פֿונעם אייביקן קוואַל

"ואתחנן אל ה׳" — "און איך האָב געבעטן דעם אייבערשטן". הגם משה רבינו האָט געוווּסט, אַז ער מוז שטאַרבן אינעם מידבר און וועט נישט קאָנען אַרײַנקומען קיין ארץ־ישׂראל, האָט ער געבעטן דעם באַשעפֿער צו געבן אים אַ מעגלעכקייט "אַריבערצוגיין און זען דאָס לאַנד". לויטן מדרש, האָט דער אייבערשטער דערמעגלעכט משה רבינו צו דערזען דאָס הייליקע לאַנד אַזוי קלאָר, ווי ער וואָלט דאָרטן פֿיזיש געווען.

אין דער הײַנטיקער פּרשה, וואָס הייבט זיך אָן מיט דער דאָזיקער מעשׂה, ווערן איבערגעחזרט די צען געבאָט, עשׂרת־הדברות, און זענען קאָנצענטרירט אַ סך גאָר וויכטיקע ענינים: די מיצווה פֿון אַהבֿת-השם, ליב צו האָבן דעם אייבערשטן; אמונת־השם און ייִחוד־השם — צו גלייבן, אַז דער אייבערשטער איז דער איינציקער ג-ט; די מיצווה צו לערנען כּסדר די תּורה; די מיצווה צו זאָגן קריאת־שמע צוויי מאָל אַ טאָג, אין דער פֿרי און אויפֿדערנאַכט. אין אונדזער סדרה ווערט געבראַכט דער ערשטער און דער וויכטיקסטער טייל פֿון קריאת־שמע, וואָס הייבט זיך אָן מיט די ווערטער "שמע ישׂראל"; דער צווייטער טייל, "והיה אם שמוע", געפֿינט זיך אין דער קומענדיקער פּרשה.

"שמע ישׂראל" איז אַ צענטראַלער טייל פֿון די ייִדישע תּפֿילות, אַ באַזונדערע מיצווה און אַ דעקלאַראַציע פֿון דער ייִדישער אמונה — די ערשטע תּפֿילה, וואָס אַ ייִד לערנט אויס ווי אַ קינד, און די לעצטע תּפֿילה, וואָס מע זאָגט פֿאַרן שטאַרבן. אומצאָליקע ייִדישע קדושים האָבן אָפּגעגעבן זייערע לעבנס על־קידוש־השם מיט די ווערטער "שמע ישׂראל ה׳ אלוקינו ה׳ אחד" אויף זייערע ליפּן.

דער טעקסט פֿון קריאת־שמע ווערט אויך פֿאַרשריבן אויף די פּאַרמעטן פֿון תּפֿילין און מזוזות, וואָס ווערן פֿאַררעכנט ווי באַזונדערע מיצוות, ווי אויך קאָנען באַטראַכט ווערן ווי געשריבענע דערקלערונגען פֿון אונדזער גלייבן.

ווי מיר האָבן עס שוין אַ סך מאָל באַהאַנדלט פֿריִער, זענען די נעמען פֿון די פּרשיות פֿאַרבונדן מיט זייער אינהאַלט. ס׳איז נישט קיין צופֿאַל, אַז אונדזער וויכטיקסטע תּפֿילה געפֿינט זיך אין אַ פּרשה, וואָס איר נאָמען איז פֿאַרבונדן מיטן ענין פֿון דאַוונען.

רש״י דערקלערט, אַז דאָס וואָרט "ואתחנן" שטאַמט פֿונעם וואָרט "חנון", וואָס מיינט אַ מתּנת־חינם. הגם די צדיקים וואָלטן געקאָנט בעטן עפּעס בײַם אייבערשטן ווי אַ שׂכר פֿאַר זייערע מעשׂים־טובֿים, בעטן זיי בלויז "אומזיסטע מתּנות". לויט רש״יס צווייטן אָפּטײַטש, איז "חנון" איינער פֿון די צען פֿאַרשיידענע לשון־קודשדיקע שרשים, וואָס באַצייכענען דעם ענין פֿון דאַוונען. אינעם מדרש ספֿרי, וווּ עס ווערן איבערגעציילט די דאָזיקע צען סינאָנימען, האָט רבי יוחנן באַמערקט, אַז בײַ משה רבינו טרעפֿן מיר בלויז איין מין תּפֿילה — "תּחנונים". דאָס ווײַזט אָן, אַז אַפֿילו אַזאַ גרויסער צדיק ווי משה, האָט נישט קיין ווערט אין די אויגן פֿונעם באַשעפֿער, און קאָן בלויז בעטן אַ מתּנה, וואָס ער האָט, אין דער אמתן, נישט פֿאַרדינט.

דער איזשביצער רבי באַמערקט אין זײַן ספֿר "מי השילוח", אַז דאָס וואָרט "ואתחנן" איז אַ רעפֿלעקטיווער ווערב, וואָס קאָן אויך אָפּגעטײַטשט ווערן ווי "און עס האָט זיך מיר געדאַוונט". משה רבינו דערקלערט, אַז ער איז געוואָרן "מלא-תחנונים". ער האָט דערפֿילט, אַז מע האָט אים געשיקט פֿון הימל אַ שטאַרקן חשק מתפּלל צו זײַן, דערפֿאַר האָט ער באַשלאָסן, אַז ס׳איז געקומען די ריכטיקע צײַט צו דאַוונען, און זײַן תּפֿילה וועט נישט פֿאַרפֿאַלן ווערן, הגם דער אייבערשטער האָט אים שוין פֿריִער געוואָרנט, אַז ער וועט נישט קאָנען אַרײַנקומען קיין ארץ־ישׂראל.

אויפֿן ערשטן בליק, קלינגט דער דערמאָנטער חסידישער אָפּטײַטש אינגאַנצן להיפּוך צו דעם מדרש און רש״י. לויט רשי״ס ערשטן פּשט, פֿאַרלאָזן זיך נישט די צדיקים בײַם דאַוונען אויף זייערע גײַסטיקע מדרגות. לויט דעם צווייטן פּשט, פֿונעם מדרש, וואָלט עס סײַ־ווי־סײַ נישט געהאָלפֿן, ווײַל דער אייבערשטער טוט חסד מיט די זינדיקע נידעריקע באַשעפֿענישן אומזיסט, און נישט צוליב זייערע פּערזענלעכע זכותים.

דער רמב״ם אין "מורה־נבֿוכים" און אַנדערע ייִדישע פֿילאָסאָפֿן האַלטן, אַז דאָס דאַוונען איז אַ מין פּסיכאָלאָגיש מיטל, וואָס העלפֿט דעם שׂכל פֿונעם מענטש זיך צו דערנענטערן צום באַשעפֿער. אַ טיילן מפֿרשים צו "מורה־נבֿוכים" באַטאָנען אַפֿילו, אַז אַ מעדיטאַציע וועגן ג-טלעכקייט, אָן ווערטער, וואָלט געקאָנט, אין פּרינציפּ, אויך אויספֿירן די דאָזיקע ראָלע; דאָס ווענדן זיך צום אייבערשטן מיט קאָנקרעטע בקשות העלפֿט בלויז צו פֿאָקוסירן דעם שׂכל אויף די ג-טלעכע ענינים. אַדרבה, לויטן רמב״ם, טאָר מען נישט טראַכטן בכלל, אַז אַ מענטש קאָן ווירקן מיט זײַנע ווערטער אויפֿן אייביקן באַשעפֿער, וועלכער איז העכער פֿון אַלע ווירקונגען און ענדערונגען.

אין פֿאַרגלײַך מיט אַזאַ פֿאָרמעל־פֿילאָסאָפֿישן צוגאַנג, באַציִען זיך ס׳רובֿ חסידים און חסידישע צדיקים צום דאַוונען ווי צו אַ טיף־פּערזענלעכער און עמאָציאָנעלער פֿאַרבינדונג מיט ג-ט. ווי מע זעט, האָט דער איזשביצער רבי באַטראַכט אַפֿילו די אינערלעכע שטימונג בעתן דאַוונען ווי אַ טייל פֿונעם דיאַלאָג מיטן אייבערשטן. ווען מע פֿילט אַ חשק מתפּלל צו זײַן, איז עס אַ סימן פֿון הימל, אַז דער אייבערשטער איז גרייט מקבל צו זײַן די תּפֿילה.

די חסידים האָבן אַמאָל געפֿרעגט רבי לייבעלע אייגער, אַ תּלמיד פֿונעם איזשביצער רבין, פֿאַרוואָס ער דאַוונט נישט אין די אָנגענומענע צײַטן. האָט דער צדיק געענפֿערט, אַז ער דאַוונט צום רבונו־של־עולם, און נישט צו דער זון אָדער דער לבֿנה, דערפֿאַר קוקט ער נישט אויפֿן זייגער.

נישט ווייניק חסידישע רביים האָבן געפֿאָלגט זייערע אייגענע געפֿילן, און פֿלעגן דאַוונען אין זייערע אייגענע צײַטן — אַפֿילו אין אַזאַ פֿאַל, ווען דאָס שטימט נישט מיט דער אַלגעמיינער הלכה. דער באַרימטער ריבניצער רבי האָט אַמאָל געזאָגט, אַז "דער זייגער לויפֿט ווי אַ משוגענער, און אַ משוגענעם קאָן מען נישט נאָכלויפֿן" — דערפֿאַר האָט ער געדאַוונט, ווען ער האָט געפֿילט אַ פּערזענלעכן חשק און פֿאַרבינדונג מיטן באַשעפֿער.

אַחוץ דעם פּערזענלעכן שטייגער פֿון דאַוונען, שטייט אין די ספֿרי־חסידות, אַז די תּפֿילות פֿון צדיקים האָבן דווקא אַ שטאַרקן כּוח אין הימל, צוליב זייער פּערזענלעכער מדרגה. אַדרבה, אַ גרויסער צדיק איז בכּוח אָפּצושאַפֿן אַ ג־טלעכע גזירה און צו ברענגען פֿאַרשיידענע טובֿות אין דער וועלט. אַ טייל צדיקים גייען אַפֿילו צו די קבֿרים פֿון די גרעסטע צדיקים, כּדי זיי צו בעטן מתפּלל צו זײַן.

דאָס הייסט, אַז אַזעלכע פֿילאָסאָפֿן, ווי דער רמב״ם, באַטראַכטן דאָס דאַוונען ווי אַ "טעכניש" מיטל, וואָס העלפֿט אויפֿצוהייבן די נשמה איבער די גרענעצן פֿון גשמיות, נעענטער צו דער ג-טלעכער חכמה און השגחה. להיפּוך, שטרעבן די חסידים "אַראָפּצוברענגען" ג־טלעכקייט אין עולם־הזה, באַטראַכטנדיק אַלע פּרטים פֿון דער אַרומיקער וועלט, און אַפֿילו זייערע אייגענע געפֿילן און מחשבֿות, ווי אַ טייל פֿונעם שטענדיקן דיאַלאָג מיטן באַשעפֿער.

אין דער אמתן, אָבער, זענען צווישן די דאָזיקע צוויי צוגאַנגען צו דער תּפֿילה נישטאָ קיין סתּירה, אויב מע טראַכט זיך אַרײַן אינעם באַדײַט פֿונעם פּסוק "שמע ישׂראל ה׳ אלוקינו ה׳ אחד". על־פּי־חסידות, איז אַלץ אין דער וועלט, אַרײַנגערעכנט אונדז, אַ מאַניפֿעסטאַציע פֿון ג־טלעכקייט. סײַ די אַבסטראַקט־שׂכלדיקע השׂגה, סײַ דאָס עמאָציאָנעלע התפּעלות, זענען פֿאַרשיידענע אופֿנים פֿון דער אינערלעכער אַנטפּלעקונג פֿון ג-ט.

דער אייבערשטער, ווי עס שטייט אין קריאת־שמע, איז "ה׳ אלוקינו" — "אונדזער ג-ט". די רעפֿלעקטיווע פֿאָרעם פֿונעם ווערב "ואתחנן" ווײַזט אָן, אַז הגם דער אייבערשטער אַליין איז טאַקע העכער פֿון אַלע מענטשלעכע באַגריפֿן, אַנטפּלעקט ער זיך כּסדר אין אונדז, לויט אונדזער פּערזענלעכער גײַסטיקער מדרגה, אין אונדזערע מחשבֿות, דיבורים און מעשׂים.