פּובליציסטיק, אַמעריקע, געזונט
פֿון שׂרה־רחל שעכטער (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

 אַ גרופּע אָנגעשטעלטע בײַם
אַ גרופּע אָנגעשטעלטע בײַם
THE QUEENS COURIER
דער פּלאַן צו רעפֿאָרמירן די ריזיקע, פּראָבלעמאַטישע ניו־יאָרקער שפּיטאָל־אינדוסטריע, האָט אַרויסגערופֿן אַ היפּש ביסל נערוועזקייט בײַ די אײַנוווינער פֿונעם שטאַט, צוליב זײַן רעקאָמענדאַציע צו שליסן נײַן שפּיטאָלן און אין גאַנצן איבערמאַכן 48 אַנדערע. די שפּיטאָל־אינדוסטריע אין ניו־יאָרק איז באַקאַנט ווי די גרעסטע אין אַמעריקע, אָבער איר פֿינאַנציעלער מצבֿ איז אויך דער סאַמע ערגסטער, האָבנדיק פֿאַרלוירן געלט די לעצטע אַכט יאָר נאָך אַנאַנד.

דעם רעפֿאָרם־פּלאַן האָט צונויפֿגעשטעלט די "קאָמיסיע פֿאַר די געזונט־באַדינונג־אַנשטאַלטן פֿונעם 21סטן יאָרהונדערט", אויך באַקאַנט ווי די "בערגער־קאָמיסיע", צוליב דעם פֿאָרזיצער פֿון דער קאָמיסיע, סטיווען בערגער. בײַם מעלדן די רעזולטאַטן פֿונעם באַריכט, האָט בערגער דערקלערט, אַז די ניו־יאָרקער שפּיטאָל־נעץ איז "צעבראָכן" און אויב מע וועט זי נישט פֿאַרריכטן אין דער נאָענטער צײַט, און וואַרטן ביז די שפּיטאָלן וועלן אָנהייבן צו באַנקראָטירן, וועט עס זײַן אַ סך שווערער און טײַערער זי צו ראַטעווען. דער אַרויסגייענדיקער גובערנאַטאָר דזשאָרדזש פּאַטאַקי, דער נײַ־דערוויילטער גובערנאַטאָר עליאָט ספּיצער און דער ניו־יאָרקער בירגערמײַסטער מײַק בלומבערג האָבן אַלע געלויבט די רעקאָמענדאַציעס.

לויטן פּלאַן, וואָלט מען געדאַרפֿט רעדוצירן די צאָל שפּיטאָל־בעטן אויף 4,200, אָדער 7%, און אויך שליסן אָדער פֿאַרקלענערן עטלעכע משבֿ־זקנימס, בפֿרט אין צפֿון־ניו־יאָרק. אויב דער גובערנאַטאָר און די לעגיסלאַטור וועלן זיך נישט קעגנשטעלן דעם פּלאַן קומענדיקן חודש, וועלן די רעקאָמענדאַציעס פֿון דער קאָמיסיע אָננעמען דעם כּוח פֿון אַ געזעץ, און מע וועט מוזן דורכפֿירן ס׳רובֿ פֿון זיי ביז סוף יאָר 2007. ס׳איז אָבער דאָ אַ תּנאַי: דער גובערנאַטור און די לעגיסלאַטור טאָרן נישט אָננעמען בלויז אַ חלק פֿון די רעקאָמענדאַציעס — אָדער אַלץ, אָדער גאָרנישט.

אַ טאָג נאָך דער פּובליקאַציע פֿונעם בערגער־באַריכט, האָבן די שפּיטאָל־באַאַמטע און פּאָליטיקער פֿון אַ צאָל שטעט און שטעטלעך פֿאַרדאַמט דעם פּלאַן, און געוואָרנט, אַז זיי וועלן אים באַקעמפֿן אינעם שטאַט־קאָנגרעס און אין געריכט. אין פֿאָרעסט־הילס, קווינס, האָבן 150 מענטשן זיך פֿאַרזאַמלט פֿאַרן "פּאַרקוויי שפּיטאָל" — דער איינציקער קווינסער שפּיטאָל, וואָס מע האָט געהייסן שליסן — צו פּראָטעסטירן קעגן דער פֿאַראָרדענונג. "באַזײַטיקן דעם שפּיטאָל איז גלײַך ווי היילן אַ פֿאַרקילונג דורך אָפּהאַקן אַן אבֿר," האָט באַמערקט דער אָרטיקער קאָנגרעסמאַן, אַנטאָני ד. ווינער.

ווי עס זאָל נישט זײַן, איז דער מצבֿ הײַנט אַ גאָר ערנסטער, נישט בלויז פֿאַר די פּאַציענטן, נאָר פֿאַר די דאָקטוירים און קראַנקן־שוועסטער. אַ פּעדיאַטריקער אינעם פּקוח־נפֿש־אָפּטייל פֿונעם "לאָנג אײַלאַנד דזשויִש האָספּיטאָל" (אַ שפּיטאָל וואָס איז נישט פֿון די וואָס מע הייסט שליסן), וועלכער האָט נישט געוואָלט אָנגעבן זײַן נאָמען, ווײַל ער איז נישט באַפֿולמעכטיקט צו קאָמענטירן וועגן דעם מצבֿ, האָט איבערגעגעבן דעם "פֿאָרווערטס", אַז זײַן אָפּטייל איז ממש פֿאַרפֿלייצט מיט פּאַציענטן. "יעדן טאָג זענען 100% פֿון די בעטן אין שפּיטאָל פֿאַרנומען, וואָס רופֿט אַרויס אַ ריזיקע דרוק אויפֿן פּקוח־נפֿש־אָפּטייל אָפּצוהאַלטן די קראַנקע קינדער ביז ס׳וועט זיך באַפֿרײַען אַ בעט. דאָס איז אַ געפֿערלעכע סיטואַציע, ווײַל אַ פּקוח־נפֿש־אָפּטייל איז נישט מסוגל צו באַזאָרגן די פּאַציענטן מיט אַן אָנגייענדיקער באַהאַנדלונג... מיר דאַרפֿן שטעלן בלויז דעם דיאַגנאָז, סטאַביליזירן דעם מצבֿ און שיקן די קראַנקע ווײַטער אין שפּיטאָל אַרײַן."

די שפּיטאָלן וואָס מע האָט זיי געהייסן צו שליסן, האָבן אָבער אַ פֿאַרקערטע פּראָבלעם: אַ גרויסער חלק פֿון זייערע בעטן בלײַבן ליידיק. למשל, אין איינעם אַזאַ שפּיטאָל, אין דאָבס־פֿערי, האָט מען אין יאָר 2004 באַדינט בלויז 30 פֿון זייערע 50 בעטן; און געוויינטלעך באַווײַזט מען עס טאָן בלויז מיט 20. דער קווינסער "פּאַרקוויי־שפּיטאָל", וואָס האָט שוין אָנגעמאָלדן אויף באַנקראָט, האָט אויך קוים געקענט אָנפֿילן אירע 251 בעטן.

ד״ר לערי לערנער, אַן אינטערניסט בײַם "בית־ישׂראל מעדיצינישן צענטער" (אַן אינסטיטוציע וואָס איז נישט אויף דער "שליס־רשימה"), האָט דערקלערט, אַז בײַ ס׳רובֿ פֿון די באַדראָטע שפּיטאָלן פֿעלן אויס פּאַציענטן. אַז מע וועט זיי שליסן, וועט עס, אין לעצטן סך־הכּל, געבן פּאָזיטיווע רעזולטאַטן. "אַז מע וועט פֿאַרמאַכן די שפּיטאָלן ׳קאַבריני׳ אין מאַנהעטן, אָדער Our Lady of Mercy אין בראָנקס, וועט עס בכלל נעגאַטיוו נישט ווירקן אויף די פּאַציענטן, ווײַל לעבן די שפּיטאָלן געפֿינען זיך אַנדערע שפּיטאָלן — ׳בית־ישׂראל׳ און ׳מאָנטעפֿיאָר׳. דער פּלאַן איז צו פֿאַרמאַכן יענע אינסטיטוציעס, וואָס האַלטן שוין סײַ ווי בײַ אַ פֿינאַנציעלן אונטערגאַנג, און דערבײַ איבערפֿירן די פּאַציענטן און רעסורסן צו די בעסערע שפּיטאָלן. דאָס געלט וואָס ס׳וועט דערנאָך אַרײַנקומען אין די געראָטענע שפּיטאָלן, אַ דאַנק די נײַע פּאַציענטן, וועט דערמעגלעכן צו בויען דאָרט נײַע אָפּטיילן, און במילא, אײַנצופֿירן מער בעטן."

די געשעפֿט־צײַטונג "קריינס" האָט דערקלערט, אַז דער פּלאַן וועט אָפּשפּאָרן ניו־יאָרק בערך 1.5 ביליאָן דאָלאַר פֿונעם "מעדיקייד"־חשבון (די געזונט־פֿאַרזיכערונג־פּראָגראַם פֿאַר די אָרעמע לײַט), וואָס באַטרעפֿט 46 ביליאָן דאָלאַר אַ יאָר.

דער גרעסטער חידוש איז אָבער, אַז צוויי אָרגאַניזאַציעס, וואָס מע האָט געמיינט, זיי וועלן פּראָטעסטירן קעגן דעם פּלאַן, האָבן זיך דווקא נישט קעגנגעשטעלט. די "אַסאָציאַציע פֿון די שטאַט־שפּיטאָלן" און דער יוניאָן פֿון די שפּיטאָל־אַרבעטער, "לאָקאַל 1199", האָבן ביידע דערקלערט, אַז זיי זענען "גרייט און וויליק מיטצואַרבעטן מיט די שטאַט־באַאַמטע צו פֿאַרזיכערן אַ בעסערע, מער עפֿעקטיווע געזונט־באַדינונג־סיסטעם." זיי האָבן אָבער געוואָרנט, אַז טאָמער וועט מען שנײַדן "מעדיקייד", וועלן זיי זיך דעמאָלט יאָ קעגנשטעלן דעם פּלאַן.