פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק (ניו־יאָרק)

אײַזיק פּלאַטנער
אײַזיק פּלאַטנער
אײַזיק פּלאַטנער איז געווען אַ פּאָעט, וואָס האָט אימיגרירט פֿון פּוילן קיין אַמעריקע אין 1922 און איז צען יאָר שפּעטער, אין 1932, געפֿאָרן און זיך באַזעצט אין מינסק. אין אַמעריקע איז ער מקנא געווען די אויפֿטוען אין סאָוועטן־רוסלאַנד, דאָרטן איז דאָס לעבן געווען בעסער, האָט ער געגלייבט, ניט אָרעם און אָפּגעשטאַנען, ווי אין אַמעריקע, מיט דער רעליגיעזער פֿירונג. אין זײַן ליד "אַ גרוס צו די חבֿרים אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד" שרײַבט ער:

בײַ אונדז נאָך זינגט מען פֿון אַ טויטער מאַמען,
פֿון אַ קשר, פֿון מזוזות און פֿון תּפֿילין;
מ׳איז שוין אויסגעפֿאָרן אַלע זיבן ימען,
און מע קרעכצט נאָך און מע שפּילט זיך מיט געפֿילן.

אין אַמעריקע איז געוואָרן נמאס די רו — ווײַל ס׳איז ניט געווען קיין אַרבעט, און עס האָט זיך געוואָלט גיין אין קאַמף, נעמען ביקס אין האַנט, ווי אין רוסלאַנד:

אַז דאָ, אויף האָדסאָן, זאָל אַ זינג טאָן,
ווי עס זינגט בײַ אײַך אויף דניעפּר,
אין אונדזערע לידער זאָל אַ קלינג טאָן,
ווי עס קלינגט בײַ איציק פֿעפֿער...

ער, וואָס איז גרייט צום קאַמף, דערמאָנט לייוויקן, וואָס "האָט זיך דערשראָקן" — די צײַט, ווען לייוויק איז אַוועק פֿון די לינקע. ער ברענגט די דיכטונג פֿון אַבֿרהם רייזען ווי אַ שוץ צו די געפֿאַרן — "אַז מיר האָבן ניט קיין ברויט, זאָלן לידער דערלייזן"; די לידער פֿון רייזענען, וואָס ער זינגט, זײַנען:

"הוליעט, הוליעט, בייזע ווינטן! הײַנט איז אײַער צײַט"; און "אָך, וואָס קלינגט איר קירכן־גלאָקן, / הערט שוין אויף, גענוג געשראָקן".

אײַזיק פּלאַטנער איז געבוירן געוואָרן אין 1895 אין סאַקאָלאָוו־פּאָדליאַסק, פּוילן. ער האָט זיך געלערנט אין חדרים, בית־מדרש, חסידים־שטיבלעך און ישיבֿות. בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה איז ער געווען טעטיק אין דער פּועלי־ציוניסטישער באַוועגונג. ער האָט געלעבט אומלעגאַל אין פּוילן און ליטע, און האָט אָנטיילגענומען אין דער פֿינפֿטער וועלט־קאָנפֿערענץ פֿון פּועלי־ציון אין ווין, 1919. ווי דערמאָנט פֿריִער, האָט ער געלעבט אין אַמעריקע צען יאָר, און נאָך דעם — אין מינסק. אין דער צײַט פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט ער געלעבט אין סאַראַנסק און ווי נאָר ווײַסרוסלאַנד איז באַפֿרײַט געוואָרן, האָט ער זיך אומגעקערט קיין מינסק. בעתן מאַסן־אַרעסט אויף ייִדישע שרײַבער אין 1948, איז ער געווען אַרעסטירט און פֿאַרשיקט אין לאַגער טײַשעט, אירקוטסקער געגנט, סיביר, ביז 1956. ער איז געשטאָרבן אין ליטווישן קוראָרט פּאַלאַנגאַ אין 1961.

וועגן אײַזיק פּלאַטנערס וועג ווי אַ דיכטער האָט דער שרײַבער הערש רעמעניק געהאַלטן:

"אײַזיק פּלאַטנער איז דער דיכטער פֿון לײַדן און פֿון קאַמף, אָבער אויך פֿון ליבשאַפֿט און פֿריידן. דער לירישער העלד פֿון פּלאַטנערס דיכטונג האָט דורכגעמאַכט אַ שווערן לעבנסוועג, אָבער מיטן באַוווּסטזײַן, אַז ניט אומזיסט איז אַדורך אָט דער שווערער וועג. אָט די שטימונג איז באַזונדערס בולט אויסגעדריקט אין דעם ליד ׳דער קוואַל׳, וועלכע מע קען רעכענען ווי אַ מין סך־הכּל, אַ חשבון־הנפֿש פֿון די אָפּגערוישטע יאָרן. דער דיכטער, זײַן לירישער העלד, איז איבערצײַגט, אַז די אויפֿגאַבע פֿונעם מענטשן און שעפֿער באַשטייט אין אומאויפֿהערלעכן שטרעבן צו ליבשאַפֿט":

ווען איינער זוכט וואַסער צו שטילן זײַן דאָרשט,
גראָבט ער אַ טיפֿן ברונעם;
און איך האָב געגראָבן טיף אין מײַן האַרץ
און האָב דאָרט ליבשאַפֿט געפֿונען.

מײַן לעבן ליגט אָפֿן פֿאַר מיר, ווי אַ בוך,
מיט זײַטלעך געדיכטע פֿאַרשריבן,
דאָס שלעכטס איז אַריבער, דאָס בייז איז אַוועק,
די ליבשאַפֿט איז איבערגעבליבן.

כ׳האָב געקאָכט און געבענקט נאָך אַ גליקלעכער ערד,
נאָך פֿון קינדווײַז די בענקשאַפֿט געטראָגן,
איך בין אָרעם געוועזן אַ מאָל, אַזש אַ גרויל,
נאָר ליבשאַפֿט געקאָנט כ׳האָב פֿאַרמאָגן.

אין זײַן ליד וועגן דעם תּוך פֿון לעבן, וואָס ער רופֿט אָן "די זאַלץ פֿון לעבן", שרײַבט ער:

אַז וואָס איז דען לעבן?
אָט דאָס, וואָס דו זעסט; —
די פֿרייד, וואָס באַהערשט דיך,
דער אומעט, וואָס פּרעסט,
און די זון, און די ערד,
און דער בוים — אָט דאָס אַלץ,
און דאָס ווײַס׳ אויפֿן קאָפּ
איז פֿון לעבן די זאַלץ.

און וועגן די עלעמענטן, וואָס באַווירקן די זאַלץ פֿון לעבן, דערקלערט ער:

ניין, מײַן טײַערע, ניין!
ניט מײַן, ס׳איז שוין אַלץ;
דאָס ווײַס׳ אויפֿן קאָפּ
איז פֿון לעבן די זאַלץ.
עס איז דאָס, וואָס אין קאָרענעם ברויט
גיט דעם טעם,
די שאַרפֿקייט און גבֿורה
די כוואַליעס פֿון ים.
אָן אַ ביסעלע צער
קאָן קיין שׂמחה ניט זײַן,
דער שאָטן באַגלייט דאָך
פֿון אייביק די שײַן.

אַז דאָס הויז, וואָס מע בויט,
און דער אות, וואָס דו שרײַבסט,
אָט דאָס אַלץ
פֿאַר דער גליקלעכער צוקונפֿט פֿאַרבלײַבט.

אין צײַט פֿון קריג, אין 1944, שאַפֿט ער אַ ליד וועגן דער חרובֿער שטאָט מינסק, און דעם וועג צום נצחון:

קלעזמער, שפּיל אויס מיר אַ ניגון אָן נאָטן,
און ניט אויף קיין פֿלייט, אויף קיין באַס,
דו גיב מיר אַ שפּיל אויף צעריסענע דראָטן,
וואָס הענגען אויף חרובֿער גאַס.

און לאָמיר אַרומגיין די פּלעצער, די הויפֿן,
בשותּפֿות מיט ניגון און ליד,
אַ קינדער־געזעמל וועט קומען צו לויפֿן,
און מיר וועלן שטיין אין דער מיט.

קלעזמער, שפּיל אויס מיר דעם ניגון פֿון צאָרן,
אין צאָרן דער טרויער פֿאַרגייט,
דאָס האָב און דאָס גוטס איז דאָ חרובֿ געוואָרן,
נאָר ס׳לײַכט פֿון נצחון די פֿרייד.

דורך אונדזערע גאַסן עס פֿירן די וועגן —
קיין מערבֿ עס פֿירט יעדער וועג.
פֿון אונדזערע טירן מ׳עט לויפֿן אַנטקעגן
די זיגער אין ליכטיקע טעג.

קלעזמער, שפּיל אויס מיר דעם ניגון אָן נאָטן —
פֿון לעבן, פֿון זיג און פֿון האַס,
שפּיל אויס מיר אַ ליד אויף צעריסענע דראָטן,
וואָס הענגען אויף חרובֿער גאַס.

אין איינעם פֿון זײַנע לעצטע לידער, געשריבן אין 1961, פֿאַרגלײַכט ער די פֿאַרעלטערטע ערד מיט זײַן שוואַכן עלטערן זיך:

אָט די אַלטע ערד,
זי וויל אַלץ אייביק יונג זײַן,
זי וויל עמעצן געהערן,
זי האָט מײַן האַרץ גערירט.

וויפֿל מאָל זי האָט זיך שוין אין גרינס געצירט
און געוויזן זיך אין פּראַכט פֿאַר ווײַטע שטערן,
אָ, די אַלטע ערד,
זי וויל אַליין ניט בלײַבן,
אין קרײַז, מיט די גלגלים
דרייט זי זיך אַרום דער זון;

———

ווי שווער עס איז אין דער אייביקייט
די בענקשאַפֿט שטילן,
ווי בענקענדיק אין די פֿאַרנעפּלטע פֿאַרטאָגן
די בערג, די שטיינערנע אויף זיך צו טראָגן,
די אויפֿגעוואַכטע, נאָגנדע געפֿילן,
די ימען די שוימיקע,
די ווייכע שנייען,
אין דעם גרויסן צער
פֿון מיליאָנען מאָל
פֿון זון־פֿאַרגיין?

טאָ וואָס זאָל איך שוין זאָגן —
איינער אַ בן־אָדם,
וואָס קאָן ניט צו קיין קרוין אַפֿילו
פֿון אַ בוים דערגרייכן,
וואָס אין גרינעם גראָז פֿאַרזונקען מײַנע פֿיס
אַזש ביז די קנעכל.

די מאָטיוון פֿון אײַזיק פּלאַטנערס באַטראַכטונגען אין דער יוגנט וועגן נויט און לײַדן און קאַמף האָבן זיך שפּעטער געענדערט אין זײַן דיכטונג. ער האָט אַזוי שטאַרק געגלייבט אין דעם סאָוועטישן לעבן, און איז אַליין געפֿאַלן אַ קרבן פֿון דער גרויליקער סיסטעם. זײַנע שפּעטערדיקע באַטראַכטונגען זײַנען געווען וועגן ליבשאַפֿט, וועגן נאַטור און צום זינען פֿון לעבן.