חנוכּת־הבית פֿון דער "פֿאָרווערטס־אַסאָציאַציע", דעם 20סטן מײַ 2009

‫פֿון רעדאַקציע

אָנהייב וואָך האָט אין ישׂראל זיך אַראָפּגעלאָזט אַ פֿאַרשטאַרקטער דיפּלאָמאַטישער דעסאַנט פֿון אַמעריקע: צווישן זיי — פּרעזידענט אָבאַמאַס שליח דזשאָרדזש מיטשעל און דער שוץ־מיניסטער ראָבערט גייטס. יעדער פֿון זיי איז געקומען מיט זײַן אייגענעם צוועק, וואָס שפּיגלט אָפּ די פּריאָריטעטן פֿון דער איצטיקער אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע: די פֿראַגע פֿון בויען נײַע ייִשובֿים אין מיזרח־ירושלים און אויפֿן מערבֿ־ברעג; און די פֿראַגע פֿון איראַנס נוקלעאַרער פּראָגראַם.

חורבן
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
אילוסטראַציע פֿון עזרא מאַש, פֿונעם בוך
"Folktales of Joha"

אינעם וועלט־פֿאָלקלאָר פֿון וויצן און וויציקע דערציילונגען פֿאַרנעמט אַן אָנגעזעען אָרט דער כיטרער כאַראַקטער פֿון אַן אָרעמאַן, אָדער איינער פֿון די נידעריקע קלאַסן, וואָס דורך זײַן חכמה נאַרט ער אָפּ דעם שטאַרקערן, דעם "אָפֿיציעלן", די מאה־דעה. טייל אַקאַדעמישע אויסטײַטשער פֿון דער תּורה האַלטן, אַז אַפֿילו אַבֿרהם אָבֿינו שפּילט צו מאָל אַזאַ ראָלע אין געוויסע קאַפּיטלעך פֿון בראשית, און אין דער מאָדערנער צײַט זענען די וויצלער — הערשעלע אָסטראָפּאָליער, מאָטקע חב״ד, פֿרוים גרײַדינגער — גוט באַקאַנט דעם מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִד.

טעאַטער
פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
"אַ וואַרעמע משפּחה"

צוויי חבֿרטעס, ענת (אַנאַט) גאָב און עדנה מאַזיאַ, די "בעסטע חבֿרטעס", ווי ס׳רופֿט זיך טאַקע איינער פֿון זייערע פֿאַרגאַנגענע בשותּפֿותדיקע ספּעקטאַקלען, האָבן איצט פֿאָרגעשטעלט אַ שפּאָגל נײַע אויפֿפֿירונג — "אַ וואַרעמע משפּחה" הייסט זי — וואָס נאָך דער פֿײַערלעכער פּרעמיערע, איז עס נאָך איינע פֿון זייערע גרויסע הצלחות.

געשיכטע, ייִדיש־וועלט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון גענאַדי עסטרײַך
זלמן ווענדראָף אין די 20ער יאָרן

אין דוד בערגעלסאָנס בוך "ביראָבידזשאַנער" (מאָסקווע, 1934) באַווײַזט זיך אַ לעכערלעכע פֿיגור פֿון אַ פּערסאָנאַזש, וואָס הייסט יודל ליפֿשיץ:

געווען אַ מעשׂה מיט יודל ליפֿשיץ נאָך איידער ער איז געפֿאָרן קיין ביראָבידזשאַן — ער איז דענסטמאָל בײַ זיך אין דער היים געווען אין "קראָליק-קאָאָפּעראַטיוו". איז אים אָנגעקומען אַ בריוו פֿון אַ האַלב-פֿאַרגעסענעם פֿרײַנד פֿון אַמעריקע. יענער האָט געגעבן צו וויסן, אַז אין אַמעריקע שרײַבט ער אין די צײַטונגען, געבעטן אים אָנשרײַבן, ווי אַזוי לעבט זיך אין שטאָט.

ישׂראל, פּובליציסטיק
פֿון מרדכי דוניץ
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין דעם לייט־אַרטיקל פֿון דעם לעצטן "פֿאָרווערטס" (פֿון יולי 24—30) אונטערן קעפּל "כוליגאַניזם איז ניט קיין אמונה", רעאַגירט דער רעדאַקטאָר באָריס סאַנדלער שאַרף און אויסדריקלעך, אויף די הפֿקרדיקע און ביטערע געשעענישן, וואָס זענען פֿאָרגעקומען אין מאה־שערים־ און גאולה־קוואַרטאַלן, אויף דעם בר־אילן־שאָסיי, בײַ דעם ספֿרא־סקווער, נעבן דער ירושלים־מוניציפּאַליטעט, אויף ממילא־גאַס, נעבן דעם יפֿו־טויער און אין אַנדערע רעליגיעזע גאַסן און געסלעך פֿון דער הייליקער שטאָט.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"ואתחנן אל ה׳" — "און איך האָב געבעטן דעם אייבערשטן". הגם משה רבינו האָט געוווּסט, אַז ער מוז שטאַרבן אינעם מידבר און וועט נישט קאָנען אַרײַנקומען קיין ארץ־ישׂראל, האָט ער געבעטן דעם באַשעפֿער צו געבן אים אַ מעגלעכקייט "אַריבערצוגיין און זען דאָס לאַנד". לויטן מדרש, האָט דער אייבערשטער דערמעגלעכט משה רבינו צו דערזען דאָס הייליקע לאַנד אַזוי קלאָר, ווי ער וואָלט דאָרטן פֿיזיש געווען.

פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער איטאַליענישער פּרעמיער-מיניסטער סילוויאָ בערלוסקאָני האָט פֿעסט פֿאַרנומען דאָס אָרט פֿונעם הויפּט-קלאַון אין דער הײַנטיקער אייראָפּע. מע דרוקט שוין די טעקסטן פֿון זײַנע שמועסן מיט איינער פֿון די פֿרויען, וועלכע האָבן מיט אים (כּלומרשט) פֿאַרבראַכט אַ צײַט אין זײַן בעט — אַ מתּנה (כּלומרשט) פֿון וולאַדימיר פּוטין. די לאָנדאָנער "טײַמס" האָט געעצהט די סאַמע מושפּעדיקע לייענער פֿון אָט די שפּאַנענדיקע טראַנסקריפּטן זיי זאָלן ניט גיין ווײַטער פֿון דעם סאַמע אָנהייב, ווען דער גאַסטגעבער (פֿאָרט אַ זײַדענע נשמה!)

געשיכטע, פּובליציסטיק
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

נאָך איין פּאָליטישער סקאַנדאַל איז אויסגעבראָכן צווישן דעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד און רוסלאַנד. געשען איז עס נישט צוליב אַ הײַנטיקן ענין, נאָר צוליב אַן ענין, וואָס איז שוין אַרײַן אין דער געשיכטע. וואָס איז געשען? נישט לאַנג צוריק, דעם 3טן יולי, האָט די פּאַרלאַמענט־אַסאַמבלעע פֿון דער זיכערהייט־אָרגאַניזאַציע און מיטאַרבעט אין אייראָפּע, אָפּגעשטימט פֿאַר אָנצונעמען די רעזאָלוציע, וועלכע שטעלט אויף איין ברעט דעם נאַציזם און סטאַליניזם, און האָט פֿאָרגעלייגט צו דערקלערן דעם 23סטן אויגוסט (אין דעם טאָג איז אונטערגעשריבן געוואָרן דער פּאַקט פֿון "ריבענטראָפּ־מאָלאָטאָוו" און דער געהיים־פּראָטאָקאָל, ווי אַ צוגאָב) ווי אַן אָנדענק־טאָג לזיכּרון אַלע קרבנות פֿון די ביידע רעזשימען.

ייִדיש־וועלט, פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיט קרובֿ דרײַסיק יאָר צוריק, ווען איך האָב אָנגעהויבן שרײַבן פֿאַרן "פֿאָרווערטס", האָבן מענטשן געהאַט ספֿקות צי איך שרײַב די געדרוקטע אַרטיקלען. האָט מיר איינער אַרײַנגעלאַכט אין פּנים:

"מסתּמא שרײַבט דײַן מאַן דײַנע אַרטיקלען פֿאַר דיר."

אַ צווייטער האָט מיט אַ חוזקל אויף דער נאָז צוגעגעבן:

"מסתּמא שרײַבט דײַן טאַטע דײַנע אַרטיקלען."

געשיכטע, פּובליציסטיק
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין דעם פֿרילינג-זמן האָב איך מיט סטודענטן געלערנט אַ קורס וועגן סאָוועטיש-ייִדישער געשיכטע. האָבן מיר גערעדט, פֿאַרשטייט זיך, אויך וועגן דעם חורבן. איך האָב זיי געגעבן צו לייענען אַ ליטעראַריש ווערק (אויסצוגן פֿון אַנאַטאָלי קוזנעצאָווס ראָמאַן) און צו קוקן אַ פֿילם וועגן באַבי יאַר — דער שחיטה אין קיִעוו אין סעפּטעמבער 1941. איך דערקלער דאָ דעם באַגריף "באַבי יאַר", ווײַל איך ווייס ניט, צי אַלע לייענער האָבן וועגן דעם געהערט.

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

מײַן ברודער און זײַן פֿרוי זענען געקומען צו גאַסט און אײַנגעשטאַנען בײַ מיר אין פֿלאָרידע דעם זומער. אָבער זיי זענען נישט בלויז געקומען צו גאַסט, נאָר אויסגעניצט מײַן גאַסט־פֿרײַנדלעכקייט פֿאַר זייערע צוועקן. קיילע האָט פֿאַרבראַכט מיט אירע חבֿרטעס אין מיאַמי יעדן טאָג. אָדם איז איר נאָכגעגאַנגען ווי אַ הינטל, און נישט געוואָלט פֿאַרברענגען מיט מיר כאָטש אַ ביסל. איך האָב זיי אַפֿילו בפֿירוש געזאָגט, אַז איך וויל עסן מיט זיי אַ שבת־וועטשערע — נאָר מיר דרײַ.