ייִדיש־וועלט, געשיכטע
פֿון מישע לעוו (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

(אָנהייב אין פֿאָריקן נומער)

מויני שולמאַן

ווער זשע איז געווען מויני שולמאַן, וואָס כּמעט אַלע אָנגעזעענע פּראָזאַיִקער האָבן זיך צו אים באַצויגן מיט אַזוי פֿיל אָפּשײַ און אַפֿילו ליבע?

געוואַקסן איז ער אין אַ דורכויס ייִדישער שטוב און, ניט געקוקט אויף די פֿאַרוויסטונגען, וואָס האָבן זיך אָנגעהויבן נאָך אין די דרײַסיקער יאָרן, האָט ער שטענדיק געטענהט, אַז כּל־זמן ייִדן זײַנען פֿאַרשפּרייט איבער גאָר דער וועלט וועט אונדזער לשון ניט אונטערגיין.

למען־האמת מוז מען זאָגן, אַז אָט דער שיינער מענטש און גרויסער בקי פֿון קינסטלערישן וואָרט האָט פֿאַרמאָגט ווײַט ניט קיין גרינגן כאַראַקטער. געווען איז ער אַ ספּילטשעווער, אַ גרויסער ליבהאָבער אַרײַנצוטרעטן אין הייסע שטרײַטן; און שרײַבער, וואָס אין שפּראַך זײַנען זיי געווען ניט קיין גרויסע קענער (געציילטע, נאָר אויך אַזוינע זײַנען געווען), האָבן מורא געהאַט פֿאַר זײַנע שאַרפֿע אַרײַנזאָגענישן. זיי האָט זיך געדאַכט, אַז בלויז בײַ זיי זוכט ער און געפֿינט טעותן.

מויני שולמאַן
מויני שולמאַן

לויט דער נאַטור אַ שפּאָרעוודיקער, וואָס לעבט מיט חשבון, אַ גרויסער קמצן, אָבער בלויז בנוגע זיך אַליין און חס־וחלילה, אַז עמעצער זאָל וועגן דעם דערמאָנען, אָדער גאָר אויסגעבן אויף אים אַ גראָשן.

קינדווײַז האָט מויני שולמאַן איבערגעלעבט די פּאָגראָמען, וועלכע האָבן זיך אים אויף שטענדיק אײַנגעקריצט אין זכּרון. אין זײַן אַרכיוו איז עס די ערשטע פֿאַרנאָטירונג. דער אָריגינאַל איז פֿאַרפֿאַלן געוואָרן. אויפֿגעשטעלט פֿון ס׳נײַ — אין סוף פֿון די פֿערציקער. זעט אויס, אַז אויך די צײַט האָט אים דערמאָנט אין יענע יאָרן.

נאָך זײַענדיק אַ סטודענט פֿון דעם אומאַנער בוי־טעכניקום, קומט ער אָן ווי אַ שול־לערער און מיט דערפֿאָלג קנעלט ער מיט זײַנע תּלמידים מאַמע־לשון. נאָך דער מלחמה האָט ער אין קיִעוו אויסגעזוכט זײַן אַלטיטשקן לערער, וואָס וועט אים דערנאָך אָנשרײַבן: "...ביז הײַנט געדענק איך דײַן שול־אויפֿזאַץ אויף אַ פֿרײַער טעמע, און אָנגעשפּיקעוועטע מיט ניט קיין קינדערישע געדאַנקען. איך געדענק אַפֿילו דײַנע זייער שיינע קאַליגראַפֿישע אותיותלעך, מיט וועלכע דו האָסט געשריבן אין דער וואַנטצײַטונג".

אין כאַרקאָוו, דער דעמאָלטיקער הויפּטשטאָט פֿון אוקראַיִנע, דרוקן זיך זײַנע ערשטע צײַטונג־נאָטיצן, אַרטיקלען, וואָס נעמען אויס בײַם עולם און אין גיכן ווערט ער אײַנגעלאַדן אויף סטאַבילער אַרבעט אין "יונגע גוואַרדיע" (1924—1936). נאָכן פֿאַרמאַכן די צײַטונג קומט ער אָן אין קיִעווער זשורנאַל "דער שטערן" (כאַרקאָוו-קיִעוו, 1925—1941). די מלחמה טרעפֿט אים אין לוואָוו, וווּהין ער איז געשיקט געוואָרן ווי אַ ספּעציעלער קאָרעספּאָנדענט. זײַן לעצטער מאַטעריאַל, וואָס ער האָט געדאַרפֿט אָפּשיקן אין דער צײַטונג, האָט זיך בײַ אים פֿאַרהיט. שוין ניט געווען וועמען און וווּהין צו שיקן.

אין קריגס־צײַטן איז ער כּמעט פֿון די ערשטע ביז די לעצטע טעג — אויפֿן פֿראָנט. אין ראַנג פֿון אַן עלטערן לייטענאַנט דעמאָביליזירט ער זיך און אין דער מאָסקווער צײַטונג "אייניקייט" וואַרט מען שוין אויף דעם נײַעם פֿאַרוואַלטער פֿון אַן אָפּטייל.

פֿון 1961 רעדאַקטירט ער די פּראָזע אין זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד". ניט ווייניק מחברים האָבן פֿון אים אויסגעהערט אָן אַ צאָל גיפֿטיקע באַמערקונגען וועגן געשליפֿנקייט פֿון סטיל און נאָך, נאָך... זײַן רעדאַקטאָריש אויג פֿלעגט גאָרנישט דורכלאָזן. ציטערנדיק איבער עפּעס אַ וואָרט האָט ער געקענט אין אַ מאַנוסקריפּט מיט ברען מעקן, מעקן און אין אַ טאָג אַרום, אָפּוועגנדיק אַלע "פֿאַר" און "קעגן" ווידער אויפֿשטעלן די אויסגעמעקטע ווערטער, שורות און אַ מאָל גאַנצע זאַצן.

אַזוי האָט שולמאַן רעדאַקטירט מאַנוסקריפּטן פֿון באַוווּסטע שרײַבער און אָנפֿאַנגער. גראָד צו די לעצטע איז ער געווען אַ סך ווייכער. די מערהייט זײַנען דאָס געווען זײַנע תּלמידים אויף די העכסטע קורסן בײַם ליטעראַרישן אינסטיטוט און אין הומאַניטאַרן אוניווערסיטעט אין מאָסקווע.

וואָס ס׳האָט זיך ניט פֿאַרהיט אין זײַן אַרכיוו איז, אַ וועלכער ניט איז דיפּלאָם, אַז ער האָט פֿאַרענדיקט אַ לערן־אַנשטאַלט, כאָטש מיט זײַן גאַנצער טעטיקייט האָט ער דערוויזן, אַז אָן קיין שום וויסנשאַפֿטלעכע שטופֿעס פֿאַרמאָגט ער אַלע אַטריבוטן פֿון אַן עכטן געלערנטן. באַזונדער איז עס צו באַמערקן בײַ זײַן צוגרייטן צום דרוק דעם רוסיש־ייִדישן ווערטערבוך (מאָסקווע, 1984).

צו דער צײַט האָבן, ליידער, שוין ניט געלעבט די צונויפֿשטעלער פֿונעם ווערטערבוך, די קאַנדידאַטן פֿון פֿילאָלאָגישע וויסנשאַפֿטן ראובֿן לערנער (1912—1972), חיים לויצקער (1898—1970), משה מײַדאַנסקי (1900—1973), משה שפּיראָ (1899—1973), ניט דער אָנפֿירער זייערער, דער מיטגליד־קאָרעספּאָנדענט פֿון דער אוקראַיִנישער וויסנשאַפֿט־אַקאַדעמיע, אלי ספּיוואַק. קיין אַנדער קענער פֿון ייִדיש, וואָס וואָלט זיך געקענט ספּראַווען מיט אַזאַ שווערער און פֿאַראַנטוואָרטלעכער אַרבעט איז אין לאַנד שוין ניט געווען.

אַ שאָד, אויב ס׳וועלן ניט זײַן פֿאַרהיט די אַרכיוו־מאַטעריאַלן, וואָס זײַנען פֿאַרבונדן מיט אָט דער אַרבעט. הײַנט די לעקסיקאָגראַפֿישע ביכער מיט וואָרט־אוצרות, וועלכע זײַנען שוין איצט ניט צום קויפֿן און כּמעט ניט צו קריגן אַפֿילו אין די גרעסטע ביבליאָטעקן.

מויני שולמאַן איז געווען דער לעצטער ייִדישער סטיליסטישער רעדאַקטאָר און מעגלעך, אַז ניט נאָר אין דעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. אויך צו מײַנע דרײַ דערשינענע ביכער האָט ער צוגעלייגט אַ גוטע האַנט.

איך גריבל זיך אין זײַן אַרכיוו. לייען די פֿילצאָליקע בריוו, וואָס די מערהייט פֿון זיי פֿאַרמאָגן אַ ליטעראַרישע ווערט און וואָלטן באַדאַרפֿט פֿאַרעפֿנטלעכט ווערן. דאָס, פֿאַרשטיי איך, איז שוין, ליידער, ניט צום פֿאַרווירקלעכן און דערפֿאַר ברענג איך נאָר אַזוינע אויסצוגן, וואָס כאַראַקטעריזירן שולמאַנען ווי אַ מענטש און רעדאַקטאָר.

פֿון אלי שעכטמאַנס (1908—1996) בריוו, דאַטירט — 27.01.1968:

"כּמעט 40 יאָר ווי מיר גייען מיט דיר פֿון דער ׳יונגער גוואַרדיע׳ ביז ׳סאָוועטיש היימלאַנד׳ — אויף איינעם און דעם זעלבן וועג — אויף זייער אַ שווערן וועג און אויף אַזאַ וועג איז גוט צו וויסן, אַז בײַ דער זײַט גייט אַ חבֿר, וואָס אין אַ שווערער שעה וועט ער דיך אונטערהאַלטן. אויף דער עלטער דאַרף מען האָבן אַן אַלטן פֿרײַנד און אַלטן ווײַן..."

אלי שעכטמאַן איז געווען פֿון די שרײַבער, וואָס פֿלעגן בשום־אופֿן ניט אײַנגיין מען זאָל אָן זייער הסכּמה ענדערן און ווער רעדט שוין אַרויסנעמען אַ וואָרט. דער איינציקער רעדאַקטאָר, וועמען ער האָט פֿאַרטרויט זײַנע מאַנוסקריפּטן, איז געווען מויני שולמאַן.

פֿון נתן זאַבאַרע (1908—1975), דאַטירט — 06.05.1965:

"...מויני טײַערער! דו ביסט דאָך פֿאָרט דער איינציקער בײַ מיר צו וועמען איך האָב צוטרוי, און דרך־ארץ, און אַכטונג, און ליבע און נאָך אַ סך אַנדערע גוטע געפֿילן. און איצט וועגן מײַן דערציילונג, וואָס איך האָב איבערגעלאָזט אין רעדאַקציע. אויב נאָר זי געפֿעלט דיר וואָלט איך זייער געוואָלט, אַז דו זאָלסט זי רעדאַקטירן".

פֿון מאיר חרץ (1912—1993), דאַטירט — 12.12.1962:

"...איר זײַט אַן ערלעכער, געוויסנהאַפֿטער און גראַמאָטנער רעדאַקטאָר".

פֿון איציק קיפּניסעס (1896—1974) בריוו, געשריבן אין פֿאַרשיידענע יאָרן:

"...מיר איז ליב צו פֿילן אײַער פֿרײַנדשאַפֿט"

און:

"איר ווײַזט מיר אַרויס שיינע וואַרעמע פֿרײַנדשאַפֿט. בײַ מיר איז עס זייער אָנגעלייגט. (ס׳איז איצטיקע צײַטן אין אַ גרויסן דעפֿיציט)".

און נאָך אַ בריוועלע פֿון איציק קיפּניסן און ס׳וואָלט אַוודאי גוט געווען, ווען יעדער מחבר זאָל קענען אַזוי אויפֿנעמען די קריטיק פֿון אַ דערפֿאַרענעם רעדאַקטאָר. אַזאַ ענטפֿער איז אַ זעלטנקייט.

"טײַערער ח׳ שולמאַן! איך האָב אַרויסגעקוקט אויף אײַערע בריוו. אין די ווינציקע שורות האָט איר מיר געגעבן אַן אויספֿירלעכן ענטפֿער... אויך דער נעגאַטיווער אָפּרוף וועגן מײַנע דרײַ זאַכעלעך איז מיר טײַער, ווײַל איך גלייב אײַך..."

קיִעוו, 01.02.1968

פֿון מאַרק ראַזומני, ריגע, 12.08.1980

"ליבער מויני שולמאַן!

זינט יענעם טאָג, ווען אונדזער אַלגעמיינער פֿרײַנד, מישע לעוו, האָט אַרויפֿגעלייגט אויף מײַן טיש אײַער רוסיש־ייִדישן ווערטערבוך, הער איך ניט אויף זיך צו שפּיגלען און פֿאַרטיפֿן אין אָט דעם וווּנדערלעכן ספֿר. איך געפֿין אין אים אַלץ נײַע שיינקייטן און רײַכקייטן. דאָס איז אַן ענציקלאָפּעדיע, אַ לעבעדיקער קוואַל, אין וועלכן עס שפּיגלט מיט אַלע חנען און פֿאַרבן אונדזער טײַער ייִדיש.

אין טיפֿער גערירטקייט מערק איך אָפּ אײַער גרויסן אויפֿטו און בענטש אײַך דערפֿאַר, וואָס איר האָט מיט אײַער אומדערמידלעכער שעפֿערישקייט און אײַער גרענעצלאָזער ליבע און איבערגעגעבנקייט צו אונדזער מאַמע־לשון געקרוינט דעם דאָזיקן גראַנדיעזן בנין".

און פֿאַר וואָס ניט איבערחזרן אַזוינע ווערטער, געשריבן פֿון יעקבֿ יאַקיר (1908—1980) דאַטע — 07.05.1967

"חשובֿער מויני שולמאַן! זע איך אײַער פּערלדיקן כּתבֿ, דוכט מיר, אַז איך זע דעם שיינעם, פֿירגענומענעם יונגער־מאַן, וואָס איז ווי צוויי טראָפּן ענלעך אויף יענע סאַמעטנע ייִדישע אינטעליגענטן פֿון יענער צײַט?.."

(המשך אין קומענדיקן נומער)