צוגרייטונג צו מאַכן גרינגער פֿאַר זיי איבערצולעבן זײַן לאָזן זיך דערקענען צו זיי.