דער איטאַליענישער פּרעמיער-מיניסטער סילוויאָ בערלוסקאָני האָט פֿעסט פֿאַרנומען דאָס אָרט פֿונעם הויפּט-קלאַון אין דער הײַנטיקער אייראָפּע. מע דרוקט שוין די טעקסטן פֿון זײַנע שמועסן מיט איינער פֿון די פֿרויען, וועלכע האָבן מיט אים (כּלומרשט) פֿאַרבראַכט אַ צײַט אין זײַן בעט — אַ מתּנה (כּלומרשט) פֿון וולאַדימיר פּוטין. די לאָנדאָנער "טײַמס" האָט געעצהט די סאַמע מושפּעדיקע לייענער פֿון אָט די שפּאַנענדיקע טראַנסקריפּטן זיי זאָלן ניט גיין ווײַטער פֿון דעם סאַמע אָנהייב, ווען דער גאַסטגעבער (פֿאָרט אַ זײַדענע נשמה!)
פֿרעגט בײַ דער פֿרוי, וואָס זי וועט "דערנאָך" טרינקען — טיי צי קאַווע. און דאָך, הערט ניט אויף אַ היפּשער חלק פֿון די איטאַליענער, אפֿשר אַפֿילו ס׳רובֿ פֿון זיי, קלײַבן נחת פֿון זייער פֿירער. עס געפֿעלט זיי דער דאָזיקער נאַש-בראַט. און שרײַ חי-וקים!
אויף דעם דאָזיקן איטאַליענישן הינטעגרונט איז זייער גרינג צו פֿאַרזען די נײַע קונצן פֿון אַן אַנדער מדינה-פֿירער, וואָס איז אויך זייער פּאָפּולער בײַ זײַן באַפֿעלקערונג. איך מיין דעם ווײַסרוסישן פּרעזידענט אַלעקסאַנדר לוקאַשענקאָ, וואָס קאָמאַנדעוועט מיט ווײַרוסלאַנד שוין אין משך פֿון 15 יאָר. עס שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז קיין ווײַסרוסישע פּאָליטיק איז, אין תּוך אַרײַן, ניטאָ. ס׳איז דאָ לוקאַשענקאָס פּאָליטיק. דערפֿאַר זעט מען פֿון מאָל צו מאָל גאַנץ ראַדיקאַלע שינויים, וואָס זײַנען אוממעגלעך אין אַ דעמאָקראַטישער מלוכה, וווּ אַ פּרעזידענט, צי אַ פּרעמיער-מיניסטער, איז ניט פֿרײַ צו טאָן דאָס, וואָס עס האָט זיך אים פֿאַרוועלט אָפּצוטאָן, אַ שטייגער, דאָנערשטיק אין דער פֿרי. נאָר אין אַן אויטאָריטאַרער סיסטעם איז עס מעגלעך. אמת, לוקאַשענקאָ איז ניט אַזוי כאַאָטיש, ווי מע שטעלט זיך פֿאָר צו מאָל. ער בײַט פֿון צײַט צו צײַט די טאַקטיק, אָבער סטראַטעגיש גייט ער ניט אַוועק פֿון זײַן גענעראַל-ליניע פֿון מעלקן צוויי בהמות.
איינע פֿון זיי איז דער מערבֿ, וואָס איז תּמיד פֿול מיט אַ ממש פּאַראַנאָיִשער מורא פֿאַר רוסלאַנד. צוליב דעם האָדעוועט מען אונטער די ווײַסרוסישע אָפּאָזיציע, וועלכע שרײַט וועגן איר פֿאַרליבטקייט אין די מערבֿדיקע ווערטן. מע טענהט, אַז לוקאַשענקאָ איז אַפֿילו צופֿרידן מיט אַזאַ אונטערהאָדעווען, ווײַל אַזוי צי אַנדערש ברענגט עס געלט אין לאַנד. מע דערציילט, אַז אַ מאָל, בעת אַ באַגעגעניש מיט ליטעראַטור-טוער, האָט ער עס אָפֿן געזאָגט. נעמט, הייסט עס, בײַ זיי געלט — אויף אַזאַ אויפֿן שטיצט מען אין מערבֿ די ווײַסרוסישע שאַפֿערישע סבֿיבֿה.
די צווייטע "בהימה" איז, פֿאַרשטייט זיך, רוסלאַנד גופֿא. קיין אַנדער פֿאָלק איז ניט אַזוי נאָענט מיט די ווײַסרוסן ווי די רוסן. און ניט נאָר, ווײַל אין ביידע לענדער דערלעבט ניט יעדער דריטער תּושבֿ ביזן עלטער, ווען מע ווערט פּענסיאָנירט; און ניט נאָר, ווײַל קיין רוסלאַנד גייט 90 פּראָצענט פֿלייש און מילך, עקספּאָרטירט פֿון ווײַסרוסלאַנד, און אַזוי איז אויך מיט ס׳רובֿ אַנדערע מינים עקספּאָרט. אַ סך וויכטיקער איז אַן אַנדער זאַך: די קולטורעלע און היסטאָרישע קרובֿהשאַפֿט. ס׳איז אַ רוסיש-שפּראַכיק לאַנד, וווּ די ווײַסרוסישע שפּראַך איז אַן עקזאָטישע און טיילווײַז ריטועלע סחורה, כּמעט אַזוי ווי אירלענדיש אין ענגליש-שפּראַכיקן אירלאַנד. און שוין יאָרן־לאַנג גייט די רייד וועגן אַ מין פֿאַראייניקונג פֿון ביידע לענדער. עס האָט שוין עטלעכע מאָל, דאַכט זיך, געהאַלטן בײַם אײַנפֿירן דעם רוסישן רובל אין ווײַסרוסלאַנד.
רוסלאַנד איז שרעקלעך איינזאַם. קיין פֿרײַנד זײַנען כּמעט ניט פֿאַרבליבן. טראָגט מען זיך אַרום מיט ווײַסרוסלאַנד און מע שלינגט אַראָפּ פֿון לוקאַשענקאָן אַזעלכע זאַכן, וואָס מע דערלויבט, געוויינטלעך, נאָר צעבאַלעוועטע קינדער. אַזאַ שפּיל גייט שוין אָן אַ היפּש ביסל צײַט. די לעצטע פּאָר יאָר זײַנען די באַציִונגען געוואָרן ערגער. אָט נעמט ווײַסרוסלאַנד און לאָזט ניט דורך אין מערבֿ-אייראָפּע דעם רוסישן גאַז. צי רוסלאַנד נעמט און הערט אויף אַרײַנלאָזן מילכיקע פּראָדוקציע פֿון ווײַסרוסלאַנד.
איצט האָט לוקאַשענקאָ זיך דערלויבט פּשוט אַ שפּײַ טאָן אין פּנים דעם רוסישן שכן, וואָס האָט די גאַנצע צײַט געהאָפֿט, אַז מינסק וועט אָנערקענען די נײַע מדינות, מישטיינס געזאָגט, אַבכאַזיע און דרום-אָסעטיע, וועלכע רוסלאַנד האָט אָפּגעשניטן בײַ גרוזיע נאָך דער פֿאַראַיאָריקער קאַווקאַזישער מלחמה. לוקאַשענקאָ האָט געהאַלטן אין איין צוזאָגן. אָבער דער סוף איז געווען, אַז דעם 23סטן יולי האָט דאָס אויסערן-מיניסטעריום פֿון ווײַסרוסלאַנד אָפֿיציעל געגעבן צו וויסן די ווײַסרוסישע בירגער, אַז טאָמער דער גורל פֿאַרטראָגט זיי קיין אַבכאַזיע און דרום-אָסעטיע, מוזן זיי דאָרטן פֿאָלגן די געזעצן פֿון גרוזיע. נאָך מער: ס׳איז אָסור אַפֿילו אַרײַנצופֿאָרן אין אָט די צוויי "מדינות" פֿון דער רוסישער טעריטאָריע. פֿאַרבונדן איז עס מיט צוויי פֿאַלן, ווען ווײַסרוסישע בירגער האָבן געפּרוּווט אַרײַנפֿאָרן אין גרוזיע מיט אַ וויזע אין זייער פּאַס, וואָס האָט געזאָגט עדות וועגן זייער פֿריִערדיקן וויזיט אין די "נײַע לענדער". ביידע ווײַסרוסן האָט מען אײַנגעזעצט אין תּפֿיסה.
אָבער אַלע פֿאַרשטייען, אַז דאָס איז נאָר אַ תּירוץ פֿאַר נײַע אינסטרוקציעס. וואָס איז דער טײַטש פֿון אַזאַ אומפֿרײַנדלעכקייט צו דער מלוכה, פֿון וועלכער ווײַסרוסלאַנד איז עקאָנאָמיש אָפּהענגיק? איך ווייס ניט דעם ענטפֿער. אָבער עס לייגט זיך אויפֿן שׂכל, אַז לוקאַשענקאָ איז אָדער אין גאַנצן אַראָפּ פֿון זינען, אָדער ער וויל יוצא זײַן פֿאַר דער מערבֿדיקער וועלט, כּדי צו באַקומען פֿון דאָרטן שטיצע. לעצטנס, האָט ער געשיקט אַ סך סיגנאַלן (אַ פּנים, ווידער אַ מאָל פֿאַרפֿירערישע), אַז ער וויל זיך אָריענטירן מער אויף מערבֿ איידער אויף מיזרח.
אַגבֿ, אין יולי איז קיין ווײַסרוסלאַנד געקומען דער ישׂראלדיקער מיניסטער פֿון טוריזם. זײַן נאָמען איז סטאַס מיסעזשניקאָוו — אַ מאָסקווע-געבוירענער. אַזוי אַז קיין איבערזעצער האָט מען ניט געדאַרפֿט זוכן. מע האָט אונטערגעשריבן אַן אָפּמאַך וועגן אַנטוויקלען טוריסטישע פֿאַרבינדונגען. אין 2008 זײַנען קיין ישׂראל געפֿאָרן 18 טויזנט ווײַסרוסישע טוריסטן. מע רעדט אויך וועגן אָפּשאַפֿן די וויזעס.
הקיצור, ווער ווייסט — אפֿשר וועט די מערבֿ־וועלט אין קורצן קושן זיך מיט לוקאַשענקאָ. אַז מע זעט עס מיט ליוויע, טאָ פֿאַר וואָס קען עס ניט זײַן מיט ווײַסרוסלאַנד?