אָנהייב וואָך האָט אין ישׂראל זיך אַראָפּגעלאָזט אַ פֿאַרשטאַרקטער דיפּלאָמאַטישער דעסאַנט פֿון אַמעריקע: צווישן זיי — פּרעזידענט אָבאַמאַס שליח דזשאָרדזש מיטשעל און דער שוץ־מיניסטער ראָבערט גייטס. יעדער פֿון זיי איז געקומען מיט זײַן אייגענעם צוועק, וואָס שפּיגלט אָפּ די פּריאָריטעטן פֿון דער איצטיקער אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע: די פֿראַגע פֿון בויען נײַע ייִשובֿים אין מיזרח־ירושלים און אויפֿן מערבֿ־ברעג; און די פֿראַגע פֿון איראַנס נוקלעאַרער פּראָגראַם.
דווקא דער צוגאַנג צום לייזן די צוויי גורלדיקע פֿראַגעס האָט געשאַפֿן אין די באַציִונגען צווישן ישׂראל און די פֿאַראייניקטע שטאַטן אַ געשפּאַנטקייט, זינט אין ישׂראל האָט איבערגענומען די מאַכט בנימין נתניהו און אין "ווײַסן הויז" האָט זיך אַרײַנגעצויגן די אַדמיניסטראַציע פֿון באַראַק אָבאַמאַ.
די טענות פֿון וואַשינגטאָן צו דער ישׂראל־רעגירונג זײַנען פֿאָרמולירט זייער פּשוט: אָפּשטעלן צו בויען אומגעזעצלעכע ייִשובֿים, און זיך אָפּהאַלטן פֿון אַ מיליטערישער אַקציע קעגן איראַן. אַנדערש וועט די אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע מוזן אײַנפֿירן קעגן ישׂראל עקאָנאָמישע סאַנקציעס און אָפּשטעלן די פֿינאַנציעלע שטיצע פֿאַר די זיכערהייט־צוועקן. ווי ערנסט זײַנען טאַקע די אַמעריקאַנער סטראַשונקעס און ווי ווײַט קאָנען זיי ווירקן אויפֿן זיכערהייט־מצבֿ אין ישׂראל?
די ישׂראל־פּרעסע איז לעצטנס פֿאַרפֿלייצט מיט פֿאַרשידענע פּראָגנאָזן און אַנאַליזן אַרום די סתּירות צווישן די צוויי לאַנג־יאָריקע אַליִיִרטע. ווי שטרענג הערט זיך די שטים פֿון וואַשינגטאָן, און ווי אײַנגעשפּאַרט זײַנען די ענטפֿערס פֿונעם פֿרעמיער־קאַבינעט?
די פּאָליטישע עקספּערטן האַלטן, אַז אָבאַמאַס אַדמיניסטראַציע ווײַזט טאַקע אַרויס אַ געוויסן דראַנג אויף דער ישׂראל־רעגירונג, אָבער, ווי עס ווערט אונטערגעשטראָכן, האַלט נאָך ווײַט נישט בײַם אַרויפֿלייגן סאַנקציעס אויף ישׂראל; בפֿרט, אַז די גענעראַל־ליניע פֿונעם איצטיקן פּרעזידענט איז מער גענייגט צו טיילן "קיכעלעך", איידער צו לאָזן אין גאַנג די "בײַטש".
ס‘איז קלאָר, אַז נתניהו מיט זײַן קעגנשטעלן זיך דער אַמעריקאַנער פּאָזיציע אין די צוויי הויפּט־פֿראַגעס פֿון ישׂראלס עקזיסטענץ, שפּילט צו צו זײַן אייגענער פּאָפּולערקייט ווי אַ קאָמפּראָמיסלאָזער פֿירער. מיר זײַנען שוין אָבער געווען איין מאָל עדות, ווען דער זעלבער קאָמפּראָמיסלאָזער ביבי, קומענדיק צו דער מאַכט, האָט אָן באַזונדערע תּנאָים אָפּגעגעבן חבֿרון צו אַראַפֿאַטס אַדמיניסטראַציע.
וואָס שייך דער פֿראַגע פֿון זיכערהייט, האָבן די ישׂראלדיקע מיליטערישע אַנאַליטיקער אויך געמאַכט זייערע אָפּשאַצונגען. קודם־כּל, האָט מען זיך געפֿרעגט, צי קאָן זיך די ייִדישע מדינה באַגיין אָן דער אַמעריקאַנער שטיצע, וואָס באַטרעפֿט בסך־הכּל 2.8 מיליאַרד דאָלאַר אַ יאָר? און אָט וואָס עס האָט זיך אַרויסגעוויזן: ס‘רובֿ פֿון דער סומע ווערט אויסגעגעבן אין אַמעריקע גופֿא, וווּ אין די מיליטערישע אונטערנעמונגען ווערן פּראָדוצירט די סאָפֿיסטיקירטע וואָפֿנס.
צווייטנס, לעבט הײַנט איבער די אַמעריקאַנער אויסשפּיר־דינסט נישט די בעסטע צײַטן, באַזונדערס אין מיטעלן מיזרח. זי נייטיקט זיך אין ענגע פֿאַרבינדונגען מיט אַנדערע אויסשפּיר־אַגענטורן, בתוכם — דער ישׂראלדיקער "מוסד". שוין אָפּגערעדט, אַז קיין בעסערן סטראַטעגישן אַליִיִרטן אין יענעם ראַיאָן וועט אַמעריקע נישט געפֿינען.
נאָך מער: די מיליטערישע עקספּערטן האָבן לעצטנס געמאַכט אַן אָפּשאַצונג, אַז צוליב דער אָפּהענגיקייט פֿון אַמעריקע, האָט ישׂראל געמוזט אָפּשאַפֿן מיליטערישע קאָנטראַקטן מיט אַנדערע לענדער (פֿאַרווערט דורך וואַשינגטאָן), וואָס וואָלטן אַרײַנגעבראַכט אין מלוכה־בודזשעט פֿון ישׂראל גרעסערע סומעס, ווי עס ווערט צוגעשטעלט פֿון אַמעריקע פֿאַר די "זיכערהייט־צילן". שוין אָפּגערעדט, אַז יעדע אַזאַ "שטיצע" ווערט אַרומגעשטעלט מיט טויזנט "ווענטלעך", וואָס באַגרענעצן אויסצונוצן די פֿינאַנצן אַזוי ווי ישׂראל וואָלט באַדאַרפֿט. צי מיינט עס אָבער, אַז ישׂראל קאָן זיך באַגיין אָן דער אַמעריקאַנער שטיצע? מעגלעך, עקאָנאָמיש — יאָ, אָבער נישט אין פֿעלד פֿון זיכערהייט. ס‘איז נאַיִוו צו טראַכטן, אַז אין דער הײַנטיקער וועלט געווינט נאָר דער, וואָס איז בעסער מיליטעריש באַוואָפֿנט. וואַשינגטאָן איז אין דער פּאָליטיזירטער וועלט ישׂראלס "ברייטע פּלייצע". און די איצטיקע פֿירערשאַפֿט ווייסט עס גוט; און אַ פּשרה וועט סוף־כּל־סוף דערגרייכט ווערן. ס׳איז אָבער יאָ וויכטיק, אַז אַמעריקע זאָל אויך נעמען אין אַכט, אַז ס‘איז געקומען די צײַט צו רעדן מיט ישׂראל ווי מיט אַ רײַפֿן, גלײַכן פּאַרטנער.