מױני שולמאַן
שולמאַן פֿלעגט זיצן אײַנגעהױקערט. זײַן רוקנבײן איז געװען אַרומגעזאַפֿט מיט אַ האַרטן לעדערנעם גאַרטל און אַלץ אײנס האָט ער געליטן פֿון שטאַרקע װײטיקן. פֿון זײַטיקע פֿלעגט ער עס אױסבאַהאַלטן. אַזױ, אײַנגעהױקערט, מיטן טעקסט דערנענטערט צו די אױגן, האָט ער געקענט פֿון פֿאַר טאָג ביז שפּעט אין דער נאַכט רעדאַקטירן אַ מאַנוסקריפּט פֿון אַ בוך, די קאָרעקטור־זײַטלעך, די װיאָרסטקע, ביז דער ספֿר פֿלעגט ניט אָנטרעפֿן אין אײַנבונד־צעך.
אין אײנעם אַ טאָג האָט מױני אומגעקערט אין פֿאַרלאַג "סאָװעטסקי פּיסאַטעל" אַ מאַנוסקריפּט, װאָס ער האָט שױן אָנגעהױבן צו רעדאַקטירן. זײַנע אױגן האָבן ניט געװאָלט מער דינען און ער איז אײַנגעגאַנגען אױף אַן אָפּעראַציע. פֿון אױגן־שפּיטאָל האָב איך אים אָפּגעפֿירט ניט אַהײם, נאָר אין אַ צװײטן שפּיטאָל, װוּ ס׳איז אים פֿאָרגעשטאַנען אַ מער ערנסטע אָפּעראַציע.
אַזױנס איז שװער אַפֿילו צוקלערן, נאָר דער כירורג װאָס האָט דער ערשטער באַטראַכט דעם חולה, אַ יונגער־מאַן פֿון אַ יאָר דרײַסיק, האָט זיך ניט אױף אַ שפּאַס אונטערגענומען אײנער אַלײן צוצוגרײטן אַ ייִדיש־רוסישן װערטערבוך; און װי דאָס זאָל ניט זײַן אומגלײבלעך, האָט ער שױן באַװיזן אויפֿצוטאָן עפּעס גוטס. דעם מענטש רופֿט מען באָריס װײַנבלאַט. הײַנט װױנט ער בײַ אונדז אין לאַנד, אין כּפֿר־סבא, און האָפֿט, אַז גאָר אין גיכן װעט זײַן ייִדיש־רוסישער װערטערבוך דערשײַנען. דער ברײט באַװוּסטער "לערנער־פֿאָנד" האָט צוגעזאָגט טײלװײַז צו שטיצן פֿינאַנציעל דעם פּראָיעקט.
װעגן מױני שולמאַנען איז נאָך פֿאַראַן אַ סך װאָס צו דערצײלן. פֿון זײַן ליטעראַרישן אַרכיװ װילט זיך מיר ברענגען כאָטש נאָך צװײ בריװ: פֿון אים און צו אים:
מאָסקװע, 01.08.1993
"חשובֿער פֿרײַנד דבֿ בן־יעקבֿ!
קודם־כּל דאַנק איך אײַך פֿאַר דעם בריװ, װאָס כ׳האָב פֿון אײַך באַקומען מיט אַ חדשים צװײ צוריק, אױב ניט מערער. כ׳בין אָט די גאַנצע צײַט געװען זײער קראַנק, ממש ניט געקאָנט זיך צוזעצן צום שרײַבטיש און דעריבער צו דער צײַט ניט געענטפֿערט.
הײַנט, װען ס׳האָט זיך אױסגעגעבן אַ ביסל אַ גרינגערער טאָג, הײב איך אים אָן פֿון ענטפֿערן אײַך, װײַל איר האָט מיך שטאַרק דערפֿרײט מיטן פֿאָרשלאָג אָנבינדן קאָנטאַקטן מיט אײַך און כ׳בין שטאַרק פֿאַראינטערעסירט דערין.
מײַן ליבער חבֿר מישע לעװ האָט מיר גאַנץ גענױ דערצײלט װעגן אײַער אינסטיטוט און באַגײַסטערט זיך אָפּגערופֿן װעגן דער אַרבעט, װאָס איר פֿירט. איך בין מוכן־ומזומן אָפּצושיקן אײַך אַלע מאַטעריאַלן, װאָס געפֿינען זיך בײַ מיר. כ׳האָב נאָר צװײ שאלות: װי קומט די קאַץ איבערן װאַסער? כ׳האָב ניט בלױז צענדליקער בריװ פֿון ייִדישע שרײַבער, נאָר אױך גאָר װאָגיקע מאַנוסקריפּטן. מיט דער פּאָסט איז דאָס ניט אָפּצושיקן. װי אַזױ אַנדערש, װײס איך ניט...
אַגבֿ, װיל איך אײַך זאָגן, אַז בײַ מיר האָט זיך אױך פֿאַרהיט אַ טײל פֿון יעקבֿ שטערנבערגס אַרכיװ, דערונטער אַ גרױסע צאָל זײַנע פֿאָטאָגראַפֿיעס און בריװ צו אים פֿון די ערשטע עולים — ייִדישע שרײַבער פֿונעם געװעזענעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד.
און שנית: אױף װי װײַט דאַרף מען פֿון אַרכיװיסטישן שטאַנדפּונקט צוגרײטן די מאַטעריאַלן, װאָס כ׳האָב בדעה אײַך איבערצוגעבן.
כ׳װעל מיט אומגעדולד אַרױסקוקן אױף אײַער ענטפֿער.
זײַט געזונט און שטאַרק
מױני שולמאַן"
11.16.1993
"חשובֿער פֿרײַנד מ. שולמאַן!
איך האָב באַקומען אײַער בריװ מיט דעם פֿאָרשלאָג אונדז איבערצושיקן פֿאַרשידענע בריװ, מאַנוסקריפּטן און בילדער פֿון ייִדישע שרײַבער. איך דאַנק אײַך דערפֿאַר...
מיר האָבן גרױס אינטערעס פֿאַר דעם, װײַל דער 'מְכוֹן־גּנָזִים’ מאַכט אױספֿאָרשונגען איבער ייִדישער און עבֿרית־ליטעראַטור פֿון אַלע דורות און װעלן [וועט] די אינפֿאָרמאַציעס פֿאַרשפּרײטן.
מיט האַרציקע גרוסן
שֶׁלְךָ בְּהוֹקָרָה
דבֿ בן־יעקבֿ
דירעקטאָר פֿונעם
ביאָביבליאָגראַפֿישן
אַרכיװ — 'מְכוֹן־גּנָזִים’
תּל־אָבֿיבֿ"
אין די לעצטע טעג פֿון זײַן, מױני שולמאַנס, לעבן האָט אים די קראַנקײט אַזױ אײַנגעשרומפֿן, אַז אים איז שװער געװען צו דערקענען. זײַן עטװאָס לענגלעך, בלאַסלעך פּנים איז װי קלענער געװאָרן. אַן אױסגעדײװערטער איז ער געלעגן אױפֿן שפּיטאָל־בעטל און ניט געקוקט אױף די פֿיזישע לײדן, געהאַלטן אין אײן דערמאָנען זיך, דערצײלן. מיט אַ מאָל האָט ער שװאַך אַ מאַך געטאָן מיט דער האַנט און װי צו קײנעם ניט אַ זאָג געטאָן:
— עך, איבעריקע רײד. ס׳איז נאָך דאַנק דיר גאָט, װאָס כ׳האָב באַװיזן זײַן אין ישׂראל. דעם חודש װאָס דו װעסט דאָרט זײַן װעל איך נאָך אפֿשר אױסהאַלטן; און נאָך אַ לאַנגער פּױזע, — האַ, װי מײנסטו?
ס׳איז פֿאַרבײַ ניט מער פֿון אַ װאָך און צוזאַמען מיט זײַנעם אַ תּלמיד, װאָס האָט געװױנט אין ירושלים, האָבן מיר אין צװײ שפּראַכן געשריבן אַ נעקראָלאָג װעגן מױני שולמאַנס טױט.
װילט זיך אױסשרײַען: ניט אױסגעהאַלטן און די אײנזאַמקײט פֿון די געצײלטע עטלעכע ייִדישע שרײַבער איז געװאָרן נאָך מער געדיכטער, שװערער.
מױני שולמאַן איז געבױרן געװאָרן דעם 21.10.1911 אין בערעמעל, װאָלינער גובערניע, און איז געשטאָרבן דעם 16.03.1994 אין מאָסקװע.