געשיכטע, ייִדיש־וועלט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון גענאַדי עסטרײַך
זלמן ווענדראָף אין די 20ער יאָרן
זלמן ווענדראָף אין די 20ער יאָרן

אין דוד בערגעלסאָנס בוך "ביראָבידזשאַנער" (מאָסקווע, 1934) באַווײַזט זיך אַ לעכערלעכע פֿיגור פֿון אַ פּערסאָנאַזש, וואָס הייסט יודל ליפֿשיץ:

געווען אַ מעשׂה מיט יודל ליפֿשיץ נאָך איידער ער איז געפֿאָרן קיין ביראָבידזשאַן — ער איז דענסטמאָל בײַ זיך אין דער היים געווען אין "קראָליק-קאָאָפּעראַטיוו". איז אים אָנגעקומען אַ בריוו פֿון אַ האַלב-פֿאַרגעסענעם פֿרײַנד פֿון אַמעריקע. יענער האָט געגעבן צו וויסן, אַז אין אַמעריקע שרײַבט ער אין די צײַטונגען, געבעטן אים אָנשרײַבן, ווי אַזוי לעבט זיך אין שטאָט. ליפֿשיץ האָט געענטפֿערט מיט אַ גאַנצן "באַשרײַבעכץ", ווי אַזוי קיין רײַכע לײַט זײַנען שוין ניטאָ, ווי אַזוי און בײַ "וועמען" מע איז אַצינדער דאָ אין די הענט, ווי אַזוי "מע טאָר ניט גלייבן זייערע צײַטונגען". דענסטמאָל זײַנען אים פֿון אַמעריקע אָנגעקומען עטלעכע דאָלאַר מיט אַ פּאָר ווערטער: "ס׳איז מיר צוניץ געקומען, שרײַבט אָפֿט". ליפֿשיץ האָט זיך געזאָרגט: היטן זיך פֿונדעסטוועגן שאַדט ניט.

די זאַך איז אַוועק בסוד-סודות: פֿאַרשטעלטע, ניט אונטערגעשריבענע בריוו "מיטן ריינעם אמת" וועגן באָלשעוויקעס. אַלע מאָל פֿאַר עטלעכע דאָלאַר פֿון אַמעריקע. ליפֿשיץ איז געוואָרן אַ מין שטיקל אויסלענדישער קאָרעספּאָנדענט.

אין דעם רעאַלן, ניט קיין קאַריקאַטורישן סאָוועטישן לעבן, זײַנען יאָ געווען מענטשן, וואָס האָבן געשריבן בריוו פֿאַר אויסלענדישע ייִדישע צײַטונגען. אין די 1920ער יאָרן האָט מען זיי אַ סך געדרוקט, בפֿרט אין "פֿאָרווערטס". דער אינטערעס צום סאָוועטישן לעבן איז דאָך געווען אַ גרויסער, און די רעדאַקטאָרן האָבן ניט געזשאַלעוועט קיין אָרט פֿאַר מאַטעריאַלן וועגן סאָוועט-רוסלאַנד. די באַציִונג צו דעם סאָוועטישן רעזשים האָט זיך דאָך ניט גלײַך געביטן אַפֿילו נאָך דעם, ווען אין האַרבסט 1921 זײַנען פֿון "פֿאָרווערטס" אַוועק אייניקע זשורנאַליסטן, וועלכע האָבן שפּעטער, אין אַפּריל 1922, זיך געשטעלט בײַם רודער פֿון דער קאָמוניסטישער צײַטונג "פֿרײַהייט". דוד שוב, דער וועטעראַן פֿון "פֿאָרווערטס", האָט דערקלערט אין זײַנע זכרונות, "פֿון די אַמאָליקע יאָרן" (1970), דעם מצבֿ נאָך דער שפּאַלטונג:

אַ טייל אַמעריקאַנער סאָציאַליסטן, איין צײַט אַ מאַיאָריטעט פֿון די אַמעריקאַנער סאָציאַליסטן, האָבן זיך באַמיט צו ציִען אַ ליניע צווישן דעם קאָמאינטערן (קאָמוניסטישן אינטערנאַציאָנאַל) און דער סאָוועט-רעגירונג. דעם קאָמאינטערן האָבן זיי פֿאַרדאַמט, די סאָוועט-רעגירונג האָבן זיי אַ לאַנגע צײַט באַטראַכט פֿאַר אַן אַרבעטער-רעגירונג און אויסגעמיטן זי עפֿנטלעך צו קריטיקירן. ... אויך דער "פֿאָרווערטס" און די "צוקונפֿט" אונטער דער רעדאַקציע פֿון אַ. ליעסין, האָבן אין די ערשטע פּאָר יאָר נאָך דער שפּאַלטונג פֿאַרנומען אומגעפֿער די זעלבע שטעלונג צו סאָוועט-רוסלאַנד. נאָך אין 1923 האָבן סײַ אין דער "צוקונפֿט" און סײַ אין "פֿאָרווערטס" זיך געדרוקט פּראָ-סאָוועטישע אַרטיקלען און קאָרעספּאָנדענצן פֿון רוסלאַנד. איינער פֿון די אינעווייניקסטע מיטאַרבעטער פֿון "פֿאָרווערטס", הערץ בורגין, איז געווען גלײַכצײַטיק דער רעדאַקטאָר פֿון דער [ניו-יאָרקער] רוסישער קאָמוניסטישער צײַטונג "נאָווי מיר".

אַ חוץ די בריוו פֿון די אַנאָנימע קאָרעספּאָנדענטן, פֿלעגן עטלעכע מינים מאַטעריאַלן מכּוח סאָוועט-רוסלאַנד זיך באַווײַזן אין "פֿאָרווערטס". קודם-כּל, האָבן די "פֿאָרווערטס"-מיטאַרבעטער געשריבן זייערע אַרטיקלען, באַזירט אויף די באַריכטן אין סאָוועטישע און אַנדערע צײַטשריפֿטן אָדער לויט אייגענע איבערלעבענישן. דוד בערגעלסאָן איז אַליין געווען אַזאַ שרײַבער אין דער ערשטער העלפֿט פֿון די 1920ער יאָרן. צווייטנס, די פּרעסע-אַגענטורן, אַרײַנגערעכנט די "ייִדישע טעלעגראַפֿן-אַגענטור", האָבן טאָג-אײַן טאָג-אויס געשיקט אינפֿאָרמאַציע. דריטנס, פֿלעגן "פֿאָרווערטס"-זשורנאַליסטן צי אַנדערע ליטעראַטן פֿון מאָל צו מאָל פֿאָרן אין יענע מקומות. און פֿערטנס, זײַנען געווען שטענדיקע קאָרעספּאָנדענטן, וואָס האָבן געלעבט אין סאָוועטישע שטעט.

די דאָזיקע טעמע פֿאָדערט אַ באַזונדערע פֿאָרשונג, מיט וועלכער איך האָב זיך דערווײַל ניט באַשעפֿטיקט. דאָס איז אַ טייל פֿון אַ ברייטערער טעמע — די נעץ פֿון אויסלענדישע קאָרעספּאָנדענטן, וואָס האָבן געשריבן פֿאַר דער צײַטונג. עד-היום איז זייער ווייניק באַוווּסט, ווי אַזוי די דאָזיקע נעץ איז געשאַפֿן געוואָרן און ווי אַזוי זי האָט פֿונקציאָנירט. עפּעס אַ קאָרפּוס אינפֿאָרמאַציע, בפֿרט וועגן די סאָוועטישע קאָרעספּאָנדענטן, האָט זיך בײַ מיר אָנגעזאַמלט "בעת-מעשׂה", ווי אַ בײַ-פּראָדוקט פֿון אַנדערע פֿאָרשונגען.

פֿון דורכקוקן די אַלטע נומערן פֿון "פֿאָרווערטס", פֿאַרשטיי איך, אַז אין די פֿריִע 1920ער יאָרן האָבן לייענער פֿון דער צײַטונג געהאַט די מעגלעכקייט צו באַקענען זיך מיט אַרטיקלען פֿון אַזעלכע פּען-מענטשן, ווי לייב יאַכנאָוויטש (1887—?), וואָס האָט געשיקט זײַנע קאָרעספּאָנדענצן פֿון אָדעס, וווּ ער האָט גלײַכצײַטיק רעדאַקטירט די צײַטונג "קאָמוניסטישע שטים". פֿון קיִעוו פֿלעגן אָנקומען אינטערעסאַנטע אַרטיקלען פֿון "א. קיִעווער". כ׳האָב ערשט לעצטנס געפֿונען אַ באַווײַז, אַז דאָס איז געווען דובֿ-בער סלוצקי (1877—1955), וועגן וועמען איך האָב געשריבן אין דעם "פּינטעלע ייִדיש" דעם 30סטן מײַ 2008 (די דאָזיקע פּובליקאַציע האָט אַן אינטערעסאַנטן רוסישן המשך אין (www.newswe.com. אָבער באַזונדערס לאַנג, שיִער ניט ביז די מיט-1930ער יאָרן, האָט פֿאַרן "פֿאָרווערטס" געאַרבעט דער מאָסקווער ייִדישער שרײַבער און זשורנאַליסט זלמן ווענדראָף (1877—1971), וועמעס אמתער נאָמען איז געווען דוד ווענדראָווסקי. ווענדראָף איז דער איינציקער סאָוועטישער קאָרעספּאָנדענט פֿון דער צײַטונג, וואָס ווערט דערמאָנט אין דעם "לעקסיקאָן פֿון ׳פֿאָרווערטס׳-שרײַבער", צונויפֿגעשטעלט דורך אליהו שולמאַן און שמעון וועבער. אָט וואָס עס שטייט דאָרטן געשריבן:

געבוירן אין סלוצק, מינסקער געגנט, געלערנט אין חדרים, ישיבֿות און בײַ פּריוואַטע לערער.

אין 1900 אָנגעהויבן שרײַבן אין "דער יוד". אויסגעוואַנדערט קיין לאָנדאָן און מיטגעאַרבעט דאָרטן אין ייִדישע צײַטונגען. 1905 געקומען קיין אַמעריקע און מיטגעאַרבעט אין "מאָרגן-זשורנאַל" און "דער אַמעריקאַנער". אין 1908 צוריקגעפֿאָרן קיין רוסלאַנד ווי אַ קאָרעספּאָנדענט פֿון "מאָרגן-זשורנאַל". נאָך דער באָלשעוויסטישער איבערקערעניש געוווינט אין מאָסקווע און איז אַ לענגערע צײַט געווען דער קאָרעספּאָנדענט פֿון "פֿאָרווערטס".

איז צוזאַמען מיט אַלע ייִדישע שרײַבער אַרעסטירט געוואָרן אין 1948 און איז אָפּגעזעסן אין אַ לאַגער. באַפֿרײַט געוואָרן אין 1956.

ווענדראָף האָט אַרויסגעגעבן אַ גרעסערע צאָל ביכער אין ווילנע און וואַרשע, מערסטנס הומאָריסטישע, וווּ ער האָט אַרויסגעוויזן זײַן טאַלאַנט.

אין 1967 איז אין מאָסקווע אַרויס זײַן זאַמלונג דערציילונגען "אונדזער גאַס".

גאָר ניט אַלץ איז דאָ ריכטיק. איך אַליין טראָג אויף זיך די זינט פֿון אַ טעות, וואָס איך האָב דערלאָזט (אין דער דאַטע, ווען ער איז אַרויס פֿון "גולאַג") בײַם שרײַבן אַן אַרטיקל וועגן ווענדראָפֿן פֿאַר דער נײַער ייִוואָ-ענציקלאָפּעדיע. ניט ריכטיק איז, פֿאַרשטייט זיך, די פֿראַזע "צוזאַמען מיט אַלע ייִדישע שרײַבער אַרעסטירט געוואָרן". ערשטנס, ניט אַלעמען האָט מען אַרעסטירט. צווייטנס, האָט מען ווענדראָפֿן פֿאַרשפּאַרט אין תּפֿיסה אין יאָר 1950. פֿון דעם, וואָס מיר איז אויסגעקומען צו לייענען, האָט מען אים ביז דער באַפֿרײַונג געהאַלטן אין תּפֿיסה און אין קיין שום לאַגערן ניט געשיקט. אפֿשר האָט עס געהאַט צו טאָן מיט זײַן עלטער.

עס קען קלינגען זייער ציניש, אָבער אַזוי זעט עס אויס לויט די ברוטאַלע מאָסן פֿון יענער צײַט: ווענדראָפֿן האָט נאָך רעלאַטיוו אָפּגעגליקט, לכל-הפּחות אין פֿאַרגלײַך מיט זייער אַ סך אַנדערע סאָוועטישע בירגער, וועלכע האָבן געאַרבעט פֿאַר אויסלענדישע ייִדישע אינסטיטוציעס, אַזעלכע ווי — אַ שטייגער —דער "דזשוינט". די רדיפֿות איבער אָט די מענטשן האָבן זיך אָנגעהויבן נאָך אין די 1930ער יאָרן און זייער אַ קליינע צאָל פֿון זיי האָט איבערגעלעבט די סטאַליניסטישע "רייניקונגען". וועגן דעם טראַגישן גורל פֿון די "דזשוינט"-מיטאַרבעטער האָט הײַיאָר געשריבן מיכאַיִל מיצעל אין זשורנאַל East European Jewish Affair, זײַן אַרטיקל הייסט Agro-Joint Workers — Victims of the Great Terror in the USSR, 1937—1940.

ווענדראָפֿן האָט מען דאָך געקענט באַשולדיקן אין אַ לאַנגער ליסטע "פֿאַרברעכנס". אַ חוץ דעם "פֿאָרווערטס", האָט ער געשיקט זײַנע אַרטיקלען אין אַנדערע אויסלענדישע ייִדישע צײַטונגען. דערצו איז ער געווען דער מאָסקווער קאָרעספּאָנדענט פֿון דער "ייִדישער טעלעגראַפֿן-אַגענטור". ניט איין מאָל האָט ער באַגלייט אויסלענדישע געסט, בפֿרט נאָך, אַז ער האָט פֿרײַ גערעדט ענגליש. ער האָט געהאַט נאָך איין "פּגם" — זײַן מיטאַרבעט אין די 1920ער יאָרן מיטן העברעיִשן טעאַטער "הבימה". ווי עס שרײַבט דניאל טשאַרני אין זײַן בוך "אַ יאָרצענדליק אַזאַ" (1943), האָט מען ווענדראָפֿן אַפֿילו געהאַט אויסגעשלאָסן פֿון דעם ייִדישן קרײַז פֿון מאָסקווער שרײַבער און קינסטלער און דערמיט אים איבערגעלאָזט אָן אַ שטיצע ("פּאַיאָק") מצד דעם "דזשוינט". מע האָט אים אויסגעשלאָסן, ווײַל ער פֿלעגט שיקן, אַ סבֿרא, קאָרעספּאָנדענצן צום "פֿאָרווערטס" און מען פֿלעגט אים רופֿן אין מאָסקווע דער "דאָלקאָר" ("דאָלער-קאָרעספּאָנדענט). איז ווענדראָף אַרויס מיט אַ שריפֿטלעכן פּראָטעסט צו דער פֿאַרוואַלטונג פֿון דעם שרײַבער-פֿאַראיין [דאָס הייסט, דעם קרײַז פֿון מאָסקווער שרײַבער און קינסטלער], און ס׳איז כּדאַי בײַ דער דאָזיקער געלעגנהייט צו ברענגען אַ פּאָר אויסצוגן פֿון אָט דעם פּראָטעסט-בריוו, וואָס איז שוין געוואָרן אַ שטיק אײַנגעזאַלצענע געשיכטע.

"צו מיר זײַנען דערגאַנגען ידיעות, — האָט ווענדראָף געשריבן, — אַז אויף אַ זיצונג פֿון ׳ליטעראַרישן קרײַז׳ איז אויפֿגעהויבן געוואָרן די פֿראַגע, צי איז ווענדראָף ראוי צו זיצן בפּמליא-של-ליטעראַטן אָדער נישט? און עס האָבן זיך געפֿונען ליטעראַטן, וואָס האָבן געוואָלט האָבן, אַז אַזאַ איינער ווי איך איז פּשוט דער פֿלעק פֿון דער משפּחה און טאָר דעריבער בשום-אופֿן נישט צוגעלאָזט ווערן אין ליטעראַרישן קרײַז, מחמת ראשית איז אַ סבֿרא, אַז איך בין נאָך קיין ליטעראַט נישט, והשנית בין איך נאָך, נישט פֿאַר ייִדן געדאַכט, געכאַפּט אין דער מעשׂה: אַ מוראדיקער קאָנטר-רעוואָלוציאָנער, וואָס האָט אַ שײַכות אויב נישט צו [דעם רוסישן אַנטי-באָלשעוויסטישן גענעראַל] ווראַנגעלן און [דעם אוקראַיִנישן אַנאַרכיסטישן פֿירער] מאַכנאָ — איז לכל-הפּחות — צו דער קהילה און צו דער ׳הבימה׳. ... וואָלט זיך געהאַנדלט בלויז וועגן אַמעריקאַנער ׳פּאַיאָק׳ — וואָלט איך זיך אַפֿילו נישט געגעבן די טירחה אָפּצולייקענען די פּוסטע ווײַבערישע פּליאָטקעס. נאָר אַזוי ווי אַ חוץ ׳פּאַיאָק׳ דאַרף אַ מענטש האָבן נאָך אַ ריינעם נאָמען אויך — מוז איך פֿאַרלירן אַ האַלבע שעה צו ענטפֿערן על ראשון — ראשון ועל אחרון — טחרון."

נאָך דעם דאָזיקן פֿאָרוואָרט, האָט ווענדראָף אויף עטלעכע געדיכט-פֿאַרשריבענע בויגעלעך פּאַפּיר אויסגערעכנט זײַן גאַנצן ליטעראַרישן ייִחוס, אָנהייבנדיק פֿון דעם לאָנדאָנער "אַרבעטער פֿרײַנד" און "זשערמינאַל" און וואַרשעווער "הײַנט" ביז זײַנע גוט-באַקאַנטע ביכער "פּראַוואָזשיטעלסטוואָ" און "משומדים", וואָס זײַנען געווען "אַ בײַסיקע סאַטירע קעגן דער צאַרישער זעלבסטהערשונג און איר אָרדענונג".

ווענדראָפֿס מיטגלידערשאַפֿט אינעם קרײַז האָט מען דעמאָלט ווידער אויפֿגעשטעלט. אָבער אין דער סאָוועטישער ליטעראַרישער היעראַרכיע האָט ער סײַ-ווי-סײַ פֿאַרנומען זייער אַ באַשיידן אָרט. לויט מײַן מיינונג, באַזירט אויף די דערציילונגען פֿון ווענדראָפֿן וועלכע מיר איז אויסגעקומען צו לייענען, האָט ער זיך אויף קיין באמת גרויסן שרײַבער אַפֿילו ניט געשניטן. ער איז, אין תּוך אַרײַן, געווען אַ שאַרפֿזיניקער און שאַרפֿאויגיקער אָבסערוואַטאָר, אָדער "באַאָבאַכטער" (נוצנדיק די שפּראַך פֿון זײַן צײַט), און דאָס איז געווען זייער גוט פֿאַר אַזאַ צײַטונג ווי דער "פֿאָרווערטס".

אָבער אין דער סאָוועטישער זשורנאַליסטיק איז שאַרפֿזיניקייט געווען אַ גאַנץ מסוכּענע זאַך. געלעכטער איז, בכלל, געווען געפֿערלעך. אויסצולאַכן דאָס סאָוועטישע לעבן? חס-וחלילה. לאַכן האָט מען געקענט נאָר פֿון די שׂונאים. קיין חידוש ניט, אַז ווענדראָפֿן, וואָס איז ווי אַ שרײַבער געווען זייער פּראָדוקטיוו אין די יונגע יאָרן זײַנע, בפֿרט פֿאַר דער ערשטער וועלט-מלחמה, האָט מען ווי אַ פּראָזע-שרײַבער כּמעט ניט געהערט אין די סאָוועטישע צײַטן. אמת, אין די לעצטע יאָרצענדליקער פֿון זײַן לעבן האָט מען אים אָפּגעגעבן כּבֿוד ווי דעם עלטסטן צווישן די סאָוועטישע ייִדישע שרײַבער. אָבער דאָס איז שוין געווען אַ מין כּיבוד-אָבֿ.

אין שײַכות מיט ווענדראָפֿס געשיכטע, האָב איך ניט קיין ענטפֿער אויף אַ היפּש ביסל פֿראַגעס. אַ שטייגער: ער האָט דאָך אַליין דערציילט אין אַן אינטערוויו, וואָס ער האָט בשעתּו געגעבן דער פּאַריזער "נײַע פּרעסע", אַז זײַן מיטאַרבעט מיטן "פֿאָרווערטס" איז געווען אָפֿיציעל דערלויבט דורך דער מלוכה. אָבער פֿאַר וואָס האָט די מלוכה עס דערלויבט? ווי אַזוי האָט מען קאָנטראָלירט זײַן טעטיקייט? ווי אַזוי האָט די רעדאַקציע אים איבערגעשיקט געלט? ווער, ווען און לויט וועמענס איניציאַטיוו איז איבערגעריסן געוואָרן דער קאָנטאַקט צווישן ווענדראָפֿן און דער צײַטונג? און אַזוי ווײַטער.

בריוו פֿון ווענדראָפֿן קען מען געפֿינען אין פֿאַרשיידענע קאָלעקציעס, וואָס ווערן אָפּגעהיט אין דעם ייִוואָ-אַרכיוו. דאָ וויל איך ברענגען אַ בריוו פֿון אַב. קאַהאַנס קאָלעקציעס. צו אים, דעם רעדאַקטאָר פֿון "פֿאָרווערטס", האָט ווענדראָף געשריבן ניט איין מאָל.

מאָסקווע, דעם 18טן אַפּריל 1926

זנאַמענקאַ[-גאַס] 13, וו[וינונג] 53

מר. אַב. קאַהאַן,

ניו-יאָרק

זייער געערטער פֿרײַנד קאַהאַן:

זלמן ווענדראָף
זלמן ווענדראָף

אײַער בריוו פֿון 31סטן מאַרץ דערהאַלטן. אײַער באַמערקונג, אַז מען ווייס בײַ אײַך ווייניק וועגן דעם לעבנסשטייגער ("ביט") אין רוסלאַנד, איז, אפֿשר, ריכטיק, אָבער אויף מײַן רעכענונג קען איך די באַמערקונג נישט נעמען: פֿון די קרובֿ 200 אַרטיקלען, וואָס איך האָב אין פֿאַרלויף פֿון דרײַ יאָר געשריבן פֿאַרן "פֿאָרווערטס", זײַנען פֿילײַכט [= אפֿשר] געווען צוויי-דרײַ פּאָליטישע אַרטיקלען. די איבעריקע זײַנען געווען קאָרעספּאָנדענצן וועגן געשעענישן און פּאַסירונגען, בילדער, באַאָבאַכטונגען, באַשרײַבונגען אָדער אַרטיקלען וועגן וויכטיקע פֿראַגן, וואָס זײַנען בײַ אונדז געשטאַנען אויפֿן טאָג-סדר. איך האָב אויך געגעבן אַ סעריע בילדער פֿון מינסק, וויטעבסק, פּאָלאָצק, סלוצק, באָריסאָוו און אַנדערע שטעט. אמת, דאָס איז געווען אין אָנהייב פֿון מײַן מיטאַרבעטונג אין "פֿאָרווערטס", און פֿון דאַן אָן זײַנען פֿאָרגעקומען געוויסע שינוים [אין סאָוועטישן לעבן]. אָבער די ענדערונגען זײַנען נישט אַזוי גרויס, ווי מען שטעלט זיך בײַ אײַך פֿאָר. אַגבֿ, האָט איר מיר נישט געגעבן די געלעגנהייט צו מאַכן רײַזעס. דאָך האָב איך געזען צו האַלטן דעם לעזער אין באַרירונג מיט דער לאַגע אין דער ייִדישער שטאָט און שטעטל, אויף וויפֿל דאָס איז מעגלעך זיצנדיק אין מאָסקווע.

מײַנע אײַנדרוקן פֿון מײַן רײַזע איבער די ייִדישע קאָלאָניעס, וואָס איך האָב געמאַכט אויף מײַן אייגענער רעכענונג (איר האָט מיר דעמאָלט אָפּגעזאָגט צו אַסיגנירן דערויף געלט), זײַנען אויך געווען בילדער פֿון לעבן — פֿון איין ווינקל פֿון לעבן. בכלל, באַמי איך זיך צו געבן מאַטעריאַלן, וועלכע דאַרפֿן, לויט מײַן מיינונג, אינטערעסירן דעם לעזער. איך רעכן אָבער, אַז מער פֿון אַלץ אינטערעסירט דעם ייִדישן לעזער דאָס ייִדישע לעבן, און דעריבער גלייב איך, אַז ס׳איז נייטיק ווייניקסטנס איין רײַזע יעדעס יאָר.

אין דעם ייִדישן לעבן, הגם, איך קען אײַך זאָגן, אַז אײַער באַגריף וועגן שינוים איז איבערגעטריבן: דער דלות איז פּונקט אַזוי גרויס ווי פֿריִער, נאָר ער רײַסט נישט אַזוי די אויגן.

וויפֿל אַזאַ רײַזע קען דויערן — דאָס ווענדט זיך אָן דער סומע געלט, וואָס איר וועט דערויף אַסיגנירן, און אָן דעם, צי וועט איר וועלן איך זאָל אײַך שרײַבן פֿון וועג אָדער זאַמלען מאַטעריאַל און נאַכהער [= דערנאָך] שרײַבן שוין אין מאָסקווע זיצנדיק. אין ערשטן פֿאַל וועט די רײַזע דויערן לענגער, אין צווייטן פֿאַל — קירצער. אײַך דאַרף איך דאָך נישט זאָגן, אַז אום צו געבן אַ ריכטיק בילד, מוז מען זיך נעמען אַ ביסל צײַט.

וואָס אַנבאַלאַנגט [= שייך] אײַער באַמערקונג, אַז אײַערע קאָרעספּאָנדענטן האָבן נישט געגעבן קיין בילדער פֿון לעבן ווי ער [דאָס לעבן] איז, גלייב איך, אַז מיר קען דער פֿאָרוווּרף נישט געמאַכט ווערן: פֿון די קרובֿ 200 אַרטיקלען, וואָס איך האָב געגעבן אין "פֿאָרווערטס" פֿאַר די לעצטע דרײַ יאָר, זײַנען די גרעסטע טייל בילדער פֿון לעבן. די איבעריקע זײַנען געווען קאָרעספּאָנדענצן וועגן געשעענישן און פּאַסירונגען, באַאָבאַכטונגען, באַשרײַבונגען פֿון ערטער און מענטשן, אָדער אַרטיקלען, וואָס דאַרפֿן, לויט מײַן מיינונג, אינטערעסירן דעם לעזער.

אויב איך גיב ניט שטענדיק אַלע 100 פּראָצענט, איז עס דערפֿאַר, ווײַל אַנדערש קען מען נישט.

וואָס איז שייך "פּאָליטיק", ווערט זי אַזויפֿיל באַרירט, אויף וויפֿל איר קענט פֿון איר נישט אַוועקגיין. ס׳איז נישטאָ אַזאַ געביט, אַזאַ ווינקל אין סאָוועטישן לעבן, וואָס זאָל נישט קומען אין באַרירונג מיט דער פּאָליטיק. און דעריבער, וועגן וואָס איר זאָלט נישט שרײַבן, מוזט איר אָנרירן פּאָליטיק, אויב איר ווילט נישט געבן בלויז אַ פֿאָטאָגראַפֿיע, נאָר אויך באַלײַכטן דערשײַנונגען און בילדער פֿון לעבן. דאָס וואָס איר, פֿרײַנד קאַהאַן, רופֿט "פּראָפּאַגאַנדע", איז נישט מער ווי אַ געוויסע באַלײַכטונג, וועלכע איז אַ נויטווענדיקייט. אַנדערש וועט אײַך קיינער פֿון רוסלאַנד נישט שרײַבן. [די פֿראַגע פֿון "פּראָפּאַגאַנדע" האָט ווענדראָף באַרירט אויך אין אַ בריוו צו קאַהאַנען דעם 20סטן סעפּטעמבער 1924. דעמאָלט האָט ער דערמאָנט דעם רעדאַקטאָר, אַז ער געהערט ניט צו קיין פּאַרטיי און אַז זײַנע אַרטיקלען שפּיגלען אָפּ די רעאַלקייט פֿון סאָוועטישן לעבן.]

איך מוז אײַך אויך זאָגן, אַז דאָס לעזן פֿון סאָוועטישע צײַטונגען, זיצנדיק אין ניו-יאָרק, גיט נאָך נישט קיין פֿולשטענדיקן באַגריף פֿון דער סאָוועטישער ווירקלעכקייט. נאָר לעבנדיק דאָ, פֿאַרשטייט איר דעם פּשט פֿון דעם אָדער יענעם אַרטיקל אין אַ צײַטונג.

אין אַלגעמיין קען איך אײַך זאָגן, אַז שרײַבן פֿון סאָוועט-רוסלאַנד פֿאַרן "פֿאָרווערטס" איז שווערער ווי איר שטעלט זיך פֿאָר.

אַ סך טעמעס, וואָס זײַנען אינטערעסאַנט, וועלן אויף די שפּאַלטן פֿון "פּראַוודאַ" קיין אָרט נישט געפֿינען. אַנדערע זאַכן קענען נישט באַלויכטן ווערן ווי עס געהער צו זײַן. איר דאַרפֿט דעריבער שטענדיק געבן אײַערע מיטאַרבעטער אין סאָוועט-רוסלאַנד אַ געוויסן קרעדיט.

לעזט די קאָרעספּאָנדענצן פֿון רוסלאַנד אָדער וועגן רוסלאַנד, וואָס דרוקן זיך אין [די ניו-יאָרקער ייִדישע צײַטונגען] "טאָג" און אין "מאָרגן-זשורנאַל", וועט איר זען וואָס הייסט פּראָפּאַגאַנדע. נודנע מליצה אָדער אַלטע פֿאַרלייגענע בבֿא-מעשׂיות. די טעג האָב איך געלייענט אין "טאָג" אַ פּאָר אַרטיקלען וועגן דעם ווי עס לעבט זיך ייִדן אין ליטווישע שטעטלעך. דער שרײַבער גיט אָן דעם קוואַל פֿון זײַן מאַטעריאַל — אַ בוך פֿון טאַן-באָגאָראַז, וואָס איז "נאָר וואָס" אַרויס פֿון דרוק. דער "נאָר וואָס" איז בסך-הכּל אַלט צוויי און אַ האַלב יאָר, און דאָס, וואָס דאָרטן ווערט באַשריבן וועגן דעם לעבן אין שטעטל אין ליטע און אוקראַיִנע, איז אַזוי ענלעך אויף דעם איצטיקן לעבן אין שטעטל, ווי די איצטיקע בראָנזוויל אויף דעם בראָנזוויל פֿון 25 יאָר צוריק. נאָר ווער וועט אים אָפּלייקענען? בכלל, פֿעלן נישט אין די אַמעריקאַנער צײַטונגען קיין קוריאָזן וועגן רוסלאַנד. אין "פֿאָרווערטס" פּאַסירט עס זעלטן, אָבער עס פּאַסירט דאָך, ווען עס שרײַבן וועגן רוסלאַנד מענטשן, וועלכע וווינען אויסערהאַלב רוסלאַנד. מאַנכעס מאָל [= אָפֿט מאָל] גלוסט זיך מיר ענטפֿערן אויף אַזעלכע אַרטיקלען, בין איך ערשטנס נישט זיכער, אַז זיי וועלן געדרוקט ווערן, צווייטנס, ווילט זיך נישט דעבאַטירן מיט קאָלעגן.

[וואָס שייך דעם אַנטראָפּאָלאָג וולאַדימיר טאַן-באָגאָראַז און דאָס באַקאַנטע בוך אונטער זײַן רעדאַקציע Еврейское местечко в революции, "דאָס ייִדישע שטעטל אין דער רעוואָלוציע", איז ווענדראָף ניט גערעכט. דאָס בוך איז אַרויס אין 1926. טאַן-באָגאָראַז, וואָס האָט אַ לענגערע צײַט געלעבט אין אַמעריקע, איז געווען אַן אַלטער חבֿר פֿון אַב. קאַהאַן. עטלעכע זײַנע אַרטיקלען, געשיקט פֿון רוסלאַנד, האָט דער "פֿאָרווערטס" פֿאַרעפֿנטלעכט אין די 1920ער יאָר.]

אָבער דאָס אַלץ איז דעם ענין פֿון דער רײַזע נישט שייך. דאָס איז גלאַט געכאַפּט אַ שמועס נאָך האַלבע נאַכט.

אויב איר ווילט איך זאָל מאַכן די רײַזע — און איך רעכן, אַז זי איז נייטיק — שיקט גלײַך געלט און טאַקע וואָס מער, ווײַל רײַזעס קאָסטן בײַ אונדז שרעקלעך טײַער, איבערהויפּט האָטעלן און באַן-געלט.

אויב איר וועט זיך דערמאָנען, פֿרײַנד קאַהאַן, אַז איך בין אײַער מיטאַרבעטער שוין דרײַ יאָר, און פֿאַר די דרײַ יאָר איז יעדע זאַך געוואָרן דרײַ מאָל טײַערער, וועט איר אפֿשר זיך אויך דערמאָנען, אַז ס׳וואָלט קיין עוולה נישט געווען איך זאָל באַקומען אַ הוספֿה. ווי האָבן געזאָגט די בנות-צלפּחד — למה (פֿאַר וואָס) יגרע (זאָל געמינערט ווערן) חלקי (מײַן חלק) מכּל העם (פֿון גאַנצן פּאָלק)? אַלע מיטאַרבעטער האָבן פֿאַר דער צײַט געוויס באַקומען אַ הוספֿה. פֿאַר וואָס זאָל איך נישט באַקומען? בפֿרט, אַז איך דאַרף זי טאַקע נייטיק האָבן?

דערוואַרטנדיק אײַער ענטפֿער

מיט גרוס און אַכטונג

אײַער ז. ווענדראָף

די בריוו, געשיקט דעם 27סטן סעפּטעמבער און דעם 7טן נאָוועמבער 1926, אַנטפּלעקן ווענדראָפֿס ניט-צופֿרידנקייט מיט דעם פֿאַקט, וואָס קאַהאַן האָט געהאַלטן אין איין שיקן קאָרעספּאָנדענטן קיין רוסלאַנד. בפֿרט איז די רייד געגאַנגען וועגן דער רײַזע פֿון י. י. זינגער. (איך האָב וועגן זינגערס נסיעה געשריבן אין 2006 אין זשורנאַל Prooftexts, אין דעם אַרטיקל The Old and New Together: David Bergelson’s and Israel Joshua Singers’s Portraits of Moscow Circa 1926-27.) ווענדראָף האָט זיך פֿאַררופֿן אויף דער דערפֿאַרונג פֿון אַנדערע, "גוייִשע" אויסלענדישע צײַטונגען און זייערע מאָסקווער קאָרעספּאָנדענטן. יענע האָבן אייפֿערזיכטיק אָפּגעהיט זייער "טעריטאָריע" און, לויט ווענדראָפֿן, בשום-אופֿן ניט דערלאָזט אַזעלכע אינוואַזיעס. אַ סבֿרא, אַז קאַהאַן האָט אין זײַן בריוו פֿאַרגליכן זינגערן מיט טעאָדאָר דרײַזערן ווי אַ מײַסטער פֿון (זיי האָבן גענוצט דעם ענגלישן באַגריף פֿון) descriptive articles — "באַשרײַבערישע אַרטיקלען". אָבער ווענדראָף האָט אָפּגעוואָרפֿן דעם דאָזיקן פֿאַרגלײַך, טענהנדיק, אַז זינגער איז אַזאַ דרײַזער ווי ער, ווענדראָף, איז טאָלסטוי. אינטערעסאַנט, אַז דרײַזער וועט טאַקע אַ יאָר שפּעטער קומען אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד און אָנשרײַבן אַ גאַנץ בוך וועגן זײַן דערפֿאַרונג.

מיט פֿינף יאָר צוריק איז אין אַמעריקע אַרויס אַ בוך, When it Comes to Living, צונויפֿגעשטעלט פֿון ענגלישע איבערזעצונגען פֿון ווענדראָפֿס דערציילונגען. איך האָב די פּובליקאַציע דעמאָלט געלויבט אין מײַן רעצענזיע, "איבערזעצונג און פֿאַראייביקונג" ("פֿאָרווערטס", דעם 13טן פֿעברואַר 2004). איך בין גרייט צו לויבן עס אויך איצט. אַ פּאָר דערציילונגען האָב איך געלייענט מיט מײַנע סטודענטן.

און דאָך, מיין איך, אַז אַ סך אינטערעסאַנטער און ניצלעכער וואָלט געווען אַ פּובליקאַציע פֿון ווענדראָפֿס אויסגעקליבענע אַרטיקלען, געדרוקט אין "פֿאָרווערטס" אין די 1920ער און 1930ער יאָרן. איך האָב געלייענט אייניקע פֿון זיי. מיר שײַנט, אַז זיי גיבן אַ ברייט בילד פֿון ייִדישן לעבן אין יענע יאָרן. אַ בילד, וואָס ווענדראָף, אַ היגער מענטש, האָט געקענט צונויפֿשטעלן בעסער און פּינקטלעכער ווי די אָנגעפֿאָרענע זשורנאַליסטן. אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע סאָוועטישע קאָלעגן זײַנע, האָט ער געהאַט אַן אוניקאַלע מעגלעכקייט צו זײַן ווייניקער באַגרענעצט, מחמת ער האָט געשריבן ניט פֿאַר סאָוועטישע לייענער, נאָר פֿאַרן "פֿאָרווערטס". פֿון די הונדערטער אַרטיקלען וואָלטן עטלעכע צענדליק פֿון זיי, בלי-ספֿק, געשאַפֿן אַ שיין בוך.