טעאַטער
פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
"אַ וואַרעמע משפּחה"
"אַ וואַרעמע משפּחה"

צוויי חבֿרטעס, ענת (אַנאַט) גאָב און עדנה מאַזיאַ, די "בעסטע חבֿרטעס", ווי ס׳רופֿט זיך טאַקע איינער פֿון זייערע פֿאַרגאַנגענע בשותּפֿותדיקע ספּעקטאַקלען, האָבן איצט פֿאָרגעשטעלט אַ שפּאָגל נײַע אויפֿפֿירונג — "אַ וואַרעמע משפּחה" הייסט זי — וואָס נאָך דער פֿײַערלעכער פּרעמיערע, איז עס נאָך איינע פֿון זייערע גרויסע הצלחות.

דער עולם קאַטשעט זיך פֿון געלעכטער איבער די איראָנישע אַרײַנזאָגענישן וואָס ענת גאָב, די מחברין פֿון טעקסט, שטעלט צו דעם דערפֿאַרענעם אַנסאַמבל פֿון "קאַמרי"־טעאַטער, ווי אויך איבער דעם באַוועגונגס־אײַנשטעל פֿון די אַקטיאָרן אויף דער בינע, וואָס ליגט, פֿאַרשטענדלעך, אין די הענט פֿון עדנה מאַזיאַ, די רעזשיסאָרין. "די הון פֿון די גאָלדענע אייער", רופֿט די צוויי פֿעיִקע טעאַטער־מענטשן די טעאַטער־קריטיק, מיט נישט קיין קליינער דאָזע איראָניע (און אפֿשר אַ קאַפּיטשקע קינאה). אָבער מיט הצלחה דיסקוטירט מען נישט.

"אַ וואַרעמע משפּחה" באַהאַנדלט מיט נישט ווייניק הומאָר די געוויינטלעכע באַנעמונג פֿון דער משפּחה אין ישׂראל, בעיקר, צווישן זייערע נאָענטסטע מיטגלידער. פֿאַראַן נישט קיין געשריבענע געזעצן פֿאַר אַ נאָרמאַטיווער משפּחה־אויפֿפֿירונג אין דער ישׂראלדיקער סבֿיבֿה, און דאָס סאַמע אייגנאַרטיקע פֿון דער דאָזיקער אויפֿפֿירונג דווקא אין דער געזעלשאַפֿטלעכער איינשטימיקייט מיט דעם מינהג. שווער זיך פֿאָרצושטעלן וואָס פֿאַר אַ שטראָף קאָן נאָך באַקומען דער יחיד, צי די גאַנצע משפּחה, וואָס וואַרפֿט זיך נישט אונטער יענע נישט־געשריבענע געזעצן. און אַזאַ זאַך געשעט אין דער וואַרעמער משפּחה בײַ דער אַלטער מלכּה אין שטוב, וווּ יעדן פֿרײַטיק צו נאַכטס קומט זיך צונויף די גאַנצע משפּחה צו דער שבתדיקער סעודה. דער געוויינטלעכער, נישט קיין ערנסטער ווערטער־אויסטויש אַרום דעם ברייטן טיש צווישן די צונויפֿגעזאַמלטע משפּחה־מיטגלידער — מאַן און ווײַב, ברודער און שוועסטער — איז בלויז אַ בלאַסע אָנצוהערעניש צו דעם וואָס ס׳קאָן זיך אָפּשפּילן בעת דעם וויכטיקסטן פֿון אַלע משפּחה־פֿײַערונגען — דעם פּסח־סדר. קיין זאַך קאָן זיך אָבער נישט פֿאַרגלײַכן מיט דער ערד־ציטערניש וואָס ציטערט אויף די משפּחה, ווען איינער פֿון זיי, אין דעם פֿאַל די טאָכטער, וואָס אויף איר פֿאַלן, בדרך־כּלל, די עיקרדיקע סדר־צוגרייטונגען, גיט צו וויסן, אַז זי וועט נישט זײַן בײַם סדר דאָס יאָר, ווײַל זי פֿאָרט קיין נאָרוועגיע בײַצוזײַן בײַ דער זעלטענער דערשײַנונג, ווען די זון און די נאַכט פֿאַראייניקן זיך אין אַן איינמאָליקן נאַטור־וווּנדער. זי האָט שוין אַפֿילו געקויפֿט די רײַזע־בילעטן.

נאָך דער דערשיטערונג איבער דעם אומדערוואַרטן קלאַפּ, קומט מלכּה, די אַלמעכטיקע מוטער, צו זיך און הייבט אָן אויסצופֿירן איר באַקאַנטע משפּחה־סטראַטעגיע: קודם, פֿאַלט זי חלשות, נאָך דעם סטראַשעט זי מיטן ענדערן די צוואה; און צוקוקנדיק זיך פֿון דער זײַט, קאָן מען דאָס אָננעמען ווי לעגיטימע אײַנפֿאַלן. מלכּה באַנוצט זיך אָבער אויך מיט נישט קיין לעגיטימע שריט, ווי די מחברין וואָלט געוואָלט באַווײַזן, אַז אין דעם קאַמף צו האַלטן די משפּחה פֿאַראייניקט, פֿאַרשווינדן אַלע גרענעצן — די דערלויבטע און די פֿאַרבאָטענע — שוין אָפּגערעדט פֿון די עטישע אַפֿילו.

דער אַנסאַמבל, ווי שוין באַצייכנט, אַלע אָנערקענטע אַקטיאָרן, וואָס האָבן שוין אויפֿגעפֿירט פֿריִער וויכטיקע ראָלעס, פֿירן דאָ אויס אין אַ געוויסער מאָס די ראָלע פֿון כאָר אין דער גריכישער טראַגעדיע; אָבער דאָ, פּונקט פֿאַרקערט, איז אַלץ געלעכטער און בײַסיקער הומאָר.

ווירקלעך, זײַנען פֿאַראַן בלויז צוויי ראָלעס וואָס פֿאַרמאָגן גענוג שטאָף זיך אָנצוכאַפּן אין זיי: מלכּה און די טאָכטער מאַשאַ. די ראָלע פֿון דער מוטער פֿירט אויס מיט איר געוויינטלעכן שאַרם רבֿקה מיכאלי, אַ יאָרן־לאַנגע געקרוינטע קאָמעדיאַנטין פֿון טעאַטער און פֿון דער טעלעוויזיע, וועלכע פֿילט זיך דאָ, ווי אין איר שטוב; אַ געלעגנהייט פֿון איין מאָל אין לעבן. און זי פֿירט זיך טאַקע אויף מיט דער אויטאָריטעט פֿון אַ באַלעבאָסטע, וועלכע הערשט איבער אַלץ און אַלעמען. דאָס באַשטעטיקט טאַקע איר פֿאַרשטאָרבענער מאַן (יוסי גראַבער). זײַן גרויסער פּאָרטרעט הענגט אויף דער וואַנט און ער דרייט זיך אַרום צווישן דער פֿאַמיליע און דערציילט וועגן זיי.

די צווייטע וויכטיקע ראָלע איז מאַשאַ, די געגטע טאָכטער, אויפֿגעפֿירט דורך שׂרית ווינאָ־עלאַד, אַ פֿאַמיליאַרע געשטאַלט אין כּמעט אַלע ייִדישע (ווי אויך) נישט־ייִדישע משפּחות; דער קרבן: די גוטע איבערגעגעבענע טאָכטער, וועלכע טאַקע איבער איר גוט האַרץ, קומט איר אַלץ אָן אַזוי שווער און ווען זי פֿירט שוין יאָ דורך אַ פּרוּוו זיך צו באַפֿרײַען, באַשולדיקט מען זי אין צעשטערן די משפּחה.

"אַ וואַרעמע משפּחה" — אַ פֿאַרווײַלערישע קאָמעדיע אָן מוסר־השׂכּל.