נאָך איין פּאָליטישער סקאַנדאַל איז אויסגעבראָכן צווישן דעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד און רוסלאַנד. געשען איז עס נישט צוליב אַ הײַנטיקן ענין, נאָר צוליב אַן ענין, וואָס איז שוין אַרײַן אין דער געשיכטע. וואָס איז געשען? נישט לאַנג צוריק, דעם 3טן יולי, האָט די פּאַרלאַמענט־אַסאַמבלעע פֿון דער זיכערהייט־אָרגאַניזאַציע און מיטאַרבעט אין אייראָפּע, אָפּגעשטימט פֿאַר אָנצונעמען די רעזאָלוציע, וועלכע שטעלט אויף איין ברעט דעם נאַציזם און סטאַליניזם, און האָט פֿאָרגעלייגט צו דערקלערן דעם 23סטן אויגוסט (אין דעם טאָג איז אונטערגעשריבן געוואָרן דער פּאַקט פֿון "ריבענטראָפּ־מאָלאָטאָוו" און דער געהיים־פּראָטאָקאָל, ווי אַ צוגאָב) ווי אַן אָנדענק־טאָג לזיכּרון אַלע קרבנות פֿון די ביידע רעזשימען.
דעם פּראָיעקט פֿון דער רעזאָלוציע האָבן צוגעשטעלט ליטע און סלאָוועניע. אין דער רעזאָלוציע, וואָס הייסט "פֿאַראייניקונג פֿון דער צעטיילטער אייראָפּע אינעם 21סטן יאָרהונדערט", איז באַטאָנט געוואָרן, אַז "אינעם 20סטן יאָרהונדערט האָבן די אייראָפּעיִשע לענדער איבערגעלעבט צוויי שרעקלעכע טאָטאַליטאַרע רעזשימען: נאַציסטישן און סטאַליניסטישן". אין דער רעזאָלוציע ווערט אויסגעדריקט די זאָרג, אַז "אויך הײַנט באַזינגט מען די טאָטאַליטאַרע רעזשימען" (געמיינט ווידער, נאַציזם און סטאַליניזם); דעריבער ווענדט מען זיך צו אַלע מיטגלידער פֿון דער "אַסאַמבלעע" "זיך צו באַפֿרײַען פֿון די פּרוּוון צו באַפּוצן די שוואַרצע קאַפּיטלען פֿון דער אייראָפּעיִשער געשיכטע און די באַמיִונגען פֿון אייניקע לענדער זיך אומצוקערן צו יענע צײַטן".
מאָסקווע האָט אויף דער רעזאָלוציע באַלד געענטפֿערט זייער שאַרף. דעם 7טן יולי האָט דער רוסלענדישער פּאַרלאַמענט — "דומאַ" און דער ראַט פֿון דער רוסלענדישער פֿעדעראַציע (סענאַט) פֿאַראורטיילט די דאָזיקע רעזאָלוציע, און באַשולדיקט זייערע אייראָפּעיִשע קאָלעגן אין "פֿאַרשוועכן דעם אָנדענקט פֿון די מיליאָנען מענטשן, וואָס זײַנען געפֿאַלן אין די שלאַכטן בײַם באַפֿרײַען אייראָפּע פֿון פֿאַשיזם", "אַ פּרוּוו צו פֿאַרשמוצן די נעמען פֿון זיגער און רעהאַביליטירן די פֿאַרברעכער און זייערע קאָלאַבאָראַטאָרן", ווי אויך "דירעקט רעוויזיאָנירן דעם גײַסט און די פּונקטן פֿונעם נירנבערגער פּראָצעס" און "איבערקוקן די אַלגעמיינע סך־הכּלן פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה".
אין מאָסקווע, אַנטקעגן די אַמבאַסאַדעס פֿון ליטע, לעטלאַנד און פּוילן, קומען איצט פֿאָר "אימפּראָוויזירטע" פּראָטעסט־דעמאָנסטראַציעס, די פּרעסע אין רוסלאַנד איז פֿול מיט "אויפֿגעבראַכטע אָפּרופֿן פֿון די אַרבעטער־מאַסן". פֿון דער אַנדערער זײַט, פֿאַרטיידיקן אַקטיוו די פּאָליטיקער פֿון פּוילן און די באַלטישע לענדער, ווי אויך די דעפּוטאַטן פֿונעם אייראָפּעיִשן פּאַרלאַמענט די אָנגענומענע רעזאָלוציע.
לאָמיר אָבער אָנהייבן פֿונעם עיקרדיקן: צי איז טאַקע געווען אַזאַ פּאַקט פֿון "ריבענטראָפּ־מאָלאָטאָוו" און אַ געהיימער צוגאָב צו אים? קיין צווייפֿל קאָן דאָ נישט זײַן! הגם דער אָריגינאַל פֿונעם "צוגאָב" איז שטרענג באַהאַלטן און די מאַכט אין רוסלאַנד זאָגט זיך אָפּ אים צו אָנערקענען, בײַט עס נישט די באַציִונג צו דעם דאָקומענט. ס׳איז אַ סוד פֿאַר גאַנץ בראָד, ווײַל די דאָקומענטן, צונויפֿגעשטעלט פֿון ביידע צדדים, ראַטן־פֿאַרבאַנד און נאַצישן דײַטשלאַנד, געפֿינען זיך אויך אין די דײַטשישע אַרכיוון, וואָס זײַנען אָפֿן אין דײַטשלאַנד פֿאַר די געלערנטע היסטאָריקער און אַרכיוויסטן. צוריק גערעדט, אין דער צײַט פֿון דער אַזוי גערופֿענער "פּערעסטרויקע" האָט זיך אײַנגעגעבן צו מאַכן קאָפּיעס פֿון דעם דאָקומענט, וואָס איז דעמאָלט פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין מאָסקווע.
ס׳איז קיין ספֿק נישט, אַז סטאַלין האָט פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה געשטיצט היטלערן, וואָס שייך דער צעטיילונג פֿון מיזרח־אייראָפּע און אַרומגערעדט די טעריטאָריעלע פֿראַגע — ווער און איבער וועלכע לענדער וועט איבערנעמען די מאַכט. סטאַלין האָט ברייטהאַרציק געשטיצט היטלערס דײַטשלאַנד עקאָנאָמיש, מיליטעריש און פּראָפּאַגאַנדיסטיש. בלויז איין פֿאַקט: דעם 21סטן יוני 1941, ווען די אַוואַנגאַרד־טיילן פֿון "ווערמאַכט" זײַנען שוין אַריבערגעגאַנגען די גרענעצן פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד, איז פֿון רוסלאַנד קיין דײַטשלאַנד אָפּגעפֿאָרן אַ גאַנצער עשעלאָן מיט קוילן! שטעלט זיך די פֿראַגע: פֿאַרוואָס טראָגן זיי נישט, די רוסלענדישע פֿירער, קיין פּערזענלעכע אַחריות פֿאַר יענע געשעענישן, פֿאַרלאָפֿן מיט 70 יאָר צוריק, און דערבײַ שטעלן זיי זיך אַזוי אַגרעסיוו קעגן דעם אויפֿשטעלן דעם היסטאָרישן אמת; דעם אמת וועגן יענע שרעקלעכע צײַטן, וואָס קרבנות פֿון זיי זײַנען געפֿאַלן זייערע טאַטעס און זיידעס? זיך צו פֿונאַנדערצוקלײַבן אין דעם, מוז מען פֿאַרשטיין דעם אונטערשיד צווישן פֿאַשיזם און סטאַליניזם.
ס׳איז קלאָר, אַז די צוויי דערשײַנונגען, לויט זייער אָפּשטאַם, זײַנען גאָר פֿאַרשיידנאַרטיק. דער דײַטשישער פֿאַשיזם איז זייער אַ פּרימיטיווע און אַכזריותדיקע דיקטאַטור־פֿאָרעם, פֿאַרשפּרייט אין אייראָפּע. פֿונדעסטוועגן, איז היטלער געקומען צו דער מאַכט אויף אַ דעמאָקראַטישן אופֿן, פֿאַר אים האָבן געשטימט ס׳רובֿ דײַטשן, וואָס האָבן שפּעטער זיך דרייסט געשלאָגן פֿאַר דעם, אַז דער "דריטער רײַך" זאָל רעגירן אין אייראָפּע. דער דײַטשישער פֿאַשיזם האָט עקזיסטירט 12 יאָר און זײַן אונטערגאַנג האָט געבראַכט דעם פֿאָלק מסוכּנע ליידן, דענאַציפֿיקאַציע פֿון דײַטשלאַנד, דורכגעפֿירט פֿון די זיגערישע לענדער. נאָך דער מלחמה, זײַענדיק אַרומגערינגלט פֿון דעמאָקראַטישע לענדער, האָט דײַטשלאַנד אַליין זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ דעמאָקראַטיש לאַנד, וואָס פֿירט אַ פֿרידלעכע פּאָליטיק.
רוסלאַנד האָט דורכגעמאַכט צום סטאַליניזם אַ לאַנגן שווערן וועג, ביז דאָס לאַנד איז געוואָרן אַ דעספּאָטישע אימפּעריע פֿון אַ ביזאַנטישן מוסטער. ווי קאָמפּליצירט איז געווען די קאָנסטרוקציע פֿון סטאַלינישער דיקטאַטור קאָן באַטראַכט ווערן אויפֿן סמך פֿון דער ייִדן־פֿראַגע. נישט געקוקט אויף דעם פֿאַרביסענעם אַנטיסעמיטיזם, ווען די סאָוועטישע ייִדן זײַנען שוין געשטאַנען בײַ אַ טאָטאַלער אויסראָטונג, איז אין ראַטן־פֿאַרבאַנד געווען אַ ספּעציעלער געזעץ, לויט וועלכן די מינדסטע אַנטיסעמיטישע דערשײַנונג האָט געזאָלט זײַן שטרענג באַשטראָפֿט; די ייִדישע פֿאַמיליע־נעמען האָבן געמוזט בײַזײַן אויף אַלע מאַכט־שטאַפּלען, אָנהייבנדיק פֿון סטאַלינס סבֿיבֿה.
דער סטאַליניזם האָט געבליט אין לאַנד איבער 70 יאָר, די סטאַליניסטישע דאָגמעס, און קודם־כּל, דער סטאַליניסטישער מענטאַליטעט, וואָס האָט זיך טיף אײַנגעוואָרצלט אינעם באַוווּסטזײַן פֿון דער ביוראָקראַטיע און זיך פֿאַרשפּרייט נישט אויף איין דור אין רוסלאַנד. דערפֿאַר, אַפֿילו שוין פֿרײַ פֿון דער סאָוועטישער מאַכט פֿון לענין־סטאַלין, פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי בכלל, קאָנען נישט די בירגער פֿון רוסלאַנד פּטור ווערן פֿון דער לעבהאַפֿטיקער סטאַלין־באַקטעריע. אָט פֿאַרוואָס, להיפּוך דעם קלאָרן שׂכל, אַנטוויקלט און צעבלאָזט די אַדמיניסטראַציע פֿון פּוטין־מעדוועדיעוון דעם הוראַ־פּאַטריאָטיזם און נאַציאָנאַליזם — אינעם לאַנד, און אויסער דעם לאַנד — אימפּעריאַליזם און רעוויזיאָניזם.
דער חלום אויפֿצולעבן די סטאַליניסטישע אימפּעריע גיט די איצטיקע מאַכטהאָבער אין רוסלאַנד קיין רו נישט; דערפֿאַר וויל טאַקע נישט די רוסלענדישער אַדמיניסטראַציע אַרויסזאָגן דעם גאַנצן אמת מכּוח דער אויסערלעכער און אינערלעכער פּאָליטיק פֿון סטאַלינען. אָט פֿאַרוואָס זײַנען אַמעריקע און די מערבֿ־אייראָפּע ווידער געוואָרן שׂונאים אין די אויגן פֿון די רוסלענדישע בירגער, ווײַל אַזוי לוינט זייער רעגירונג; אָט פֿאַרוואָס די בעסטע פֿרײַנד איצט בײַ רוסלאַנד זײַנען געוואָרן די קאָמוניסטישע כינע און די איסלאַמישע פֿאַשיסטן פֿון איראַן. דאָ שטעקט אויך די סיבה, פֿאַרוואָס רוסלאַנד קאָן נישט מוחל זײַן אוקראַיִנע, ווײַסרוסלאַנד, די באַלטישע לענדער, גרוזיע און מיטל־אַזיאַטישע רעפּובליקן, הלמאַי זיי האָבן געוואַגט זיך אָפּצוטיילן פֿון רוסלאַנד און גיין מיט זייער אייגענעם וועג.
אָט פֿאַרוואָס, אָנשטאָט דער עקאָנאָמישער און פּאָליטישער מיטאַרבעט מיטן מערבֿ, לייגט פּוטין אַרײַן די מיליאַרדן נאַפֿט־דאָלאַרן אין בויען ראַקעטן און אונטערוואַסער־שיפֿן. אין רוסלאַנד הײַנט הערן זיך אַלץ העכער די אימפּעריאַליסטישע שטימונגען; אַלץ פֿאַרשפּרייטער ווערט דאָרט דער געדאַנק צו הערשן איבער אַנדערע פֿעלקער, ווי עס קומט שוין פֿאָר אין אַבכאַזיע און דרום־אָסעטיע. דערפֿאַר טאַקע אַרט עס אַזוי, די דעפּוטאַטן פֿון דעם רוסלענדישן פּאַרלאַמענט און סענאַט, די לעצטע רעזאָלוציע פֿון דער פּאַרלאַמענט־אַסאַבלעע פֿון דער זיכערהייט־אָרגאַניזאַציע און מיטאַרבעט אין אייראָפּע, וואָס שטעלט אויף איין ברעטל דעם דײַטשישן נאַציזם און סאָוועטישן סטאַליניזם.