- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דער רעקאָנסטרוקציע־פּראָיעקט וועט דינען ווי אַ יסוד פֿון אַ היסטאָרישן דאָקומענטאַר, וועלכער וועט געשאַפֿן וועגן דורך Handshouse Studio, בראָש מיט ריק און לאָראַ בראַון. מע בעט דעם עולם מנדבֿ צו זײַן די נייטיקע פֿאָנדן, כּדי צו שיקן די פֿילם־מאַנשאַפֿט קיין פּוילן דעם קומענדיקן זומער; דער רעקאָנסטרויִרטער שיל־דאַך וועט אויסגעשטעלט ווערן אינעם נײַעם "היסטאָרישן מוזיי פֿון פּוילישע ייִדן", אויפֿן שטח פֿונעם געוועזענעם וואַרשעווער געטאָ. פֿאַר מער אינפֿאָרמאַציע — ווענדט זיך אויפֿן פֿאָלגנדיקן וועב־אַדרעס:http://www.kickstarter.com/projects/15287081/filming-the-replication-of-a-17th-century-wooden-s די רעדאַקציע האָט מיט עטלעכע וואָכן צוריק געמאָלדן אויף די זײַטן פֿון דער צײַטונג, אַז מיר פֿירן דורך אַ פּאָעזיע־קאָנקורס אָפּצומערקן 100 יאָר נאָכן "טרײַענגל שוירטווייסט־קאָמפּאַני פֿײַער". מיר האָבן באַקומען אַ צאָל אָריגינעלע לידער אויף דער טעמע, ווי אויך אויף אַנדערע טעמעס, וואָס האָבן אַ שײַכות צו דער טראַגעדיע. די זשורי, מיט פּראָפֿ׳ בערל קערלער בראָש, האָט געלייענט די לידער, אַנאָנים, און באַשלאָסן צוצוטיילן דעם פּריז צו דעם פּריז פֿון 500$ צו לייזער בורקאָ פֿאַר זײַן ליד "טרײַענגל פֿײַער".
נאָך אַ טראַגעדיע זענען פֿאָרגעקומען וויכטיקע בײַטן אין דער אַמעריקאַנער לעגאַלער סיסטעם און אינעם געזעלשאַפֿטלעכן לעבן.
חבֿר מאָטל איז געווען אַ סאָציאַליסט, אַ ייִדישיסט, אַ שטאָלצער וועלטלעכער ייִד און אַ לעבן־לאַנגער געטרײַער מיטגליד פֿונעם "ייִדישן אַרבעטער בונד". אַ בונדיסט מיט לײַב־און־לעבן. דערצויגן איז ער אין אַ בונדיסטישער משפּחה. לאָדזש, אַן אינדוסטריעלע שטאָט מיט אַ ייִדישער באַפֿעלקערונג פֿון 200,000 נפֿשות אין די יאָרן צווישן ביידע וועלט־מלחמות, איז געווען איינער פֿון די צענטערס פֿונעם "בונד", און אפֿרים־לאָזער זעלמאַנאָוויטש, מאָטלס טאַטע, איז דאָרט געווען איינער פֿון די חשובֿסטע בונדיסטן. אפֿרים־לאָזער איז דערוויילט געוואָרן, אין די מיט־1920ער יאָרן, צום לאָדזשער קהילה־ראַט, און איז דערנאָך באַשטימט געוואָרן פֿונעם "בונד" צו דינען ווי אַ פּרנס אין דער רעגירנדיקער קערפּערשאַפֿט. דער "פֿאָרווערטס", איינע פֿון די באַליבטסטע און חשובֿסטע אינסטיטוציעס אין דער וועלט פֿון אַמעריקאַנער זשורנאַליזם, האָט שוין אָנגעהויבן ברעכן אירע ביז־איצטיקע גרענעצן פֿון טינט און פּאַפּיר, און געוואָרן אַ געהעריקער בירגער פֿון דער נײַער דיגיטאַלישער וועלט. צי איר און אײַער משפּחה לייענט און האָט הנאה פֿונעם "פֿאָרווערטס" שוין דורות לאַנג, צי איר האָט אונדז אַנטדעקט, נאָך דעם ווי אַ "פֿייסבוק"־פֿרײַנד האָט אײַך צוגעשיקט אַ פֿאַרבינדונג צו איינעם פֿון אונדזערע בלאָגס אָדער ווידעאָס, דאַרפֿט איר פֿאַרשטיין וואָס פֿאַראַ פּרטים מיר האָבן בדעה צו בײַטן, און וועלכע אַספּעקטן פֿון אונדזער טעטיקייט וועלן מיר זיך באַמיִען אָנצוהאַלטן אויף להבא. אינעם 6־בענדיקן ייִדישן טעאַטער־לעקסיקאָן וועט מען נישט געפֿינען קיין געבוירן־דאַטע פֿאַר דער אַקטריסע מינאַ בערן, וואָס האָט בסוד געהאַלטן די פּינקטלעכע אינפֿאָרמאַציע; אָבער סײַ־ווי וואָלט אַזאַ ידיעה געשפּילט אַ קליינע ראָלע בײַם באַטראַכטן דאָס לעבן און די קאַריערע פֿון מינאַ בערן, וועלכע האָט אויסגעזען ייִנגער און זיך אויפֿגעפֿירט מיטן כּוח פֿון אַ פֿרוי צען יאָר ייִנגער. ווען זי איז געשטאָרבן, די וואָך, דעם 10טן יאַנואַר, מאָנטיק, דעם 10טן אויגוסט, איז אין טשערנאָוויץ, אוקראַיִנע, געשטאָרבן דער ייִדישער שרײַבער יוסף בורג. ער איז אַלט געווען 97 יאָר. יוסף בורג איז געבוירן געוואָרן אין וויזשניץ (דעמאָלט אַ טייל פֿון דער עסטרײַך־אונגערישער אימפּעריע) און לאַנגע יאָרן געלעבט אין טשערנאָוויץ, די הויפּטשטאָט פֿון דער בוקעווינע. ער האָט זיך געלערנט אין אַ פֿאָלקשול און שפּעטער שטודירט גערמאַניסטיק אינעם ווינער אוניווערסיטעט. פֿון 1941 ביז 1958 האָט ער געלעבט אין אוראַל. ער איז צוריקגעקומען קיין טשערנאָוויץ און געווען אַ לערער. דעם 23סטן יולי, אין דער עלטער פֿון 83 יאָר, איז אַוועק אין דער אייביקייט דער גרינדער און רעדאַקטאָר פֿונעם רוסישן "פֿאָרווערטס", וועלוול יעדידאָוויטש. פֿרײַנד יעדידאָוויטש איז אָנגעקומען קיין אַמעריקע, אָפּלעבנדיק אַ לעבן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, וווּ ער האָט געמאַכט אַ גלענצנדיקע קאַריערע ביז אַ געלערנטן אין ראַדיאָ־עלעקטראָניק, ד״ר פֿון טעכנישע וויסנשאַפֿטן. קיין ניו־יאָרק האָט ער עמיגרירט מיט זײַן משפּחה אין 1992, שוין אַ פּענסיאָנירטער, ווײַט נישט קיין געזונטער מענטש, אָבער מיט אַ גרויסן חשק צו ברענגען נוץ נישט בלויז זײַנע אייגענע אינטערעסן, נאָר די "גרינע" — צענדליקער טויזנטער ייִדישע אימיגראַנטן, וואָס זייער מאַמע־לשון איז געווען רוסיש, |