אין דעם לייט־אַרטיקל פֿון דעם לעצטן "פֿאָרווערטס" (פֿון יולי 24—30) אונטערן קעפּל "כוליגאַניזם איז ניט קיין אמונה", רעאַגירט דער רעדאַקטאָר באָריס סאַנדלער שאַרף און אויסדריקלעך, אויף די הפֿקרדיקע און ביטערע געשעענישן, וואָס זענען פֿאָרגעקומען אין מאה־שערים־ און גאולה־קוואַרטאַלן, אויף דעם בר־אילן־שאָסיי, בײַ דעם ספֿרא־סקווער, נעבן דער ירושלים־מוניציפּאַליטעט, אויף ממילא־גאַס, נעבן דעם יפֿו־טויער און אין אַנדערע רעליגיעזע גאַסן און געסלעך פֿון דער הייליקער שטאָט.
ער דעמאַסקירט שאַרף און אָפֿן דעם מכּלומרשטן "פֿרומען" פּרצוף פֿון די פֿאַנאַטישע חרדים, וועלכע האָבן באַגאַנגען ממש קרימינעלע אַקטן און וואַנדאַליזם אין נאָמען פֿון דעם הייליקן שבת אין די שבתים גופֿא, ווי אויך אין די וואָכעדיקע טעג.
... "דער לעצטער פּאָגראָם אויף די גאַסן פֿון מאה־שערים און גאולה", שרײַבט באָריס סאַנדלער, "האָבן ווידער דערמאָנט, אַז די סכּנה דראָט דעם ייִדישן לאַנד נישט נאָר פֿון דרויסן, נאָר אויך פֿון אינעווייניק, פֿון אייגענעם עם־ישׂראל".
ער איז פֿולשטענדיק גערעכט, און דאָס איז אויך די מיינונג פֿון דער גרעסטער טייל פֿון דער ירושלימער באַפֿעלקערונג.
ווי איך אַליין האָב באַריכט אין מײַן לעצטן "בריוו פֿון ירושלים", האָבן מיר געהאָפֿט, אַז די דאָזיקע מיאוסע און שענדלעכע געשעענישן, וואָס פֿאַרשמוצן אונדזערע פּנימער, וועלן לאַנג ניט דויערן. מ׳האָט געהאָפֿט, אַז אפֿשר וועט דער נײַ־דערווײַלטער, פּראָגרעסיווער און סעקולערער מעיאָר פֿון ירושלים ניר ברקת (באַרקאַט) געפֿינען אַ פֿרידלעכע לייזונג צו די פּראָבלעמען און שוועריקייטן, וואָס ער האָט אויסצושטיין פֿון די עקסטרעם־פֿאַנאַטישע רעליגיעזע גרופּעס פֿון דער באַפֿעלקערונג.
אָבער "אַ נעכטיקער טאָג!" אויף דעם רעליגיעזן פֿראָנט איז ניט פֿאָרגעקומען קיין שום ענדערונג. זייער שׂינאה און האַס צו דער "ציוניסטישער רעגירונג" און אירע אינסטאַנצן, צו די פֿרײַע, סעקולערע און מאָדערנע בירגער פֿון שטאָט איז געבליבן ווי פֿריִער און זיי פֿאַרפֿעלן ניט יעדע געלעגנהייט דאָס אויסצודריקן אין אָפֿטע ווילדע דעמאָנסטראַציעס און אַנדערע פֿאָרמעס פֿון פּראָטעסטן.
אָט איז דער סך־הכּל פֿון זייערע טאַטן פֿון די לעצטע פֿאַרגאַנגענע וואָכן: עס ווערט געשאַצט, אַז די שאָדנס וואָס זענען פֿאַראורזאַכט געוואָרן דורך די אומפֿאַראַנטוואָרטלעכע עלעמענטן צווישן די דעמאָנסטראַנטן דערגרייכן איבער אַ מיליאָן שקלים! איבער 40 פּאָליציאַנטן, דעמאָנסטראַנטן און אומשולדיקע פֿאַרבײַגייער, אָדער גלאַט צוקוקערס, זענען פֿאַרוווּנדעט געוואָרן.
נאָך דעם ווי די חרדישע אָנפֿירער פֿון דער "תּולדות־אַהרון"־סעקטע האָבן אײַנגעזען, אַז דער נײַער מעיאָר איז פֿעסט אַנטשלאָסן ניט צו ענדערן זײַנע פּלענער, און זיך ניט אונטערגעבן דעם דרוק פֿון די פֿאַנאַטישע דעמאָנסטראַנטן, האָבן זיי געענדערט זייער טאַקטיק און סטראַטעגיע. זייערע וואַנדאַליסטישע אַקטן, זייערע געשרייען "שאַבעס! שאַבעס!", זייער אָנרופֿן די ישׂראל־פּאָליציי "נאַציס!" האָט זיי ניט געהאָלפֿן און ניט פֿאַרשאַפֿט קיין כּבֿוד דעם הייליקן שבת, פֿאַר וועלכן זיי האָבן זיך ממש מוסר־נפֿש געווען.
גאָט האָט זיי צוגעשיקט אַ שפּאָגל נײַע פּרשה, מיט נײַע מאָטיוון און נײַע לאָזונגען אין זייער קאַמף מיט דער פּאָליציי, וואָס האָט אַרעסטירט אַ שוואַנגערע פֿרוי, אין פֿינפֿטן חודש, אַ מוטער פֿון 5 קינדער וואָס געהערט טאַקע צו זייער עדה, די "תּולדות־אַהרון".
אין לאַנד און אין די רעליגיעזע קרײַזן אין די תּפֿוצות רופֿט מען זיי די "ר׳ אַהרעלעך". זיי זענען שטאַרק מיליטאַנטיש און אַגרעסיוו קעגן דער "ציוניסטישער רעגירונג" און אירע "אַפּיקורסישע" אינסטאַנצן.
די דאָזיקע פֿרוי ווערט פֿון דער פּאָליציי באַשולדיקט, אַז במשך די לעצטע צוויי יאָר האָט זי בכּוונה אויסגעהונגערט איר דרײַ און אַ האַלב־יאָריק ייִנגעלע, וואָס וועגט איצט בלויז קאַרגע 7 קילאָגראַם. ווי מען האָט דערטראָגן צו דער פּאָליציי האָט זי פּרובירט, זיצנדיק אין שפּיטאָל בײַם קראַנקנבעט פֿון איר קינד, אויסשליסן די לופֿטרער דורך וועלכן עס אָטעמט.
דער אַרעסט פֿון דער פֿרומער מוטער, געפֿירט אין קייטלעך צו דער תּפֿיסה, האָט ווידער אויפֿגערודערט די פֿאַנאַטישע "ר׳ אַהרעלעך". הרבֿ יצחק קירשנבוים, איינער פֿון די מנהיגים פֿון "תּולדות־אַהרון", האָט מיט גרויס צאָרן און כּעס, היסטעריש פּראָקלאַמירט בײַ דער מאַסן־דעמאָנסטראַציע, אַז "זײַנע חסידים וועלן קעמפֿן ביזן לעצטן טראָפּן בלוט, כּדי צו באַפֿרײַען די מוטער פֿון די תּפֿיסה־קייטן און איר דערלויבן זיך אומצוקערן צו איר משפּחה און אירע קינדער". ער האָט אָנגערופֿן איר אַרעסט, אַז עס איז "ממש אַ בלוט־בילבול" אויף איר און אויף דער גאַנצער עדה צו וועלכער זי געהערט.
דער פּסיכיאַטער וואָס האָט זי אונטערזוכט, האָט פֿעסטגעשטעלט, אַז די דאָזיקע פֿרומע מוטער פֿון 5 קינדער איז פּשוט פּסיכיש קראַנק אויף דער חלאַת וואָס מען רופֿט אין עבֿרית "תּסמונת מינהאַוזן" (מינהאַוזען־סינדראָם). די דאָזיקע קרענק קומט פֿון דעם וואָס דער קראַנקער טוט אַלץ, וואָס עס איז נאָר מעגלעך, כּדי צו באַקומען אויפֿמערקזאַמקייט, באַרעמהאַרציקייט און רחמנות מצד די דאָקטוירים און דער משפּחה.
במשך צוויי יאָר האָט מען ניט געקענט דערגיין די סיבה, פֿאַרוואָס דאָס קינד ווערט יעדעס מאָל געבראַכט אין שפּיטאָל אין אַ שווערן צושטאַנד, דאַר און מאָגער און זייער אויסגעהונגערט. אַלע מעדיצינישע אונטערזוכונגען האָבן באַוויזן, אַז דער גוף פֿון קינד איז געזונט, נאָר זייער אָפּגעשוואַכט.
עס האָט לאַנג ניט געדויערט ביז די אויספֿאָרשערס זענען געקומען צום אויספֿיר, אַז שולדיק טאַקע איז די מוטער. אין "הדסה"־שפּיטאָל האָבן די דאָקטוירים עס באַשטעטיקט, און געראַטן אַז עס איז דאָ אַ געפֿאַר פֿאַרן קינד, אויב די מוטער וועט בלײַבן אַליין מיט אים.
די מנהיגים פֿון די "ר׳ אַהרעלעך" האָבן ניט אויפֿגעהערט צו דעמאָנסטרירן און זיי האָבן דערגרייכט, אַז די מוטער זאָל זיך געפֿינען אין אַ הויז־אַרעסט, ביז מען וועט געפֿינען אַ פּאַסיקע לייזונג.
ווען איך שרײַב דעם דאָזיקן "בריוו פֿון ירושלים" איז נאָך ניט באַוווּסט ווי אַזוי דער טומל אַרום דער "אם־המרעיבֿה" — די מוטער וואָס האָט אויסגעהונגערט איר קינד, וועט זיך פֿאַרענדיקן און געלייזט ווערן.
פֿאַרשיידענע פֿאַרמיטלערס און רבנים האָבן זיך "אַרײַנגעלייגט" אין דער פּרשה. מען האָפֿט, אַז אויב עס וועט זײַן אַ פּשרה — אַ וועלכע עס איז לייזונג — וועלן די דעמאָנסטראַציעס אויפֿהערן.
דערווײַל איז נאָך אַלץ ניט רויִק אין מאה־שערים און אין אַנדערע רעליגיעזע קוואַרטאַלן.
אין דער לעצטער סוף־וואָך זענען נאָך אַלץ פֿאָרגעקומען דעמאָנסטראַציעס און צוזאַמענשטויסן מיט דער פּאָליציי, אָבער אויף אַ קלענערן מאַסשטאב און מיט ווייניקער שאָדן.
עס דאַרף דאָ דערמאָנט ווערן, אַז אין די דאָזיקע אומרוען האָבן אָנטייל גענומען נאָך אַ צאָל "אַנטי־ציוניסטישע" גרופּעס, וועלכע נוצן אויס יעדעס מאָל אַזעלכע געלעגנהייטן. צווישן זיי צייכענען זיך אויס מיט זייער מיליטאַנטישקייט די גוט־באַקאַנטע און פֿאַרביסענע אַנטי־ציוניסטן, ווי די "נטורי־קרתּא", וועלכע האָבן אַ פֿאַרשפּרייטע נעץ פֿון אַנטי־ישׂראל־אָפּטיילונגען, ניט נאָר אין ישׂראל גופֿא, נאָר אויך איבער דער גאָרער וועלט, ספּעציעל אין אַמעריקע און אין אַ צאָל אייראָפּעיִשע לענדער.
נאָר וועגן זיי, אַן אַנדערש מאָל.
דערווײַל, שלום לכולכם מירושלים!