אין דעם פֿרילינג-זמן האָב איך מיט סטודענטן געלערנט אַ קורס וועגן סאָוועטיש-ייִדישער געשיכטע. האָבן מיר גערעדט, פֿאַרשטייט זיך, אויך וועגן דעם חורבן. איך האָב זיי געגעבן צו לייענען אַ ליטעראַריש ווערק (אויסצוגן פֿון אַנאַטאָלי קוזנעצאָווס ראָמאַן) און צו קוקן אַ פֿילם וועגן באַבי יאַר — דער שחיטה אין קיִעוו אין סעפּטעמבער 1941. איך דערקלער דאָ דעם באַגריף "באַבי יאַר", ווײַל איך ווייס ניט, צי אַלע לייענער האָבן וועגן דעם געהערט. איך דערמאָן עס, ווײַל כּמעט קיינער פֿון מײַנע סטודענטן — בערך 50 יונגע, ס׳רובֿ ייִדישע לײַט — האָבן קיין אַנונג ניט געהאַט וועגן אָט דעם זײַטל אין דער געשיכטע פֿונעם חורבן; און די עטלעכע סטודענטן, וואָס האָבן יאָ געהערט וועגן דעם, האָבן געשטאַמט פֿון רוסיש-ייִדישע משפּחות, דער עיקר, פֿון אוקראַיִנע.
איך האָב זיך דערמאָנט וועגן אָט דער דערפֿאַרונג מײַנער בײַם לייענען דעם אַרטיקל פֿון פּראָפֿעסאָר ט. סנײַדער "חורבן: די רעאַלקייט וואָס ווערט איגנאָרירט", פֿאַרעפֿנטלעכט דעם 16טן יולי הײַיאָר אין The New York Review of Books. סנײַדער שרײַבט וועגן דעם פֿענאָמען פֿון פֿאַרזען אינעם מאַסן-באַוווּסטזײַן אַ גרויסע טייל פֿון דער שוידערלעכער געשיכטע, בפֿרט פֿון די געשעענישן אין מיזרח-אייראָפּע. בעת אוישוויץ און דער גורל פֿון אַנע פֿראַנק איז גאַנץ טיף אַרײַן אין דעם בילד פֿונעם חורבן, רעדט מען זייער זעלטן וועגן די הונדערטער טויזנטער ייִדן, וואָס מע האָט אומגעבראַכט אין טרעבלינקע, בעלזעץ און סאָביבאָר (בסך-הכּל אַרום אָנדערטהאַלבן מיליאָן נפֿשות). אָדער וועגן די הונדערטער טויזנטער ייִדן, וועלכע מע האָט אַפֿילו ניט געפֿירט אין קיין פֿאַבריקן פֿון טויט, נאָר אומגעבראַכט אויפֿן אָרט, ווי דאָס איז געווען אין באַבי יאַר. בכלל, די הויפּט-אימאַזשן פֿונעם חורבן זײַנען זייער סעלעקטיוו און האָבן צו טאָן, בדרך-כּלל, מיט מערבֿ-אייראָפּע, כאָטש 70 פּראָצענט פֿון די קרבנות זײַנען געווען פּוילישע צי סאָוועטישע תּושבֿים.
דער מאָסקווער "צענטער און פֿאָנד האָלאָקאָסט" פֿירט אַרום אין דעם סעזאָן אַן אויסשטעלונג, צוגעגרייט אין דעם אַמסטערדאַמער מוזיי פֿון אַנע פֿראַנק. מע האָט עס שוין געוויזן אין אַ סך מיטלשולן, ווי אויך אין אַנדערע לאָקאַלן. און דאָס איז, בלי-ספֿק, גוט און ניצלעך. אָבער איך גלייב פֿונדעסטוועגן, אַז אַן אויסשטעלונג וועגן די חורבן-געשעענישן אויף דער סאָוועטישער צי אַפֿילו נאָר רוסישער טעריטאָריע וואָלט געפֿונען אַ שטאַרקערן אָפּקלאַנג און איבערגעלאָזט טיפֿערע שפּורן אין די מוחות און נשמות פֿון יונגע רוסן. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, אַז אַן "אייגענער מאַטעריאַל" וואָלט געפֿאָדערט צו רעדן וועגן די "אייגענע" — ניט אַבסטראַקטע האָלענדישע — פּאָליציאַנטן און אַנדערע נאַציסטישע באַהעלפֿער.
אין מײַן פּראַקטיק פֿון לערנען אין דער מערבֿ-וועלט האָב איך זיך אויך צונויפֿגעשטויסן מיט אַזעלכע מאָדנע פּראָדוקטן פֿון ייִדישער בילדונג, וועלכע האָבן געהאַלטן אַז די גאַנצע צווייטע וועלט-מלחמה איז געווען נאָר פֿאַרבונדן מיטן חורבן. זיי זײַנען ניט שולדיק — אָט די מיידלעך און ייִנגלעך. ס׳איז דאָך לויט לודוויג פֿויערבאַכן: "דער מענטש איז דאָס וואָס ער עסט". און דאָס האָט אַ שײַכות ניט נאָר צו ייִדישער בילדונג.
לאָמיר, למשל, אַ קוק טאָן אויף דער רשימה פֿילמען, וואָס האָבן באַקומען אַן "אָסקאַר" זינט 1993, ווען "שינדלערס רשימה" איז געווען אויסגעצייכנט מיט אַזאַ פּריז. די געשיכטע, ווי אַזוי מע האָט "געראַטעוועט דעם סאָלדאַט רײַען" און די "בריוו פֿון איוואָ דזשימאַ" פֿאַרלירן זיך צווישן צענדליקער אַנדערע אָנערקענטע פֿילמען (אַרײַנגערעכנט אַזעלכע שעדעוורען, מישטיינס געזאָגט, ווי "גלאַדיאַטאָר"!) פֿון הײַנטיקן קינאָ. בעסער זײַנען פֿאָרגעשטעלט "אָסקאַר"-אויסגעצייכנטע פֿילמען מכּוח דעם חורבן.
אַ נאַר קען אויך אַ מאָל זאָגן אַ גלײַכוואָרט. ניט צופֿעליק האָט די אַקטריסע קייט ווינזלעט זיך באַנאַרישט מיט דער "חכמה", טענהנדיק אַז די חורבן-טעמע לייגט דורך אַ זיכערן וועג צו באַקומען אַן "אָסקאַר". דער פּאַראַדאָקס באַשטייט אין דעם, וואָס זי האָט טאַקע באַקומען אַן "אָסקאַר" פֿאַר איר ראָלע אין דעם פֿילם "דער לייענער".
אין רוסלאַנד באַהאַלט מען שוין ניט אַזוי, ווי דאָס איז געווען אַ מאָל, דעם עיקר־פֿאַקט פֿונעם חורבן. עס שאַפֿט זיך, אָבער, אַן אײַנדרוק, אַז רעדן רעדט מען מער וועגן דעם חורבן מחוץ די געוועזענע סאָוועטישע טעריטאָריעס. די אַנע פֿראַנק-אויסשטעלונג איז אַ בולטער מוסטער פֿון אַזאַ צוגאַנג. אמת, דאָס הייסט ניט אומבאַדינגט, אַז מע טוט עס בכּיוון, כּדי צו פֿאַרפֿירן די געזעלשאַפֿטלעכע מיינונג. אין רוסלאַנד און אַנדערע מיזרח-אייראָפּעיִשע לענדער זײַנען נאָך ניט גענוג אַנטוויקלט געוואָרן די אַקאַדעמישע און אַנדערע אינפֿראַסטרוקטורן פֿאַר שאַפֿן מאַטעריאַלן אויף אָט די טעמעס.
אַזוי צי אַזוי, אָבער מע דאַרף זײַן גרייט צו דעם, אַז יונגע רוסן וועלן וויסן מער וועגן די חורבן-געשעענישן אין האָלאַנד, דײַטשלאַנד צי פּוילן, איידער וועגן דער שחיטה אין באַבי יאַר. אַזאַ אײַנדרוק שאַפֿט זיך ווען מע קוקט אַרײַן אין דעם קאַטאַלאָג פֿון דער רוסישער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק. ביכער וועגן דעם חורבן גייען אַרויס, אָבער ניט ווייניק פֿון זיי שטעלן מיט זיך פֿאָר איבערזעצונגען פֿון ענגליש צי אַנדערע אויסלענדישע שפּראַכן. וועגן באַבי יאַר זײַנען אין קיִעוו אַרויס אַ פּאָר ביכער. דאָס איבעריקע איז — נײַע אויפֿלאַגעס פֿון אַנאַטאָלי קוזנעצאָווס ראָמאַן, וואָס איז געווען אַ פֿענאָמען פֿאַר מײַן דור, אָבער איך בין גאָר ניט זיכער (אַזוי זאָגט מיר אונטער די דערפֿאַרונג פֿון לערנען), אַז ס׳איז אַ טעקסט פֿאַר דער הײַנטיקער יוגנט.