ייִדיש־וועלט, פּובליציסטיק

מיט קרובֿ דרײַסיק יאָר צוריק, ווען איך האָב אָנגעהויבן שרײַבן פֿאַרן "פֿאָרווערטס", האָבן מענטשן געהאַט ספֿקות צי איך שרײַב די געדרוקטע אַרטיקלען. האָט מיר איינער אַרײַנגעלאַכט אין פּנים:

"מסתּמא שרײַבט דײַן מאַן דײַנע אַרטיקלען פֿאַר דיר."

אַ צווייטער האָט מיט אַ חוזקל אויף דער נאָז צוגעגעבן:

"מסתּמא שרײַבט דײַן טאַטע דײַנע אַרטיקלען."

דעמאָלט איז נישט געווען פּאָפּולער פֿאַר אַ פֿרוי צו פֿאַרנעמען זיך מיט צײַטונגס־אַרבעט. בכלל האָבן פֿרויען פֿאַרנומען אַ צווייט־ראַנגיקע ראָלע אין אַ וועלט פֿון לויטער מאַנספּאַרשוינען.

איך דערמאָן זיך, ווען מיר, פֿיר פֿרויען, האָבן געשאַפֿן ביכעלעך פֿאַר דער ייִדישער שול־סיסטעם. איך בין געווען די שרײַבערקע אָדער איבערזעצערין, מלכּה גאָטליב, עליה־השלום, די מוזיק־קענערין; צירל וואַלעצקי, איר צו לאַנגע יאָר, די קונסט־צושטעלערין, און געלע פֿישמאַן איז געווען אונדזער אַגענטקע און רעפּרעזענטאַנטקע. מיר האָבן זיך אַ נאָמען געגעבן "אויפֿגאַנג," נישט ווײַל מיר האָבן זיך אַליין דערטראַכט דערצו, נאָר ווײַל דער פּאָעט יעקבֿ גלאַטשטיין האָט עס אונדז נאַראַיעט איין נאָך־מיטיק, זיצנדיק אין דער קאַפֿעטעריע פֿונעם אַטראַן־הויז. מיר זעלבסט איז דער נאָמען נישט געווען צום האַרצן. ערשטנס, איז עס געווען גרויסהאַלטעריש און סנאָביש, צווייטנס, האָט עס ניט געהאַט קיין פֿאַרבינדונג מיט ייִדישער דערציִונג און טראַדיציע, און דריטנס, האָב איך פֿאָרגעלייגט מיר זאָלן זיך רופֿן "פּאַפּירענע בריקן," ווײַל עס איז דאָ אַ מדרש וואָס דערציילט, אַז ווען משיח וועט קומען, וועלן די ייִדן עולה זײַן קיין ארץ־ישׂראל אויף אַ פּאַפּירענער בריק און אַריבער בשלום. דאָס רעשט פֿון דער מענטשהייט וועט גיין אויף אַן אײַזערנער בריק, און זיי וועלן דערטרונקען ווערן. נו, דרײַ אַנטקעגן איינער, האָב איך פֿאַרשפּילט. עס ליגט מיר אָבער נאָך אַלץ אין זינען: פֿאַרן געדרוקטן ייִדישן וואָרט וואָלט בעסער געפּאַסט "פּאַפּירענע בריקן."

אָבער מיט דעם האָט זיך עס נישט געענדיקט. ווען ס׳איז געקומען צום אַרויסגעבן די ביכעלעך פֿאַר דער ייִדישער שול־סיסטעם, האָט מען זיך אַוועקגעזעצט מיט דער מענערשאַפֿט פֿון ייִדישן קולטור־קאָנגרעס, צווישן זיי: חיים בעז, יודל מאַרק א"אַ — אַלע פּראָמינענטע מענער. האָט מען מורא געהאַט אויסצוזאָגן, אַז איינע פֿון מײַנע ביכעלעך "פּורים איז אַ שפּיל אַזאַ," איז באמת געשריבן געוואָרן פֿון אַ פֿרוי אין הויכע אָפּצאַסן. האָב איך זיך געמוזט אַ נאָמען געבן "גבֿריאל טאָליעס." ערשטנס, האָב איך געטראַכט, איז גבֿריאל אַ מענערישער נאָמען. צווייטנס, איז עס אַ מלאך. דריטנס, האָט מײַן מאַמע געהייסן טאָלע. צוזאַמען האָט עס געמיינט "מײַן מאַמעס מלאך." איז אויב איר וועט אַמאָל זאַטאַשטשען דאָס ביכעלע אונטערן נאָמען גבֿריאל טאָליעס, זײַט וויסן, אַז דאָס בין איך.

אַנטקעגן וואָס דערצייל איך עס אײַך? אַנטקעגן דעם, וואָס מיט יאָרן צוריק האָבן זעלטן פֿרויען זיך אונטערגענומען צו זײַן פּאַראַשוטיסטקעס. ס׳איז געווען אַ מענערישע פּראָפֿעסיע. הײַנט, ווען דער טאַטע בוש האָט געפֿײַערט זײַן פֿינף און אַכציקסטן געבוירנטאָג מיטן שפּרינגען פֿון אַן עראָפּלאַן מיט אַ פּאַראַשוט, האָב איך זיך דערמאָנט אין דער פּאַראַשוטיסטקע.

איז די מעשׂה אַזאַ — און ס׳איז אַן אמתע מעשׂה, איר מעגט מיר גלייבן אויף מײַן ערנוואָרט. דאָס האָט זיך אָפּגעשפּילט אין אַ שטעטעלע אין לאָנג־אײַלענד. נישט לאַנג צוריק, ווען אַ פּאָרפֿאָלק, פֿאַרמעגלעכע איראַנער ייִדן, זײַנען אויסגעקומען איינס מיטן אַנדערן ווי צוויי גאַלאַגאַנסקע הענער. זיי האָבן געהאַט קינדער און דווקא געראָטענע קינדער. זיי האָבן געוווינט אין אַ לוקסוס־הויז, מיט דרײַ גאַראַזשן, און אין יעדן גאַראַזש — פֿון אַ קאַדילאַק, ביז אַ ראָלס־רויס. זיי האָבן אַפֿילו פֿאַרמאָגט אַ יאַכטע, וואָס זיי האָבן אַ נאָמען געגעבן "אַכמאַ דער דזשאַד." אָבער ווען עס איז געקומען צום צוזאַמענלעבן, האָבן זיי זיך געריסן בײַ די נעז. זי האָט אים באַשולדיקט אין אַן אַפֿערע מיט זײַן בלאָנדער סעקרעטאַרשע. ער האָט זי באַשולדיקט אין פֿאַרשווענדן געלט, עלעהיי זי האָט עס געוווּנען אויף דער לאָטעריע. זי האָט אים באַשולדיקט אין זײַן אַ גלײַכגילטיקער טאַטע. ער האָט זי באַשולדיקט אין שיקן זיי אין אַשכּנזישע ישיבֿות.

און אַזוי ווי זיי זײַנען געווען אין לאַנד בלויז אַ פּאָר צענדליק יאָר, האָט ער זיך געפֿירט ווי מען האָט זיך געפֿירט דורות־לאַנג אין זײַן משפּחה אין איראַן. מענער האָבן דאָרט די אייבערהאַנט. דערווײַל האָט זיך די פֿרוי דערוווּסט, אַז דאָ אין אַמעריקע טראַקטירט מען אַ פֿרוי גלײַך אויף גלײַך מיט אַ מאַן, נישט אַזוי ווי אַמאָל בײַ זיי אין איראַן. דאָ האָט אַ פֿרוי אויך עפּעס צו זאָגן. אַ פֿרוי קען זיך דאָ גיין לערנען און ווערן אַ דאָקטאָרשע, אַן אינזשעניר און אַ הויכע אָנגעשטעלטע. אַ פֿרוי קען זיך דאָ אָנטאָן לויט דער לעצטער מאָדע. אַ פֿרוי איז אַ גלײַכע שותּפֿטע צום הייראַטס־געשעפֿט, און בײַ זיי איז עס טאַקע געווען אַ געשעפֿט.

ס׳איז געקומען אַ צײַט און ער האָט זי געשלעפּט אין בית־דין. אָבער דער בית־דין איז באַשטאַנען פֿון לויטער מענער, און זיי האָבן זי געוואָרנט, זי זאָל זיך אונטערגאַרטלען און אויפֿהערן צו דערגיין דעם מאַן די יאָרן. ביז זי האָט אָנגעהויבן צו סטראַשען די חבֿרה מענער, אַז זי וועט באַגיין זעלבסטמאָרד, בלויז אָפּצולערנען איר מאַן אַז מען טראַקטירט אַ פֿרוי אין אַמעריקע אַנדערש ווי אַמאָל.

האָט זי זיך גענומען גרייטן צום זעלבסטמאָרד. ערשטנס, האָט זי אָנגעזאַמלט אַ חבֿרה שלאָף־טאַבלעטן. אָבער דאָס וואָלט געווען אַ קאַפּיטולאַציע. ס׳האָט געמוזט זײַן דעמאָנסטראַטיוו. נאַכער האָט זי געטראַכט, אַז זי וועט זיך אַרונטערוואַרפֿן אונטער אַ לויפֿנדיקער באַן. אָבער דאָס איז איר נישט געווען צום האַרצן, ווײַל זי וועט אָנווערן איר פֿיגור. נאַכער האָט זי געטראַכט, אַז זי וועט קויפֿן אַ רעוואָלווער און זיך דערשיסן. איז זי אַוועק לערנען זיך שיסן. זי האָט זיך אַזוי לאַנג געלערנט ביז ס׳איז איר נימאס געוואָרן דער גאַנצער עסק. איז זי אַרומגעגאַנגען פֿאַרכמורעט און פֿאַראומערט און נישט געוווּסט ווי אָפּצוטאָן איר מאַן אויף טערקיש, אין איר פֿאַל — אויף פּערסיש — ער זאָל זי האָבן צו געדענקען. די אײַנקויפֿענישן אין די קליידער־געשעפֿטן האָבן זי נישט באַרויִקט, דאָס אָנעסן זיך מיט די בעסטע טאָרטן, אויך נישט. מאָלצײַטן האָבן זיי געגעסן אין טײַערע רעסטאָראַנען, אָבער איר האָט גאָרנישט געשמעקט. זי האָט נאָר געהאַט אין זינען ווי אָפּצולערנען איר מאַן אַ לעקציע.

ביז איין נאַכט, ווען זי האָט געזען ווי מענטשן לאָזן זיך אַראָפּ פֿון די פּאַראַשוטן אין ים אַרײַן איז עס געווען פֿאַר איר אַן אמתע אוטשעכע. ערשטנס, דאָס פֿליִען אין דער לופֿטן. צווייטנס, אַראָפּלאָזן זיך אין וואַסער, כאָטש זי קען נישט שווימען. זי האָט זיך פֿאָרגעשטעלט, אַז דער מאַן אירער וועט אָנקומען מיט זײַן יאַכטע און זײַן צווישן אירע רעטער. דערבײַ זאָל ער וויסן וואָס ער האָט דאָ אָנגעוווירן. זי וועט אים איבערלאָזן אַ בריוועלע, אַזוי און אַזוי... איך גיי זיך אַראָפּלאָזן מיט אַ פּאַראַשוט אין ים אַרײַן, איבערן אַנטלאַנטיק. נעם די קינדער נישט אַרויס פֿון דער אַשכּנזישער ישיבֿה, איך וויל נישט זיי זאָלן גיין אין דײַנע דרכים. און געדענק, אַז איך בין דיר געווען אַ געטרײַ ווײַב, און אויב דו מיינסט, אַז די פֿלאָנדרע דײַנע וועט דיך שוינען ווען דו וועסט האַלטן בײַם צומאַכן אַן אויג, מעגסטו דאָס זיך אַרויסשלאָגן פֿון קאָפּ. אַלץ וואָס זי איז אויסן, איז דײַן געלט.

דער פּלאַן איז אויך דורכגעפֿאַלן, ווײַל זי האָט מורא געהאַט זיך אַרײַנצוזעצן אין אַזאַ פֿליִענדיקע מאַשין וואָס האַלט זיך קוים אויף די פֿיס, און איז געמאַכט פֿון שפּינגע־דע־גינגע. ס׳קען זיך נאָך צערײַסן אין מיטן פֿליִען, וואָס וועט זי דעמאָלט טאָן. איז איר אײַנגעפֿאַלן אַ נײַער פּלאַן. וואָס דאַרף זי פֿליִען מיט פּאַראַשוטן און דערטרינקען ווערן אין ים, אַז זיי האָבן אַ הויכן דאַך. זי וועט זיך אַראָפּלאָזן פֿון דאַך און זאָל ער קראַפּירן.

איין פֿרימאָרגן, ווען די קינדער זײַנען אַוועק אין דער ישיבֿה, דער מאַן אין זײַן געשעפֿט, האָט זי זיך גענומען גרייטן. איז איר אײַנגעפֿאַלן, ערשטנס, אויב זי וועט זיך אַראָפּלאָזן פֿון דאַך, וועט זי אין מיטן פֿלי אַנטבלויזט ווערן און קראַכן אויפֿן טראָטואַר אין אירע אונטערהײַזלעך. דאָס קען זי נישט טאָן; אַ פֿרומע, צניעותדיקע, איראַנישע ייִדענע. ס׳פּאַסט נישט פֿאַר גאָט און נישט פֿאַר לײַט. האָט זי זיך דערטראַכט, זי וועט מוזן אָנטאָן אַ צענדליק יופּעס, אַזוי אַז ווען זי וועט לאַנדן אויף דער ערד, וועט מען נישט זען וואָס זי טראָגט אונטער די ספּודניצעס. און אַזוי האָט זי טאַקע געטאָן. זי האָט זיך אויסגעסטרויעט אין אַ צענדליק רעקלעך און אַ האַלבן טוץ בלוזקעס, אַרויף אויפֿן דאַך, אָפּגעזאָגט שמע־ישׂראל און אַראָפּגעפֿלויגן.

איצט הערט אַ מעשׂה. אַזוי ווי זייער ווילע איז געווען באַוואַקסן מיט טײַערע פֿלאַנצן, ביימלעך, קוסטעס און בלומען, איז אויסגעקומען, ווען אונדזער ייִדענע איז געשפּרונגען פֿונעם דאַך, האָבן זיך אַלע אירע יופּעס פֿאַרוואַנדלט אין אַ פּאַראַשוט, און זי האָט געלאַנדעט אויף אַ בוים. און ווי זי האָט אַזוי געשטעקט מיט די יופּעס אויף די צווײַגן ווי אַן אויסגעצוואָגן קעצעלע, האָט זי אָנגעהויבן לאַכן. עס האָט זיך פֿאַרזאַמלט אַן עולם אַרום איר. מען האָט גערופֿן די פֿײַערלעשער. זיי האָבן אַרויסגעשלעפּט די לאַנגע לייטערס און זי קוים געקענט אַראָפּשלעפּן פֿונעם בוים. מען האָט געמוזט ברענגען שערעלעך און צווענגעלעך און אָפּשערן איר פּאַראַשוט, ביז — קוים מיט צרות, איז זי אַרויס מיט גאַנצע ביינער.

דערווײַל האָט מען די לאַכעדיקע פּאַראַשוטיסטקע אָפּגעפֿירט אין דער פּאָליציי און זי גענומען אויפֿן פֿאַרהער:

"וואָס האָט זיך מיט אײַך געטאָן ווען איר זײַט געשפּרונגען פֿונעם דאַך?"

"איך בין נישט געשפּרונגען," האָט זי געענטפֿער, "איך בין אַראָפּגעפֿאַלן."

"וואָס האָט איר געטאָן אויפֿן דאַך?"

"איך האָב געכאַפּט פֿייגל," האָט זי געענטפֿערט.

"צו וואָס אַזוי פֿיל יופּעס און רעקלעך?" — האָט די פּאָליציי געוואָלט וויסן.

"ס׳איז בײַ אונדז אין איראַן פֿאַראַן אַזאַ טראַדיציע" — האָט זי געענטפֿערט — ווען אַ פֿרוי גייט אַרויף אויפֿן דאַך, מוז זי טראָגן אַ סך יופּעס."

"און פֿון וואַנען האָט זיך גענומען די טראַדיציע?" — האָבן זיי נישט אָפּגעלאָזט.

"נאָך פֿון דוד המלכס צײַטן, ווען בת־שבֿע איז אַרויף זיך באָדן אויפֿן דאַך, און דוד המלך האָט געוואָרפֿן אויף איר אַן אויג, איז ער באַלד צעחושט געוואָרן. פֿון דעמאָלט אָן איז בײַ אונדז געווען אײַנגעפֿירט, אויב אַ פֿרוי גייט אַרויף אויפֿן דאַך, מוז זי זײַן אָנגעטאָן צניעותדיק."

דערווײַל איז דער מאַן געקומען צו לויפֿן נישט טויט און נישט לעבעדיק.

"וואָס איז געשען, טײַערע?" — האָט ער געוואָלט וויסן.

"גאָרנישט" — האָט זי אים געענטפֿערט ליבלעך — כ׳האָב זיך מיט אַ מאָל דערפֿילט ווי בת־שבֿע, ווען זי איז אַרויף אויפֿן דאַך. בין איך אויך אַרויף אויפֿן דאַך. אָבער דוד המלך האָט זיך נישט באַוויזן. אַ סימן, אַז מײַן שיינקייט האָט זיך אָפּגעטאָן פֿון מיר."

דער מאַן האָט זײַן פֿרוי אַהיים גענומען און פֿאַר איר באַשטעלט דעם בעסטן פּסיכיאַטער אין לאָנג־אײַלענד.

די מאָראַל פֿון דער מעשׂה איז, זײַט פֿאָרזיכטיק ווען איר גייט אַרויף אויפֿן דאַך. מ׳קען קיין מאָל נישט וויסן ווער ס׳געפֿינט זיך אויפֿן שכנותדיקן דאַך. ס׳קען געמאָלט זײַן אַ יונג מיט ביינער.