- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
טײַערע חזנטע, מײַן ברודער און זײַן פֿרוי זענען געקומען צו גאַסט און אײַנגעשטאַנען בײַ מיר אין פֿלאָרידע דעם זומער. אָבער זיי זענען נישט בלויז געקומען צו גאַסט, נאָר אויסגעניצט מײַן גאַסט־פֿרײַנדלעכקייט פֿאַר זייערע צוועקן. קיילע האָט פֿאַרבראַכט מיט אירע חבֿרטעס אין מיאַמי יעדן טאָג. אָדם איז איר נאָכגעגאַנגען ווי אַ הינטל, און נישט געוואָלט פֿאַרברענגען מיט מיר כאָטש אַ ביסל. איך האָב זיי אַפֿילו בפֿירוש געזאָגט, אַז איך וויל עסן מיט זיי אַ שבת־וועטשערע — נאָר מיר דרײַ. אָבער נאָך אַ שעה, זענען זיי אַנטלאָפֿן צו פֿאַרברענגען מיט קיילעס פֿרײַנד. נישט נאָר האָט מיר וויי געטאָן זייער אויפֿפֿירונג, נאָר אויך דער פֿאַקט, וואָס עס גייט נישט בכלל אָן מײַן ברודער אָדם וואָס איך טו, וואָס איך טראַכט. איך האָב געהאַט אַ פּלאַן צו פֿאָרן צו גאַסט צו זיי אין אויגוסט, אָבער דעם ווייטיק קען איך נישט פֿאַרגעסן. וואָס זאָל איך טאָן, פֿאָרן צי נישט? באַליידיקטע שוועסטער טײַערע באַליידיקטע שוועסטער, איר דאַרפֿט רעדן מיטן ברודער אָדם און אים דערציילן פּונקט וואָס איר דערציילט מיר. זאָגט אים, אַז איר האָט ליב צו פֿאַרברענגען מיט אים, און עס האָט אײַך וויי געטאָן, וואָס ער איז געקומען קיין פֿלאָרידע און איר האָט צוזאַמען אַזוי ווייניק צײַט פֿאַרבראַכט. זאָגט אים, אַז איר ווילט קומען צו אים צו גאַסט אין אויגוסט, אָבער ער דאַרף באַשליסן, צי איר זאָלט טאַקע קומען. אויב ער קען אײַך ערלעך זאָגן, אַז ער און קיילע וועלן מער צײַט פֿאַרברענגען מיט אײַך, וועט איר קומען. אָבער אויב ער וועט זײַן צו פֿאַרנומען צו פֿאַרברענגען מיט אײַך, און אַז איר, די שוועסטער, איז אים נישט אַזוי וויכטיק, וועט איר בלײַבן אין דער היים. לאָמיר האָפֿן, אַז אײַער ברודער וועט זיך כאַפּן וואָס איז וויכטיק, און וועט ריכטיק באַשליסן. איך שטעל זיך פֿאָר, אַז ער האָט אײַך ליב אָבער, אַז ער נעמט די ליבע אויף זיכער. טײַערע חזנטע, דער זומער גייט אַדורך גאַנץ שלעכט! איך האָב געוואָלט אַוועקפֿאָרן מיט חבֿרים אויף וואַקאַציע, אָבער זיי האָבן זיך אָפּגעזאָגט אין דער לעצטער מינוט. האָב איך דערנאָך געטראַכט, אַז איך וועל בלײַבן אין מײַן אינטערנאַט דעם זומער, האָבן מײַנע טאַטע־מאַמע נישט געוואָלט באַצאָלן דערפֿאַר. מײַן אַפּליקאַציע אויף אַרבעט אין אַ "מאָל", האַנדל־נעץ, איז אָפּגעוואָרפֿן געוואָרפֿן. מײַן ייִנגל וויל מיך מער נישט זען, און מײַנע פֿרײַנד האָבן זיך אָדער פֿאַרשריבן אין קלאַסן, אָדער זענען צו פֿאַרנומען מיט זייערע אַרבעטן. פֿאַר מיר האָבן זיי נישט קיין צײַט און מיר איז פּוסט און עלנט. וואָס זאָל איך טאָן? פֿאַרנודיעט טײַערע פֿאַרנודיעט, איר דאַרפֿט בײַטן אײַער צוגאַנג צום לעבן: געפֿינט זיך אַן אַרבעט און נעמט אויף זיך דאָס אַחריות צו ווערן גליקלעך דעם זומער. האָט אַ ביסל מער דרך־ארץ פֿאַר טאַטע־מאַמע. קוקט זיך אַרום און גיט אַ טראַכט, ווי אײַערע חבֿרים פֿירן זיך אויף ווי דערוואַקסענע און לערנט זיך עפּעס פֿון זיי. טײַערע חזנטע, איך בין אַן אַלמן. מײַן פֿרוי מרים איז געשטאָרבן מיט דרײַ חדשים צוריק. אונדזער גליקלעך לעבן האָט געדויערט 53 יאָר, און איך בין נישט אינטערעסירט צו געפֿינען אַן אַנדערע. איך האָב אָנגעהויבן גיין אין שיל פּשוט צו פֿאַרברענגען די צײַט. איר וועט נישט גלייבן ווי די פֿרויען דרייען זיך אַרום מיר! יעדע וואָך זיצן זיי לעבן מיר, פֿאַרבעטן מיך צו זייער טיש אויף קידוש, שטעלן זיך אָפּ בײַ מיר צו ברענגען חלה און געבעקס, איך זאָל נישט, חלילה, זײַן הונגעריק. צו ערשט, איז מיר געפֿעלן אַזאַ אויפֿמערק, אָבער ס‘איז מיר שוין נימאס געוואָרן. ווי זאָל איך זיי אַלע לאָזן וויסן, אַז איך בין נישט קיין בעלן אויף ווײַטערדיקע באַציִונגען מיט זיי? אַלטער "דן כואַן" טײַערער אַלטער "דן כואַן", גייט צו צו אַ פֿרוי מיט נײַן מאָס רייד און דערציילט איר, אַז איר ווילט, מע זאָל אײַך לאָזן צורו. אָבער איידער איר טוט דאָס, גיט זיך אָפּ אַ חשבון־הנפֿש — צי אַרט אײַך טאַקע וואָס די פֿרויען "טשעפּען" זיך צו אײַך? וואָס געפֿעלט אײַך נישט אין דעם? דאָס געבעקס? די געזעלשאַפֿט בײַם טיש? אפֿשר אַ דאַנק דער פֿרײַנדשאַפֿט, שמייכלט איר אַ ביסל מער? אַוודאי וואָלט אײַער מרים געוואָלט אַזוי. טראַכט דאָס איבער איידער איר רעדט מיט די פֿרויען.
* * *
|