MariaKühn-Ludewig Jiddische Bücher aus Berlin (1918-1936): Titel, Personen, Verlage. (Kirsch, 2006), 22 Seiten |
די געשיכטע פֿון ייִדישער פֿאַרלעגערישער טעטיקייט אין בערלין שפּיגלט אָפּ די דאָזיקע אַנטוויקלונג. בסך־הכּל זײַנען אין דער שטאָט אַרויס בערך 360 ביכער־טיטלען, אַ העלפֿט פֿון זיי אין די יאָרן 1922—1923. דאָס לעצטע בוך אויף ייִדיש האָט זיך באַוויזן אין בערלין אין 1936. צווישן די פּובליקאַציעס זײַנען געווען די פּריוואַטע פּובליקאַציעס פֿון פּאָעטישע זאַמלונגען פֿון דעם דיכטער אַבֿרהם שטענצל, וועלכער האָט פֿאַרלאָזט דײַטשלאַנד אין 1936 און איז אַריבער קיין לאָנדאָן. די געשיכטע פֿון דער ייִדישער קולטור אין בערלין האָט צוגעצויגן דעם אויפֿמערק פֿון עטלעכע פֿאָרשער. אָבער צום ערשטן מאָל באַקומען מיר איצט אַ רעלאַטיוו פֿולן אַנאָטירטן קאַטאַלאָג פֿון די ייִדישע פּובליקאַציעס, וואָס זײַנען דערשינען אין דער שטאָט צווישן די ביידע וועלט־מלחמות. דאָס רובֿ ייִדישע פֿאַרלאַגן האָבן פֿונקציאָנירט נאָר אַ קורצע צײַט און אַרויסגעגעבן דורכשניטלעך פֿיר־פֿינף טיטלען. בלויז אייניקע פֿאַרלאַגן — אַזעלכע ווי "כּלל־פֿאַרלאַג", "וואָסטאָק", "וועלט" האָבן פֿאַרמאָגט אַ ממשותדיקע פּראָדוקציע. דער סאַמע פּראָדוקטיווסטער צווישן זיי, איז געווען "כּלל־פֿאַרלאַג", וועלכער האָט אַרויסגעגעבן 41 טיטלען.
דער נאָמען פֿון מאַריאַ קין־לודעוויג איז באַקאַנט אין דער וועלט פֿון דער דײַטשישער ביבליאָגראַפֿישער פֿאָרשונג. זי געהערט צו דער גרופּע פֿון "קריטישע ביבליאָטעקאַרן", וועלכע גלייבן, אַז די ביבליאָטעקן און ביבליאָגראַפֿישע פֿאָרשונגען דאַרפֿן שפּילן אַן אַקטיווע געזעלשאַפֿטלעכע ראָלע. מאַריאַ קין־לודעוויג האָט פֿאַרפֿאַסט עטלעכע היסטאָרישע און ביבליאָגראַפֿישע מאָנאָגראַפֿיעס, צווישן זיי, אַ ביאָגראַפֿיע פֿון דעם דײַטשישן ביבליאָגראַף יאָהאַנעס פּאָל, וועלכער האָט אַקטיוו מיטגעאַרבעט מיט דעם נאַציסטישן רעזשים ווי אַ מומחה אין דער "ייִדישער פֿראַגע". דאָס נײַע ווערק אירס, דער קאַטאַלאָג "ייִדישע ביכער פֿון בערלין (1918—1936)" איז, בלי־ספֿק, אַ וויכטיקער בײַטראָג אין דער ייִדישער ביבליאָגראַפֿיע. ייִדישע ביכער פֿון יענער תּקופֿה זײַנען צעזייט און צעשפּרייט איבער פֿאַרשידענע ביבליאָטעקן פֿון אייראָפּע, אַמעריקע און ישׂראל, און אייניקע פֿון זיי זײַנען שוין מער ניט בנמצא. די אַרכיוון און דאָקומענטן פֿון די פֿאַרלאַגן זײַנען נעלם געוואָרן, און אַ סך פֿון די אַנאָנסירטע אויסגאַבעס זײַנען ניט מקוים געוואָרן.
צו די סאַמע באַקאַנטע פּובליקאַציעס פֿון דער בערלינער תּקופֿה געהערן די ווערק פֿון ייִדישע מאָדערניסטן׃ דער נסתּר, דוד בערגעלסאָן, לייב קוויטקאָ, משה קולבאַק, ווי אויך די פּעריאָדישע צײַטשריפֿט און אילוסטרירטע ביכער. אָבער דער זשאַנער־דיאַפּאַזאָן פֿון ייִדישער ליטעראַטור אין בערלין איז געווען גאַנץ ברייט׃ דאָ געפֿינט מען אַ גרויסע צאָל איבערזעצונגען, דער עיקר, פֿון דײַטש (בערך פֿופֿציק פּראָצענט), ווי אויך פֿון רוסיש און העברעיִש. חוץ דעם, האָט מען אַרויסגעגעבן אויך פּאָליטישע, פּעדאַגאָגישע, וויסנשאַפֿטלעכע ליטעראַטור און ביכער פֿאַר קינדער. דער טעמאַטישער דיאַפּאַזאָן פֿון די ייִדישע ביכער שפּיגלט אָפּ די אַנטוויקלונג פֿון דער מאָדערנער ייִדישער קולטור, וואָס האָט אַרײַנגענומען אַלע צווײַגן פֿון הומאַניסטישע און נאַטור־וויסנשאַפֿטן. אַ דאַנק די נידעריקע פּראָדוקציע־קאָסטן אין דײַטשלאַנד אין די יאָרן 1921—1923, האָבן די בערלינער פֿאַרלעגער באַדינט דעם עולם לייענער ניט בלויז אין דײַטשלאַנד, נאָר אויך אין אַנדערע טיילן פֿון דער ייִדיש־רעדנדיקער וועלט — פֿון רוסלאַנד ביז אַמעריקע. אין דעם זין איז סימבאָליש דער גורל פֿון עזרא קאָרמאַנס קלאַסישער אַנטאָלאָגיע פֿון דער מאָדערנער ייִדישער דיכטונג פֿון אוקראַיִנע "ברענענדיקע בריקן": די ערשטע אויפֿלאַגע איז אַרויס אין כאַרקאָוו, די צווייטע אין בערלין, און די דריטע שוין אין שיקאַגע. דערבײַ איז יעדע נײַע אויפֿלאַגע געווען אַנדערש פֿון דער פֿריִערדיקער.
דער קאַטאַלאָג פֿון ייִדישע ביכער פֿון בערלין באַשטייט פֿון דרײַ אָפּטיילן. דער ערשטער אָפּטייל איז כּולל די פּרטימדיקע אינפֿאָרמאַציע וועגן די ביכער, אַרײַננעמענדיק אויך די ביבליאָטעקן, וווּ מען קאָן זיי געפֿינען; דער צווייטער אָפּטייל גיט קורצע ביאָגראַפֿישע ידיעות וועגן די מחברים אויפֿן סמך פֿון די ייִדישע לעקסיקאָנען; און דער דריטער אָפּטייל דערציילט וועגן די ייִדישע פֿאַרלאַגן. דער קאַטאַלאָג האָט אַ צאָל אילוסטראַציעס, וואָס ווײַזן דעם לייענער מוסטערן פֿון ביכער־קונסט פֿון דער בערלינער תּקופֿה. דער קאַטאַלאָג איז פֿאַרפֿאַסט געוואָרן אויפֿן סמך פֿון עטלעכע גרויסע ביבליאָטעקן׃ ייִוואָ, מעדעם־ביבליאָטעק, אוניווערסיטעטישע ביבליאָטעקן אין ירושלים, בערלין, מינכן, טריר, פֿראַנקפֿורט און דיסלדאָרף, ווי אויך עטלעכע אַנדערע ביבליאָטעקן. אין דעם זין איז דער קאַטאַלאָג ניט קיין פֿולער׃ עס פֿעלן דאָ אָנווײַזונגען וועגן אַנדערע גרויסע ביבליאָטעקן מיט רײַכע ייִדישע זאַמלונגענג, אַזעלכע ווי: קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט, האַרוואַרד, דער ייִדישער טעאָלאָגישער סעמינאַר, ווי אויך די בריטישע ביבליאָטעק און די עפֿנטלעכע ביבליאָטעקן אין ניו־יאָרק און סאַנקט־פּעטערבורג, וואָס פֿאַרמאָגן אַ צאָל פֿון די בערלינער פּובליקאַציעס. דאָס הייסט, אַז דער ביבליאָגראַפֿישער פּראָיעקט פֿון קאַטאַלאָגירן ייִדישע ביכער פֿון בערלין איז נאָך ווײַט ניט פֿאַרענדיקט.