י. י. זינגער |
צווישן אַנדערע זאַכן, שרײַב איך דאָרטן אַז דעם 12טן יאַנואַר 1927 האָבן די רעדאַקטאָרן פֿון "פֿרײַהייט" אַרומגערעדט זינגערס בקשה, איבערצוגעבן דורך זײַן קאָלעגע-שרײַבער יוסף אָפּאַטאָשו (וועמעס ליטעראַרישע קאַריערע איז געווען פֿאַרבונדן מיט דער אינטעלעקטועלער, ייִדישיסטישער און ליבעראַלער ניו-יאָרקער צײַטונג "דער טאָג") זינגערס פֿאַרלאַנג צו גיין מיט בערגעלסאָנס דרך, דאָס הייסט, אַוועקגיין פֿון "פֿאָרווערטס" און ווערן אַ "פֿרײַהייט"-שרײַבער. אין דעם טרוקענעם פּראָטאָקאָל פֿון דער זיצונג שטייט געשריבן, אַז די רעדאַקטאָרן האָבן באַשלאָסן אָנצונעמען זינגערס פֿאָרשלאָג. אָבער ווי מיר ווייסן, איז פֿון דעם גאָרנישט ניט אַרויס.
אויף דעם דערמאָנטן פּראָטאָקאָל האָב איך זיך אָנגעשטויסן אין מאָסקווע, בײַם נישטערן אין דעם געוועזענעם צענטראַלן פּאַרטיי-אַרכיוו (איצט טראָגט ער אַן אַנדער נאָמען), וווּ עס ליגן אויך צענדליקער קאָלעקציעס פֿון דעם קאָמוניסטישן אינטערנאַציאָנאַל, מיט אַ סך דאָקומענטן, אָנגעשריבן אין די קאָמוניסטישע אָרגאַניזאַציעס איבער דער גאָרער וועלט.
יוסף אָפּאַטאָשו |
דער בריוו, וואָס איך דרוק איצט, ווײַזט, אַז זינגער האָט טאַקע געבעטן זײַן פֿרײַנד אָפּאַטאָשו צו העלפֿן אים אַריבערצוגיין אָדער צו די קאָמוניסטן, אָדער אין דער צײַטונג "דער טאָג". דער "אָדער... אָדער" איז זייער וויכטיק, ווײַל אין יענער צײַט צו ווערן אַ מיטאַרבעטער פֿון "פֿרײַהייט", האָט גאָר ניט געמיינט אָנצונעמען אַלע חכמות פֿון דער קאָמוניסטישער תּורה. ביז סוף 1920ער יאָרן זײַנען די קאָמוניסטן געווען גרייט מיטצואַרבעטן מיט אַ סך אינטעלעקטועלע "מיטלויפֿער", וועלכע האָבן קיין אַנדער אַפֿיליאַציע ניט געהאַט צי ניט געוואָלט האָבן. אַפֿילו שפּעטער, שוין אין די 1940ער, פֿלעגט מען זײַן צופֿרידן צו האָבן אַזעלכע מחברים, ווי — אַ שטייגער — שלום אַש, וואָס איז געווען זייער ווײַט פֿון קאָמוניזם. אָבער צוליב זײַנע "קריסטלעכע ראָמאַנען", האָט ער זיך צעבוצקעט מיט אַב. קאַהאַן און געפֿונען אַ מקום-מיקלט אין דער "פֿרײַהייט".
זינגער איז געווען אַ ספּילשליווער, היציקער מענטש. אין דעם פֿאַל, איז ער אויפֿגעקאָכט געוואָרן, ווײַל אים האָט זיך אויסגעדאַכט, אַז דער "פֿאָרווערטס" קלײַבט זיך ניט צו דרוקן זײַנע סאָוועט-רוסישע רײַזע-נאָטיצן. עס לייגט זיך אויפֿן שׂכל, אַז אים האָט אויך ניט געלאָזט צו רו דער געדאַנק, אַז די שרײַבער, צו וועלכע ער האָט געהאַט גרויס דרך-ארץ, זײַנען געווען, געוויינטלעך, ניט אין "פֿאָרווערטס", נײַערט אין דער "פֿרײַהייט" אָדער אין "דער טאָג".
דערצו האָט אים אליהו וואַטענבערג — דער גענעראַל-סעקרעטאַר פֿון "איקאָר", וואָס די אַמעריקאַנער קאָמוניסטן האָבן אָרגאַניזירט, כּדי צו העלפֿן די ייִדישע קאָלאָניזאַציע-פּראָיעקטן אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד — פֿאָרגעלייגט צו ווערן אַ טייל פֿון דער "פֿרײַהייט"-סבֿיבֿה, צו וועלכער עס האָבן שוין געהערט אַזעלכע שרײַבער ווי דוד בערגעלסאָן, ה. לייוויק, משה נאַדיר און ברוך גלאַזמאַן. פּרץ מאַרקיש, זינגערס נאָענטער פֿרײַנד, האָט זיך צו יענער צײַט שוין באַזעצט אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד.
איז לאָמיר איצט לייענען די בריוו גופֿא. זיי היטן זיך אָפּ אין ייִוואָ, אין אָפּאַטאָשוס קאָלעקציע (נומ׳ 436), אין דער טעקע 91.
וואַרשע, דעם 3טן יאַנואַר 1927
טײַערער ליבער אָפּאַטאָשו.
אַנטשולדיקט, וואָס איך ווענדע זיך צו אײַך גראָד איצט. איר וועט מיך פֿאַרשטיין. איך שרײַב צו אײַך בסוד, גלײַך בעט איך צו צערײַסן דעם בריוו.
אַלזאָ:
מיט חדשים צוריק, ווי איר ווייסט, האָב איך געמאַכט דעם "פֿאָרווערטס" אַ פֿאָרשלאָג פֿאָרן קיין רוסלאַנד. קאַהאַן האָט זיך אָנגעכאַפּט, באַוואָרפֿן מיט דעפּעשעס, געלט, אַבי פֿאָר! איך בין געפֿאָרן, קיין גרויס פֿרײַנדשאַפֿט אַלס "פֿאָרווערטס"-פֿאָרשטייער נישט באַקומען, נאַטירלעך. מילא, דאָס איז גאָרנישט. געקומען, אָנגעשריבן אַ מאַסע מאַטעריאַל, גוטן. און איך דערוויס זיך, אַז אין "פֿאָרווערטס" דרוקט מען גאָר [הערש-דוד] נאָמבערגס מעמואַרן. ער איז געווען מיט מיר צוזאַמען און, דעם אמת זאָגנדיק, קיין זאַך נישט געזען. ר׳איז געזעסן אין קאַפֿע. איך האָב געאַרבעט, אומגעשלעפּט זיך.
ווי נאָמבערג דערציילט, זאָל קאַהאַן מיט אים האָבן געמאַכט אַן אָפּמאַך נאָך אין אַמעריקע וועגן דער רײַזע. אויב אַזוי, וואָס זשע האָט ער מיך געטריבן, דער אַלטער? — די גנבֿים, קאַהאַנען און נאָמבערגן, איז שווער צו דערגיין. אַלנפֿאַלס זײַן אַלס נאָכשלעפּער נאָך נאָמבערגן קאָן איך נישט.
איצט איז אַזאַ עסק:
פֿאַר מײַן פֿאָרן קיין רוסלאַנד, איז בײַ מיר געווען וואַטענבערג, אַן אַמעריקאַנער, אַ פֿאָרשטייער פֿון "איקאָר", און אין נאָמען פֿון "פֿרײַהייט" מיר געמאַכט אַ פֿאָרשלאָג איבערגיין אין "פֿרײַהייט". ער האָט מיך שטאַרק געבעטן. ווען איך ווייס פֿריִער, וואָלט איך געווען איבערגעגאַנגען מיט כּבֿוד, איך וואָלט געקענט פֿאַרקויפֿן אין רוסלאַנד מײַן ראָמאַן "שטאָל און אײַזן". מילא, עס איז פֿאַרפֿאַלן!
איך וואָלט אײַך דעריבער געבעטן, אָנטאַפּן זייער דיפּלאָמאַטיש דעם דופֿק אין "פֿרײַהייט", אָדער בײַ וואַטענבערגן. איך קאָן זיי געבן דעם ראָמאַן, פֿון 22 בויגן, צו דרוקן אין המשכים. ער איז זייער שפּאַנענד און אין גײַסט פֿון צײַטונג. דערצו האָב איך די רײַזע פֿון ר[אַטן-]פֿ[אַרבאַנד] און בכלל קאָן איך זיי געבן מאַטעריאַלן, ווי אויך מיך. — זיי ווייסן אַליין גאַנץ גוט. איך האָב אין "פֿ[אָרווערטס]" 50 ד[אָלאַר] אַ וואָך. איך וואָלט מסכּים זײַן אויף 30 און 25 אַפֿילו, נאָר אויף זיכער. איך מיין, אַז איר פֿאַרשטייט אַלץ און איר וועט וויסן וואָס צו טון.
איך קאָן מער נישט אין "פֿ[אָרווערטס]" פֿאַרבלײַבן. איך פֿאַרטראָג נישט קיין דערנידערונג, כאָטש אין "פֿאָרווערטס" בעט מען מיך. בכלל צײַט צו ענדערן.
אַגבֿ, האָב איך דעם ראָמאַן געשריבן אויף אַ מאַשין. [ער איז] אין "פֿאָרווערטס". איך לייג בײַ צו אײַך אַ וויזיט-קאַרטע מיט אַ באַפֿולמעכטיקונג אָפּצונעמען אים. אויב ס׳וועט זײַן אָלרײַט, בעט איך אײַך מיר שיקן אַ דעפּעשע, אַ קורצע, און דאַן ענטפֿער איך גלײַך און מען קאָן געבן אין "פֿרײַהייט". גלײַכצײַטיק וועט איר איבערגעבן דאָרט מײַן ראָמאַן.
איך רעכן, אַז עס דאַרף אַלץ געמאַכט ווערן אַזוי, אַז אין "פֿאָרווערטס" זאָל מען נישט באַווײַזן מיך אויסשטעלן פֿאַר אַ נאַר, נאָר מײַן אַרויסטריט זאָל קומען אַליין. אַ פֿאַקט.
מעגלעך, אַז צו דער צײַט וועט איר שוין האָבן פֿריִער מײַנע דעפּעשעס.
אַלזאָ זײַט מיר געזונט און שטאַרק און האָט נישט פֿאַראיבל פֿאַר דער גרויסער טירחה, וואָס איך לייג אַרויף אויף אײַך. אי״ה בנחת וועלן מיר זיך אָפּדינען.
גריסט מיר האַרציק אײַער אַדעלען און אײַער בחור.
אײַער זינגער.
אַ גרוס פֿון מײַן פֿאַמיליע.
דעם בריוו דן זײַן בשׂרפֿה.
איך האַלט זיך אָפּ צו שיקן פֿון מײַן רײַזע [קיין] איין וואָרט אין "פֿ[אָרווערטס]". דאָס וועט קענען ווערן אויסגענוצט פֿאַר דער "פֿרײַהייט" אין גאַנצן. דער עיקר, אָבער, ס׳געלט זאָל זײַן אין אָרדענונג.
אַגבֿ, אויב נישט "פֿרײַהייט", ווי איז אײַער מיינונג מכּוחן "טאָג"?
צו דעם בריוו איז טאַקע צוגעלייגט געוואָרן זינגערס וויזיט-קאַרטל, אויף וועלכן עס שטייט געשריבן:
צו דער רעדאַקציע "פֿאָרווערטס".
דערמיט באַפֿולמעכטיק איך דעם ח׳ י. אָפּאַטאָשו אָפּצונעמען בײַ אײַך מײַן ראָמאַן "שטאָל און אײַזן", וואָס געפֿינט זיך בײַ אײַך. איך בעט אים גלײַך דעם מאַנוסקריפּט אַרויסצוגעבן.
י. י. זינגער
וואַרשע, דעם 3טן יאַנואַר, 1927
אַ סבֿרא, אַז דאָס שרײַבן דעם בריוו האָט ניט באַרויִקט זינגערן, און אין צוויי טעג אַרום שיקט ער אַ טעלעגראַם (דעפּעשע), אויף פּויליש:
WARSAW JAN 5 1927
OPATOVSKY
1465 FULTON AVE NY
PRZYJECHALEM BOGATYM MATERJALEM CHCE NAUCZYC STAREGO WATTENBERG PROPONOWAL FREIHEIT POMOWIC WATTENBERGEM LUB TOG TAJEMNICA DYPLOMATYCZNIE DEPESUJ WARUNKI KLECKINOWI
ZYNGER
(געקומען [מיט] רײַכן מאַטעריאַל[.] כ׳וויל אָנלערנען [דעם] אַלטן[.] וואַטענבערג [האָט] פֿאָרגעלייגט פֿרײַהייט[.] העלפֿט [דורך] וואַטענבערגן צי טאָג[.] [האַלט עס ווי אַ] דיפּלאָמאַטישן סוד[.] טעלעגראַפֿירט באַדינגונגען [אין] קלעצקין [פֿאַרלאַג].
זינגער)
לויט אַלע סימנים נאָך, האָט אָפּאַטאָשו געטאָן אַלץ, כּדי באַרויִקן זײַן פֿרײַנד. אין אַ חודש אַרום שרײַבט זינגער צו אים שוין אַ גאַנץ רויִקן בריוו.
דעם 7טן פֿעברואַר 1927
ליבער טײַערער אָפּאַטאָשו.
איך האָב דערהאַלטן אײַער בריוו, און איר האָט מסתּמא מײַן בריוו אויך דערהאַלטן. איך האָב אײַך געפֿאָלגט און צו פֿיל אַראָפּגעשלונגען. פֿאַרפֿאַלן.
וואָס הערט זיך בײַ אײַך? ווי גייט עס אײַך? מיר איז נישט אויסגעקומען לייענען אײַער "טענצערין". ווען וועט עס אַרויס אין אַ בוך? איך האָב מײַן ראָמאַן פֿאַרענדיקט. ער זעצט זיך שוין. איר האָט געהערט טיילן, אָבער איך האָב אַזוי געענדערט, נישט צו דערקענען. דאַכט זיך מיר, אַז עס איז גוט. מיר׳ן זען.
אין רוסלאַנד אין ליט[עראַרישן] וועלטל איז נישט דאָסיק. מען קאָן ווינציק די מלאָכה, און מען איז זייער גדולדיק בײַ זיך. אויף מיר האָט מען געקוקט אין אַ סך פֿאַלן ווי אויף אַ שׂונא מישטיינס געזאָגט. צו אײַך, בײַ אַלע חטאָים אײַערע, האָט מען אַ פֿרײַנדלעכע באַציִונג. און אַ ווילדע זאַך, איר זענט דאָרט גוואַלדיק פּאָפּולער מיט אײַערע קאָנטר-רעוואָלוציאָנערע מקובלים און צדיקים. נו איר ווייסט דאָך, אַז מיך אַרט עס נישט, איך בין נישט געפֿאָרן נאָך כּבֿוד, נישט נאָך געלט און איך האָב, חלילה, זיך נישט געלאָזט שמײַסן, ווי איך האָב נישט פֿאַרדינט — איך האָב נאָר געפֿרעגט איין פֿראַגע: "שרײַבן קאָנט איר?" — מע האָט געמוזט שווײַגן.
לייוויק איז דאָרטן פֿאַררעכנט פֿאַר משיח. מען רעדט וועגן אים מיט פֿאַרגלייזטע אויגן. נאַדירן האָב איך באַגעגנט. אין גרונט גענומען, איז ער אַן אָרנטלעכער מענטש, נאָר בײַ זײַן גאַנצער חכמה, נישט קיין חכם, און דערפֿון נעמען זיך פֿאַרשידענע נאַרישקייטן. אַגבֿ, האָב איך געהאַט אַ באַגריף, אַז ר׳האָט זיך דאָרטן שלעכט געפֿילט. רוסלאַנד האָט ליב אידעען, שווערע אַרטילעריע, און נאַדיר איז אַבסאָלוט נישט פֿאַר זיי.
גאַנץ גוט, וואָס איר קומט אין גיכן. מיר בענקט זיך שוין נאָך אײַך. איר דאַרפֿט וויסן, אָפּאַטאָשו, אַז איך האָב אײַך באמת ליב און עס ווילט זיך מיר אײַך זען. וואָס טוט איר? מאַרקיש האָט זיך תּחילת שלעכט געפֿילט. אַלע אידיאָטן האָבן געהאַט טענות צו אים. נאָך זײַן שקאָצישן תּשובֿה טון איז ער אָלרײַט. ער האָט טאַקע געדריגעט מיט די פֿיס, אָבער אַוועקגעלייגט האָט ער זיך, און מע האָט אים אַרײַנגענומען אין דער משפּחה.
אַזוי האָט רוסלאַנד אַ סך אינטערעסאַנטע זאַכן. די קאָלאָניזאַציע איז זייער אַ וויכטיקער ענין. נאָר ליטער[אַריש] רוסלאַנד איז דאָסיק. [...]
און נאָך רויִקער איז זינגער געוואָרן אָנהייב פֿרילינג, בפֿרט אַז ער האָט זיך דערוווּסט וועגן בערגעלסאָנס פֿינאַנציעלע פּראָבלעמען נאָך זײַן ווערן אַ "פֿרײַהייט"-שרײַבער.
דעם 12טן מאַרץ 1927
איך האָב אײַער צווייטן בריוו דערהאַלטן, ייִשר-כּוח. איך פֿאָלג אײַך אין אַלעמען. זאָל אַלץ בלײַבן ווי געווען.
תּחילת בין איך געווען אַ ביסל אויפֿגעבראַכט, איצט בין איך שוין באַרויִקט.
איך וואַרט שוין אײַך צו זען. נישטאָ איצט אין וואַרשע מיט וועמען זיך באַגעגענען. מאַרקיש איז אין רוסלאַנד. [מלך] ראַווישט האָרעוועט אין ליטעראַטן-פֿאַראיין. אין פֿאַראיין קום איך נישט שוין העכער אַ יאָר צײַט. איצט האָב איך זיך גאָר צעריסן מיטן עולם. [...]
איך זיץ טאַקע און אַרבעט. ס׳הייסט, איצט טו איך גאָרנישט, איך בין מיד פֿון ראָמאַן, פֿון דער רײַזע און פֿון די באַשרײַבענישן. [...] דער ראָמאַן איז שוין באַלד אויסגעזעצט. ער האָט 22 דרוק-בויגן. אַ גאַנצער קרבן-מינחה. מיר וועלן זען, וואָס איר וועט עפּעס זאָגן. מילא, איר זענט דאָך שוין אַ בקי, נישט דער ערשטער מאָל בײַ אײַך. בײַ מיר קלאַפּט נאָך דאָס האַרץ, ווי בײַ אַן ערשטער ליבע.
אָבער מיר האָבן דאָך עפּעס אַ גרויסן גאָט. מסתּמא וועט ער נישט אָפּטון זײַן לײַטזעליקייט פֿון זײַן קנעכט ישׂראל-יהושה.
שרײַבט ווי גייט עס אײַך, אָפּאַטאָשו-לעבן! איך בין אייגנטלעך נישט קיין פֿוילער, אָבער עס שטעקט נאָך אין מיר, זעט אויס, דער אַמאָליקער שיק-הבחור, וואָס האָט נישט קיין באַציִונג ווי געהעריק און איז פֿויל אויף בריוו. נאָר אַז עס איז שוין געקומען צו שרײַבן, דאַרף מען שוין שרײַבן. איר האָט זיך אַלנפֿאַלס פֿון דעם מין ישיבֿה-ניהיליזם באַפֿרײַט, אָדער אפֿשר גאָר קיין מאָל נישט געליטן דערויף.
מיר האָבן איצט [שלום] אַשן אין וואַרשע. אַלע מאָל איז ער זייער כּל-ישׂראליש געשטימט און איז גרייט וויינען אַביסל פֿאַרן פֿאָלק, אַבי נאָר ס׳זאָל זײַן וווּ. און וווּ וועט שוין זײַן. אָדער די ציוניסטן אָדער דער בונד. גיכער דער בונד, ווײַל די ציוניסטן טאַנצן איצט אַרום זשאַבאָטינסקין, שמריהו לעווין א״אַ. (אַגבֿ, וואָס איז דער שׂכל וואָס איך האָב נישט קיין סימפּאַטיע צו די ייִדן מיט דעם נאָמען שמריהו? ווי איז בײַ אײַך?)
פֿון "פֿ[אָרווערטס]" האָט מען מיר געשריבן, אַז מײַן ראָמאַן וועט זיך דאָרט דרוקן פֿראַגמענטנווײַז. זאָל זײַן אַזוי. פֿון קלעצקינען וועל איך האָבן גאַנצע 100 דאָלאַר פֿאַר דער אויפֿלאַגע און דאָס אין וועקסלען. די פֿראַגמענטן וועלן כאָטש אָפּצאָלן.
איך האָב געהערט אַז בײַ בערגעלסאָנען איז צרות. נישטאָ קיין געלט. "כיטרי אַזש דורען!" [אַזוי כיטרע אַזש אַ נאַר, ד״ה. האָט זיך אַליין איבערגעכיטרעוועט] — לייוויק מיט גלאַזמאַנס טשערוואָנצעס [גאָלדענע רובלען] פֿון רוסלאַנד האָבן אים פֿאַרבלינדט. נאָך אַלעמען אַ שאָד, ווײַל שרײַבן קאָן ער פֿאָרט!
זײַט מיר געזונט און שטאַרק, און צום גיכן ווידערזען.
אײַער י. י. זינגער
די בעסטע גרוסן פֿאַר אײַער אַדעלען און דודלען.
גרוסן פֿון מײַן פֿרוי און קינדער.
ראַווישט בעט גריסן אײַך און אײַער פֿרוי.
ווען איך האָב צום ערשטן מאָל איבערגעלייענט די בריוו, איז מיר געקומען אַזאַ געדאַנק: טאָמער זינגער וואָלט דעמאָלט טאַקע אַריבער אין "פֿרײַהייט", וואָלט אונדזער ליטעראַטור-געשיכטע אויסגעזען גאַנץ אַנדערש. אַ סבֿרא, אַז אים וואָלט זיך ניט אײַנגעגעבן צו באַזעצן זיך אין אַמעריקע, שוין אָפּגעשמועסט פֿון אַריבערשלעפּן אַהין זײַן ייִנגערן ברודער, יצחק באַשעוויס־זינגער. קיין נאָבעל-לאַורעאַט וואָלט דער ברודער זיכער ניט געוואָרן.
אָבער לאָמיר אָפּלאָזן די קאָניוקטיוו־פֿאָרעם. אין דער רעאַלקייט האָט זינגערס היסטעריע ניט געביטן דעם וועג פֿון זײַן לעבן.